היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » ווידאוי פון פראטעסט און קרית יואל

ווידאוי פון פראטעסט און קרית יואל

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2450637

כוסעין08 » 22/7/2008 04:58

א ווידאוי פון די פראטעסט וואס איז פארגעקומען און מאנרא אנטקעגן די סקול דסטריקט

http://www.megaupload.com/?d=E5OGYEM0

פאר א באריכט:

http://www.recordonline.com/apps/pbcs.dll/article?AID=/20080721/NEWS/807210335

לאנדסמאן » 22/7/2008 19:28

וואס איז די פראבלעם מיט א סקול דסטריקט?

ארילייב » 22/7/2008 23:16

בימים ההם ווען דער פריערדיגער סאטמאר'ער רב ז"ל האט געלעבט און הגה"צ מקאשוי זצ"ל האבן זיי געהאט א מחלוקה איבער דעם סקול דיסטריקט, ביידע לעבן שוין נישט זיי האבן שוין זיכער שלום געמאכט אין גן עדן, קאשויער רב'ס קינדער זענען היינט גוטע פריינט מיט סאטמאר. פונקט אזוי ווי הרה"ק ר' אביש ספינקער זי"ע האט בעולם העליון שלום געמאכט מיט הרה"ק מ'סאטמאר און זיין זון הרה"ק רבי הערשעלע ספינקער איז געווען א פלאם פייערדיגער סאטמאר'ער חסיד און ער האט געזאגט בלשון קדשו "מחלוקות ירש'נט מען נישט"

kcsp » 23/7/2008 01:06

אבער די בית רפאל רב הרב ר'שמחה ישראל בלום פלעגט גיין צום פראטעסט ביז לעטסטענס,    איז ער דאס יאר אויך געווען ??

רוזנוואסער » 23/7/2008 18:23

ר' שמחה ישראל בלום איז נאר געווען דא איין מאל ווען ער האט געדארפט האלטן א תשעה באב דרשה אינעווייניג אין חרדים, למעשה איז רוב עולם געשטאנען אינדרויסען

ארילייב » 23/7/2008 20:47

מען דארף זיך לערנען פון זיי, ס'איז שוין צייט אפצולאזן די מחלוקות, דאס מאל זענען געווען נאר אפאר אפגעפרעגטע מענטשן, איך וויל זיי נישט אראפ רייסן, אבער כדי צו וויסן נישט זיך צושטעלן צו זיי, ווער וויל נאך היינט זיין מיט ר' משה בער בעק נאכדעם וואס ער איז געגאנגען קיין איראן צום אנטיסעמיט היטלער #2 צו לייקענען דעם האלאקאסט, יעצט האבן די אלע וואס האבן געטאנצן מיט אים חרטה, דאס זעלבע איז מיט אלע מחלוקות, לאזט אייך אפ,טוט אויף פאר אידישקייט און שוין

רוזנוואסער » 23/7/2008 23:54

איך האלט אויך ווי ארי לייב'ן אז מדארף זיך אפלאזען פון אלע מחלוקות, אבער די פאבליק סקול האט א עקסטערע טעם די פראטעסטען, די דעמענסטרירערס ווילען ארויסהייבען אז קיינער זאל נישט מיינען אז ווייל ס'גייט אן מיינט אז די אוסרים האבען עס מתיר געווען

ארילייב » 24/7/2008 01:48

קיין איינער פון די אוסרים, נישט זייערע ראשי קהלה, נישט זייערע ממשיכי דרך זענען דארט געווען, לאז דיך אפ פון די שטותים, ס'איז געווען א מחלוקה פון די אמאליגע גדולים, הרה"ק בעל ברך משה מ'סאטמאר, און הרה"ק מקאשוי זכר כולם לברכה, און איך ווייס פון אינסייד אינפארמעישאן אז היינט צו טאג העלפן די קאשויער קינדער פאר סאטמאר, און די זעלבע זאך פארקערט אויב ס'פעלט זיך אויס, אפאר אפגעפרעגטע מענטשן זענען דארט געווען. מעגליך זיי האבן א פאוינט, אבער דאס זענען די זעלבע מענטשן וואס גייען קיין איראן.