די רבי'ס זאלן זיין געזינעט זיצן זיך אלע אין די ווילאס אויף וויקאנץ
אין אינזערע יונגעלייט פארן אויף יאכטן ציזאמען מיט לאולייווס אין בעלי עבירה אין פארברענגן נעכט
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2448665&forum_id=19802
|
_________________

תוקן על ידי געווארט ב- 18/07/2008 19:18:48
איך האב נישט קיין כוח און געדולד צו ענטפערן אויף די אפגעריסענע טענות פון אפאר קליינקעפיגע מענטשן אדער אווער-עקסיידעט חכמים. נאר מ'טאר דאך נישט אינגאנצן איגנארירן, ווייל אויב קיינער ענטפערט נישט און נאר די פאר היץ קעפ שרייבן, קען זיך נאך אנהייבן דאכטן אז וואס זיי זאגן מאכט סענס.
עס הייבט אן אויסקוקן ווי די דעבאטע איז צי עס זענען דא שקצים ביי כלל ישראל צי נישט, און אויב האלט מען אז יא, דעמאלט איז נחום רזב"ג גערעכט. אויב נישט, איז פשוט דער פראבלעם אז... נחום איז א ליגנער און איבערטרייבער.
ניין און ניין. אויב זענען א געוויסע פראצענט בחורים אויף דראגס, איז א ריזיגע פראבלעם, אבער נחום איז נישט דער לייזונג דערצו. ער מאכט נאר ערגער דעם פראבלעם. ער שלעפט אריין נאך מענטשן דערצו. אויב זענען דא יונגעלייט וואס טוען שמוץ און גייען אויף טרפהנע פלעצער, איז נישט נחום דער וואס וויל דאס אדער קען דאס סטאפן, ער רייצט נאר דעם אפּעטיט פאר נאך הונדערטער אנדערע האלב-צוגעמאכטע.
אפילו איינער זאל זיך וועלן דינגען אז דער האטליין דארף מען האבן פאר די רבנים, אויב זאל איינער האלטן און גלייבן זיינע דמיונות אז ער טוט אויף מיט זיי, האט עס אבער אזויפיל פראבלעמען באלד אזוי סאך ווי וויפיל בחורים זענען אויף דראגס און וויפיל פאון קאלס ער באקומט פון צעקלאפטע בחורים. אבער איך וויל זיך נאר באציען צו איין זאך: דאס רעדן אויף אזא ברייטן פארנעם.
ווי עס קוקט מיר אויס איז דער נחום א מענטש וואס איז אנגעווייטאגט אויף די גאנצע וועלט אבער בעיקר אויף דאס פלאץ וואו ער איז אויפגעוואקסן, און זיי וויל ער ארונטעררייסן פאר יעדן פרייז. מ'קען הערן אויף די געפערליכע האס וואס ליגט אונטער זיינע ווערטער, ווי איך זאל רעדן פון איסלאמישע טעראריסטן. פארוואס רעדט ער פון די אלע פראבלעמען מיט אזא זאפט, ווי ער זאל פשוט הנאה האבן פון די פראבלעמען? שטעלט אייך נאר פאר ווען אן ערליכער מענטש ברענגט אויף אזעלכע אומדערהערטע פראבלעמען פון דראגס מיט זנות אויף א ריזיגן פארנעם, וואלט ער נישט גערעדט מיט א צעבראכנקייט? פארוואס רינט דאס פון אים ווי שמאלץ?
2)פארוואס ניצט ער די ברייטסטע שמוציגע שפראך וואס מ'האט אמאל געקענט נאר הערן צווישן צוויי שקצימ'לעך אינדרויסן פון שול? וואו אין היסטאירע האט איינער גערעדט אזעלכע דברי חשק מיט אלע זאפטיגע דעטאלן ווי דער נחום ראזנבערג? אויב וויל ער באמת לייזן די סארט פראבלעעמען וואלט ער דאך געדארפט רעדן דערפון ברמיזה, אז ווער עס כאפט זאל כאפן און די איבריגע זאלן זיך נשט עפענען די אויגן. אבער ניין, ער נוצט די קלארסטע ווערטער וואס מעגליך און חזר'ט זיי נאך איבער ווי אפטער ער קען מיט א באטעמטקייט. די בעסטע וואלט געווען ווען איינער זאל אראפּברענגען "אלע" זיינע שמוציגע לשונות, מאכט א ליסטע פון זיי, און זאל איין איינציגער מענטש נאכדעם מיר זאגן אז ער האלט דער מענשט האט דא אן ערנסטע ציל. אויב איך זאל דא אראפּברענגען עטליכע דערפון, וועט מען מיר פארשרייען אלס מנובל.
און אויסער די שמוציגע לשונות און עקלהאפטיגע וועג וויאזוי ער ברענגט ארויס די חזר'ייען, פרובירט ער צו אויפקלערן ווי מער , עס קוקט אויס ווי ער האט זיך גענומען פאר א מיסיע צו אויפקלערן דעם עולם זאל נישט זיןי אזוי פארמאכט. פארוואס זאל מען דען נישט וויסן אז מ'קען גיין אין קאסינאס אום יום כיפור? פארוואס זאל מען נישט וויסן פון "סטריפ קלאבס" און דאס אפילו איבערזאגן טויזנט מאל אז "יעדער" זאל זיך קענען גוט נאכפרעגן וואס דאס איז? פארוואס זאלן נישט די יונגווארג וויסן אז די בחורים זענען מחלל שבת אין די מאסן, זיי האבן חסידישע מיידלעך אין גרויסן, מ'כאפט יעדן טאג צענדליגער ארבעטערס מיט זייערע בעלי בתים? און פארוואס זאל נישט א יונגל אנהויבן קוקן אויף יעדן מענטש וואס גייט אים אריבער אז אפשר האט יענער עפעס אינזין דא? פארוואס זאל נישט דער ציבור וויסן אז יעדער מענטש מיט א לאנגע בארד איז פארדעכטיגט און אפילו די "קוויטל נעמערס" פאטשקען ארום?
ר' נחום , אויב ווילט איר "נאר " אויפטון, און לאמיר שוין זאגן אז איר "מוזט" רעדן פון די אלע ענינים וואס ביי די מיט אידישע הערצער האט מען נישט גערעדט דערפון אזוי בפרהסיא, פארוואס האט איר אויסגעוועלט אויך צו נוצן דוקא גראבע לשונות און געמיינע אויסדריקן און רעדן דערפון בכל פרטיה ודקדוקיה? ממה נפשך, די וואס ווייסן, פארשטייען זייער גוט פון א ווארט, פון א רמז,. ווידער די וואס נישט, זיי דארפן נישט פארשטיין. סאו וואס איז דיין ציל דא? נאר וואדען, האסט א תאוה, פונקט ווי יענער מלמד האט זיינע תאוות, זיך אויסצוגעבן אויף דיין האטליין און רעדן מיט זאפט. דארף מען האבן א נחום זאל דיך אראפּרייסן און סטראשען מיט אלדאס בייז. ער גיט זיך פשוט אויס זיינע פאנטאזיעס אין א וועג פון א האטליין. ווי ער האלט אין איין איבערקייען אז יונגעלייט און ווייבלעך, בחורים און מיידלעך, אלע הערן מיך און צו זיי וויל איך רעדן. און צו זיי רעדט ער טאקע... און ער גלייכט ווען זיי הערן וואס ער וויל זיי זאלן הערן.
נאך א משל, אפשר זאגסטו מיר וואס וואלט געווען שלעכט ווען דו זאגסט סתם "זומער איז א סכנהדיגע צייט ברוחניות , סיי פאר די יונגעלייט און סיי פאר די ווייבער וועלכע גייען ליידיג און דעמאלט קען די הארץ ציען צו אלעס שלעכטס און עס איז נישט די געזונטסטע פאר זיי דאס זיין א גאנצע וואך אליין". פארוואס פעלט אויס צו זאגן בפרטי פרטיות ? (א בחור האט מיר געזאגט אז יענעם שיעור האט ער איבערגעהערט פינף מאל.... ) דו האלטסט למשל אז מענטשן וואלטן נישט געכאפט די פראבלעם אן רעדן ברחל בתך הקטנה? דו מיינסט טאע אז ווי מער פרטימ'דיג דו האסט גערעדט, אלץ ווייניגער מענטשן זענען געפארן אין די קאנטרי – אויב איינער האט זיך בכלל צוריקגעהאלטן? אלא מאי, ניין, די פראבלעם גייט דיר אן ווי א לאך אין קאפ (אויב עפעס קוקט אויס ווי דו האסט א גאר שטארקע פאנטאזיע און רעדסט פשוט פון קנאה) נאר דו גלייכסט צו רעדן דערפון מיט א געשמאק און זיך אביסל אויסגעבן (ווי דער בחורל ווען ער ווערט געוואויר עפעס א נייע ווארט און איז עקסיידעט.)
נחום, ווילסט באמת אויפטון? אקעי, פיין. עפן דעם חשוב'ן אפיס פאר די קאמיוניטי געברויכן, און אויפ'ן האטליין זאג איין זאץ: טייערע אידן און אידענעס: ווער עס האט סיי וועלכע פראבלעמען וואס איר האט נישט צו וועם צו רעדן, קען זיך מעלדן ביי מיר אין אפיס. און אזוי קענסטו לייזן אלע פראבלעמען.
דאס רעדן מיט אזא זאפט, איז נאר צו שטילן דיין פריוואטן דורשט.
אויך וויל ער אריינפירן דאס פאלק אין אזא מין צעמישעניש. ווי גלייך דא איז א וועלט וואס האט נישט גארנישט אין זיך אויסער מענטשן מיט תאוות ביז'ן הימל (ווייל ער מיינט אז יעדער איז אזא צעהיצטער נאטור ווי אים.) און א וואונדער איז נאר אז 95 פראצענט צוהערער שטייען און טראכטן "טאקע נאר איך בין ארויסגעפאלן? טאקע נאר איך בין אזוי אפגעהיטן? און דאס מאכט נאר שאדן.
אויך וויל ער פרובירן אויפקלערן דעם עולם און איבערגעבן זיין אנגעגעסנקייט אויף זיין עבר, וואס ווי עס קוקט אויס האלט ער היינט אז ער האט געלעבט אין פאנטאזיע, ער האט פיינט די גאנצע זאך פון חסידות, און דאס קען מען קלאר הערן פון די האס וואס ער רעדט אויף אלע רבנים, לעבעדיגע ווי טויטע. (אגב, עבד עברי, דערמאנסט מיך אביסל פון נחום. ביסט אויך היפש צעמישט און געווארן אביסל אויפגעקלערט מיט די יארן, אבער דו ווייסט נאך נישט געהעריג וויאזוי עס צו עסן. קענסט ברענגען א מעשה פון "הרב קוק" און מדמה זיין צום חזון איש. פרעג א נארמאלע קשיא, ברענג קלאר ארויס וואס דיך שטערט, וואס דו האלטסט פארוואס דער האטליין איז א גוטע זאך, קען מען דיר פרובירן ענטפערן. סתם אז דו שרייסט רבנים רבנים און מיט דעם ווילסטו אלעס כשר'ן , פאסט נישט פאר דיר.)
נחום איז געווארן אביסל אויפגעקלערט און ער טאנצט ארום, ער וויל אלעס אפפרעגן און אלעס אפשוואכן, און ער וויל יעדן מיטשלעפן מיט זיך, יעדער זאל אנהויבן צו לאכן פון די פריערדיגע און פון די גרעסערע. די קטני המוחין ווערן פארגאפט, פאר זיי איז עס א חידוש, מ'הערט איינעם רעדן אנדערש ווי ער האט געהערט פון זיין טאטע און רבי, און זיי ווערן איבערגענומען ווען ער ווארפט אריין אן ענגליש ווארט. די פראבלעם איז נאר אז עס איז נישטא דער נארמאלער מענטש ואוס דארף ווען עפענען א האטלייןן און פון אים מאכן דאס גענאר, פון זיין אמעראצעס, פון זיין אומוויסנקייט, פון זיינע סתירות יעדע פינף סעקונדעס צו וואס ער האט יעצט געענדיגט זאגןעזאגט, פון זיינע משוגענע גוזמאות און פארשטייט זיך אויך שיסן ליגנטס איינס נאכ'ן צווייטן . וואלט דער עולם געהאט נאך איינעם צו הערן און זיך פונקט אזוי מחי' געווען. קיינער טוט דאס נישט ווייל ווער נאך איז אזוי משוגע ווי אים דאס צו טון?
ווער וואלט געגאנגען רעדן אויף ענגליש, אויף א שאו וואס איז נישט פאר חסידישע, וואו ער לייגט ארויס אלע שמוץ און פרובירט עס אראפּצולייגן מיט די ערגסטע פארבן וואס מעגליך. קען מיר איינער מסביר זיין צי דאס האט ער אויך געטון ווייל ער איז דא צו לייזן די פראבלעמען??? אדער שטימט דאס ענדערש מיט מיין טעאריע אז ער איז אינגאנצן נישט דא צו לייזן עפעס. וועלכן פראבלעם האט ער געוואלט לייזן רעדנדיג צו זאב ברענער אויף ענגליש? ווער נאך אין די וועלט וואלט אזוי גערעדט צו פרעמדע אויף די אייגענע? נאר א סעלף העיטינג חסיד קען דאס טון.
צום סוף, פאר די וואס האלטן אז עס איז א גוטע כשר'ע האטליין, מעג איך געבן פאר אייער זעכצן יעריגע מיידל דעם נומער צום האטליין, אדער וועט איר מיך דערשיסן? זענט איר גרייט אז אייער פערצן יעריגער בחורל זאל דאס אויסערן יעדן מוצש"ק, אדער ציטערט איר דערפאר ווי צום טויט? יעצט אויב אזוי, פארוואס זענט איר גלייכגילטיג צו מיין מורא אז מיין בחורל הערט אים אין די ישיבה יעדן טאג? וואס ווייס איך? ווער קען דען קאנטראלירן?
אזוי זענען דא נאך פראבלעמען ביז'ן דאך מיט אים און זיין האטליין אבער מ'דארף האבן געדולד צו שרייבן און שרייבן. די אביסל נארמאלערע כאפן סייווי גאנץ גוט וואס עס טוט זיך דא.
זייצמיר געזונט.
קען זיין עס איז צומישט, איך האב נישט געדולד צו איבערקוקן, איך האף מ'וועט כאפן וואס איך זאג.
געווארט
הונדערטער אידן דרייען זיך אויף די גאס מיט יענע מחלה
א שיינער סכום בחורים ליידן פון דיסלעקציע
וואס דארפן מיר יעצט טון?
עפענען א האטליין.
און נאך אויפבלאזן די נומערן פיר טויזנט מאל?
און וואס וועט מען האבן אויפגעטון???
דאס וועט קיין לייזונג צו פראבלעם נישט זיין. און דאס איז יעצט אויך נישט קיין לייזונג. און עס איז מסתבר אז אין א געוויסן זין מאכט עס נאך ערגער.
סאו נישט ווייל עס איז דא א פראבלעם מיינט דאס אז א האטליין פון דברי חשק וניאוף און וואס מאכט אויסקוקן דיינים ורבנים ווי סתם ביקעס, אז די יונגווארג זאל נישט האבן קיין שום רעספעקט פאר קיין שום אנדערן איד אויף דער וועלט, דאס האט גארנישט מיט'ן פראבלעם. עס איז סתם נאך א צוגעקומענע צרה אויף כלל ישראל. נאך א נסיון פאר'ן שוואכן דור.
אופפסס, אויף דעם האב "געווארט"
איך האב געוויסט אז מיין רבי איז דא שולדיג, האב איך געווארט אויף געווארטזאל ערקלערן פארוואס,
ווען דער רבונו של עולם האט געזאגט פאר משה רבינו לך רד כי שחת עמך,
איז דאך שווער וואס הייסט "עמך" איז דאס דען נישט הקב"ה'ס פאלק פארוואס איז דאס פלוצלינג
געווארן משה רבינו'ס פאלק, אבער אזוי איז עס, דער צדיק הדור דער רבן של כל בני הגולה דער רבן
של ישראל איז פאראנטווארטליך אויף כלל ישראל, און ווען זיי פירן זיך נישט
אויף ווי עס באדארפט צו זיין איז עס "עמך" דיין פאלק,
אזוי דא אויך דער אתפשטותא דמשה בכל דרא ודרא אונזער הייליגער רבי שליט"א וואס איז היינט דער רבן
של ישראל, נו, איז ער דאך פאראנווארטליך, איז ער טאקע שולדיג אז דער מנוול ושייגץ נחום ראזענבערג
פארשפרייט זיינע מנוולות אויף דעם האטליין,
אינטרעסאנט איז, אז פונעם משל וואס רבינו ברענגט פון דעם צינדער וואס האט אנגעצינדן א מעכטיג פייער און
אנגעהויבן צו שרייען "פייער פייער" עולם גולם האט נעבעך געמיינט אז דער פערשוין האט זיי געראטעוועט,
זיי האבן זיך פאר עהם זייער שיין באדאנקט אבער דער אמת איז אז דער איז גאר א רוצח, ער איז דער צינדער,
אזוי דא אויך, דער נחום ראזענבערג איז נישט דער וואס ראטעוועט כלל ישראל, ניין!, ער איז דער צינדער
און דער וואס פארדארבט, נאר אזעלעכע קליין קעפיגע ווי געווארט און בדומה לו מיינען גאר אז ער ראטעוועט.
אינטרעסאנט, כאטש דער טרפה'נער האטליין פון דעם שייגעץ נחום האקט און בראקט וואך נאך,
עם כל זה שרייבט אונזער באליבטער "געווארט" אז:
די וואך פרייטאג צי נאכט'ס איז א בחור אין וויליאמסבורג אוועק ל"ע פין א אווערדאס פין דראגס
דעס פארציילט נישט יענקעלע נישט זיין רבי אין נישט זיינע 150 מו"צלעך
געווארט, וויאזוי האט נחום'ס האטליין נישט געשיצט אויף דעם אומגליקלעכער בחור?,
און פארוואס נאר איין בחור?, ס'איז דאך דא כאטשיג 30 פראצענט בחורים וואס נעמען דראגס,
און בכלל דארף דאס שוין נישט זיין קיין נייעס, ווייל אז מען איז אזוי משוקע אין דראגס,
דארף דאס פאסירן מידי יום ביומו... אבער ניין, איך וואלט אויך געלאכט ווען עס קומט מיר נישט צו וויינען,
מען נעמט א אומגליק וואס האט נעבעך פאסירט און מיט דעם פראבירט מען צו בארעכטיגן א שמוציגן מנוולדיגער
האטליין, איך קען מיך נישט איינהאלטן, כאטש איך האב נישט געוואלט שרייבן איבער דעם נושא אבער דער הכרח
איבער צו צייגן דאס געמיינהייט און פארדארבענקייט פון דעם אכזר ורוצח נחום ראזענבערג, אן קיין שום רחמנות
אויף א משפחה וואס האט יארן צוריק מיטגעמאכט א שווער פעקל, אבער ניין, נישט נחום, ער וועט קיינעם נישט שוינען,
יעדע קאטאסטראפע, יעדער אינצידענט איז נאר ווייל עמעצער האט פוגע געווען, און אלעס וועט דער נידעריגער שייגאץ
ארום שרייבן מיט זיינע שקרים אלץ נאר ס'זאל שטימען מיט זיין אגענדע.
יארן צוריק האט געלערנט אין די סאטמארע ישיבה א בחור תמים במעשיו א ערליכער בחור א יתום מאב און פראבירט
זייער שטארק צו גיין בדרך הישר והטוב, דער בחור זיכענדיג עפעס העכערס האט זיך דאן מתחבר געווען צו א חבורה
וואס בראשם איז געשטאנען איינער וואס איז היינט (כלשונו פון נחום) א גרויסער רבי פון מאנסי, אבער בימים ההם האט
ער אנגעפירט א חבורה וואס איז געווען למורת רוחו פון רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע און פון די הנהלת הישיבה,
די גאנצע חבורה האט זיך געפירט אינטערערדיש, איך מיז מודה זיין אז רובא דרובא פון די חברי החבורה זענען
געווען פון די בעסטע בחורים פון די ישיבה, אזעלעכע וואס האבן געשטרעבט צו עפעס מער, עפעס העכערס, די האבן
זיך מתחבר געווען, די חבורה האט זיך געפירט אויף א עקסטרעם פרומען דרך, מען האט זיך מתוודה געווען אויף די
חטאים, מען האט תשובה געטוהן צוזאמען, הקיצור צו די חבורה האט זיך דער בחור מתחבר געווען, שפעטער האט ער
חתונה געהאט און ווייטער ממשיך געווען ביי די חבורה וואס דארט האט מען געפרעדיגט די ווילדסטע און פאנאטישע
פרומע שטיק, דער ראש החבורה האט גיריטן אויף די שוואכע נשמות און געשריגן אז טאמער חלילה פאלט מען אדורך
העלפט נישט קיין תשובה, וכדומה, ס'האט נישט געהאלפן אלע איסורים וחרמות אויף די דאזיגע חבורה, זיינע חסידים
האבן זיך ווייטער געקלעבט אין עהם, נו, אונזער בחור וואס איז שוין היינטצוטאג געווען א יונגערמאן האט געהערט מפה
ראש החבורה אז טאמער פאלט מען חלילה אדורך מיט די שרעקליכע זונד, העלפט נישט קיין תשובה נאר מיתה איז
מכפרת, דער יונגערמאן ואס איז נעבעך אדורכגעפאלן האט דאס זייער ערענסט אנגענומען, און נישט קענען פארנעמען
אז ער קען שוין נישט תשובה טוהן, האט נעבעך גענומען א גאן און זיך ל"ע גענומען דאס לעבן, ער האט איבערגעלאזט
א קלארן צעטיל אז ער איז נעבעך דורעכגעפאלן און לפי דברי ראש החבורה קען ער נישט תשובה טוהן נאר מיט מיתה
על כן האט ער זיך גענומען דאס לעבן, דעם נפטר וואס איז אגב געווען גאר א חשובער יונגערמאן האט מען נישט
געוואלט לייגן אין סאטמאר האט מען עהם געלייגט סמוך ונראה און די חלקה פון יראים (וואס אגב ליגן דארט נאר
שומרי שבת ושומרי תורה ומצות, להיפוך מדברי השייגץ נחום) און ווי פארשטענדליך האט דער עפיזאד מעורר געווען א שטורעם, דער ראש החבורה איז אראפ געפארן זיך צו זיין פרישן קבר אויסגעזאגט תהלים מיט בכיות נוראות, עהם מפייס
געווען, און זיך פארגענומען צו טוישן זיין דרך און זייט דעמאלטס האט ער טאקע אויפגעהערט מיט זיינע עקסטרעמע
פרומע שגעון'ען, און איז געווארן א נורמאלער רבי, (איך האב געשריבן זייער בקיצור מפני כבוד המעורבים),
אצינד, דער מנוול ושייגץ נחום ראזענבערג, האט גענומען דעם עפיזאד, און צו געלייגט א פוגע מיט א נפגע, אז
כאילו עפעס א מנהל האט מיט עהם געטשעפעט, (שטעלט אייך פאר, א מנהל המוסדות, בו בזמן וואס זיין ישיבה
איז אין קעמפ, האט נעבעך געטשעפעט א... יונגערמאן, (נישט א יונגעלע אדער א בחור'ל) און דער יונגערמאן האט
זיך מיט עהם נישט געקענט קיין עצה געבן, און אנשטאט אריין צו שיסן א קאל אין קאפ פון דעם פוגע האט ער נעבעך אריין געשאסן א קאל אין זיין אייגענעם קאפ, און דער שקרן וכזבן ברענגט נאך עדות דער גרויסן רבין פון מאנסי...
נחום נחום, ווי נידעריג קען מען ווערן, מען האט נישט קיין מורא פון א שוכן עפר, מען האט נישט קיין מורא פון
באשעפער, אלעס אלעס איז מותר, נאר כדי ווייטער צו פירן די מנוולדיגע אגענדע. כשהן יורדין...
ווייטער שרייבט ער:
הינדערטער בחורים דרייען זיך אויפן גאס אן קיין ישיבה
דעס פארציילט נישט יענקעלע נישט זיין רבי אין נישט זיינע 150 מו"צלעך
הונדערטער?, ממש הונדערטער? אבער איז דאס אזוי הונדערטער ווי מיר האבן 150 מו"צלעך...
לאמיך דיך פרעגן, אויב איז א מלמד אדער מנהל חלילה פוגע אין א יונגל, וואס האלסטו דארף מען טוהן מיט דעם מלמד,
ארויסווארפן!!! ארויס שייגעצן!!! מבזה זיין!!! איי דער מלמד האט דאך א ווייב, ער האט דאך טייערע קינדערלעך, ער האט
א טאטע און א מאמע, א שווער און א שוויגער, וואס די חרפות און בושות וועט זיין אזוי מעכטיג אז פון נארמאלע
שידוכים פאר די קינדער קען ער שוין פארגעסן, אבער, ער איז א פוגע דארף ער מיט זיין משפחה ליידן די קאנסעקווענצן
און א שייגץ ארויס, נו, לאמיך דיך פרעגן, אויב דער פוגע איז נישט א מלמד נאר א בחור אין די ישיבה, וואס פאר יעדן
מלמד וואס איז א פוגע איז ליידער דא צענדליגע בחורים וואס האבן פון זיך אראפ געווארפן יעדן שמץ יראת שמים, זיי
פאלגן נישט, פרעגן קיינעם נישט, און טוהן אפ כל עבירות שבתורה, און שלעפן נאך מיט אנדערע, וואס האלסטו,
מה דינו של זה, דארף מען אזא בחור האלטן אין די ישיבה אדער עהם ארויס ווארפן?, וויסן זאלסטו, אז קיין איין ישיבה
ווארפט נישט לייכט ארויס קיין תלמידים, וויפיל טרערן לאזט א מנהל המוסדות בעפאר ער זאגט אז ער קען נישט
ווייטער האלטן דעם בחור, (איך רעד נישט נישט דא פון די קליינע ישיבות וואס נעמען נאר אן די אזוי גערופענע מצויינים,
וואס איז איז א פרשה בפני עצמו, דא רעד איך איך פון די גרויסע קאמערשאל ישיבות וואס פארן מיט א סיסטעם, תלמוד תורה, ישיבה קטנה און נאכער ישיבה גדולה, וואס דארט איז יעדער בחור וואס האלט ביי עפעס, ער איז גרייט זיך אינטער צו ווארפן יעדער אזא בחור האט א זכות כניסה אין די ישיבה פון די ישיבות רעד איך דא), וויסן זאלסטו ויפיל טאטעס רופן די
הנהלה און שרייען און וויינען אז אויב האלט מען דעם אדער יענעם בחור זענען זיי געצווינגען ארויס צו נעמען זייערע קינדער
ווייל יענער בחור האט זייער א שלעכטע השפעה אויף זייערע קינדער, נו, וואס האלסטו דארף די הנהלה טוהן, יא, ווען
דער בחור המדובר, דער בחור הפוגע, וואלט זיך אינטערגענומען צו פארבעסערן זיך, ער זאל כאטש צוזאגן אויס צופאלגן
די הנהלה, ער איז גרייט זיך אינטער צו ווארפן אינטערן עול ההנהלה, נו, דאן וואלט דער פראבלעם געווען פיל קלענער,
נאר מען רעדט ליידער פון בחורים וואס האלטן שוין ליידער אסאך ווייטער, בחורים ואס דער צער פון טאטע מאמע מאכט
ביי זיי אינגאנצן נישט אויס, זיי לאכן זיך אויס פון אלעמען, און די בחורים האלסטו אז מען דארף ווייטער האלטן אין די ישיבה,
לאמיך דיר זאגן, רוב בחורים, אפילו די וואס מען וויל נישט צוריק אנעמען אין די ישיבה אויב האלטן זיי ביי עפעס קענען זיי זיך
צו פאסן צו א ישיבה, ס'איז דא פלענטי ישיבות וואס נעמען אן שוואכערע בחורים און טוהען אויף גדולות ונצורות, דער פראבלעם איז נאר מיט בחורים וואס מען האלט ליידער לאחר היאוש וואס מיט זיי איז ליידער דער מצב זייער ביטער
און קיין שום יוד זאל דאס חלילה נישט מיט מאכן,
ווייטער שרייבט ער:
א שיינער סכום בחורים זענען ל"ע אויף דראגס
דעס פארציילט נישט יענקעלע נישט זיין רבי אין נישט זיינע 150 מו"צלעך
א שיינער סכום?, וויפיל? וויפיל איז דער שיינער סכום?,
הער מיך צו, איז דא א פראבלעם מיט דראגס, געוויס אז יא, אבער דער פראבלעם ביים היימישן ציבור
איז אזא מיעוט שאינו מצוי אז רעדן דריבער איז פיל שעדליכער ווי דער גאנצער פראבלעם,
איך מאך נישט אוועק דעם פראבלעם, אבער שרייען אויף די ראדיו און אויפן האטליין די שקרים אז
ס'איז א עפידעמיע, און אז הונדערטער בחורים זענען אויף דראגס, איז א חורבן איום ונורא.
נישט בחינם שרייבן די רבנים שליט"א "המושחת הזה הינו אבן נגף לבית ישראל"
הינדערטער יונגעלייט זענען די ניין זיממער וואכן אויף הפקר זיי דאוונען נישט זיי לערנען נישט , נאר זיי דרייען זיך אויף די ערגסטע פלעצער ל"ע
דעס פארציילט נישט יענקעלע נישט זיין רבי אין נישט זיינע 150 מו"צלעך
ווייטער, הונדערטער יונגעלייט, אוי וויי, אוי וויי, הונדערטער יונגעלייט זענען נעבעך אויף הפקר גאנצע ניין וואכן,
איי טויזענטער יונגעלייט פילן אן די בתי מדרשים אין בארא פארק און אין וויליאמסבורג, דאס ווייסט ער נישט, און דאס
זעהט ער נישט, געווארט, איך וועל גיין א שטאפל ווייטער, נישט נאר ניין וואכן, נאר ליידער א גאנץ קיילעכיג יאר גייען
נעבעך יונגעלייט אויף די ארגסטע פלעצער, זיי לערנען נישט און דאווענען נישט, נישט נאר זומער, נו, וואס זאלן מיר
טוהן, כאטשיג נחום שרייט אויף די טרפה'ענע האטליין, עם כל זה איז ליידער דא פלענטי יונגעלייט וואס גליטשן נעבעך,
די רבנים האלטן דרשות און שרייען געוואלד, אבער נחום לאכט דאך פון זיי, ער רופט זיי אן עוכרי ישראלים, גנבים און
פארברעכער, נו וואס פאר השפעה קען שוין א דרשה פון א רב אדער רבי האבן אויף דעם שוואכן יונגערמאן, אנשטאט מחזק
צו זיין די דברי הרבנים און האפן אז זייערע דרשות ודיבורים זאלן האבן עפעס א השפעה, קומט דער מסית ומדיח, דער
מלגלג על דברי חכמים, דעאר וואס שפעט אפ פון אלע רבנים, דער צינדער, און ער שרייט ס'ברענט א פייער...
הער אויף צו צינדן, וועט נישט זיין קיין פייער.
געווארט, ס'איז נישטא קיין שום מחלוקה צעווישן נחום ראזענבערג מיט די רבנים, ס'איז א מחלוקה צעווישן רבנים
מיט א מסית ומדיח א רשע ועוכר ישראל, א מלגלג על דברי חכמים אשר נידון בצואה רותחת,
דו פראבירסט זייער שטארק צו פארגלייכן דעם געפעכט מיט נחום צו די מחלוקה פון סאטמאר-בעלז,
סאטמאר-קאשוי, אדער קלויזנבורג, זייט די וועלט שטייט איז אייביג געווען מיינונגס פארשידנהייט,
און אלע זענען געווען א מחלוקת לשם שמים, דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע האט געשריגן אז בחירות
איז ביהרג ואל יעבור, און בעלז וויזניץ וכו' האבן געהאלטן אז ס'איז גאר א חוב קדוש, נו, מיר סאטמארער חסידים
האבן געוויס געהאלטן אז אונזער רבי איז געווען גערעכט, און די בעלזע חסידים האבן געהאלטן אז זייער רבי איז גערעכט,
דער סאטמארער רבי זי"ע האט געהאלטן אז דער דרך פון ליבאוויטש איז א חורבן פאר כלל ישראל, און האט געלאזט
פאלן אויפן חשבון פון ליבאוויטש גאר שארפע לשונות, און ליבאוויטש האט געהלטן אז זייער דרך טיט גאר אויף פאר
אידישקייט, דער קאשויער רב האט געהאלטן אז די בהמה פלייש איז נבלה וטריפה חלב דאורייתא, און דער הייליגער
ברך משה זי"ע האט געהאלטן אז דער קאשויער רב פארשטייט צו ניקור פונט ווי צו א מעקענטשט קאמפיוטער, און אז
ער ווערט נאר געהעצט פון מחרחרי ריב, אבער כולי עלמא מודים אז די זענען ביידע צדדים געווען ערליכע אידן,
וואס האבן נאר געמיינט לשם שמים, און אויף דעם איז דא עפעס א באגריף פון אלו ואלו דברי אלקים חיים, כאטש צוויי
שיטות זאגט איינער להיפוך פון צווייטן, אבער ווי באלד די מיינסט כולו להשם, איז אלו ואלו דברי אלקים חיים,
אבער דא קומען אריבער דרייסיג רבנים און שרייען אוים קבל עולם ומלואו, אז דער נחום איז א מחרחר ריב, א מבזה רבנים
ותלמידי חכמים, ואסור לשמעו, ער איז קיין רב, ער איז קיין תלמיד חכם, ער איז א פאלנער מנוול, קומט אזא נידעריגער פערשוין ווי געווארט, און נעמט זיך נאך אן פאר עהם,
זאג נאר צו וואס גלייכסטו צו די מנוולות רייד פון נחום שייגעץ, צו וועלעכע פון די פאלגענדע?
ווער האט געזאגט אויף קאשויער רב זצ"ל עפריה לופימה
ווער האט געזאגט אויף קאשויע רב זצ"ל ער איז מיט די שוך אין זאקן אין נ' שערי טומאה
ווער האט געזאגט אויף וויזניצער רבי א פראפעשענעל בעל מוחה
ווער האט געזאגט אויף ר' יחזקאל ראטה באבא יחזקאלי
ווער האט געזאגט אויף די אלטע רעבעצין ,די מכשפה
ווער האט געזאגט אויף ר' שלום יודא גראס ימ"ש
ווער האט געזאגט רב בוק , בוק שמיק
ווער האט געזאגט אויף ר' שמעי גרינבוים , א קצב
צו עפרא לפומיה? וואס רבינו שליט"א האט אלץ קרית יואלער רב איינמאל געזאגט בעידן דרותחא אויף
קאשויער רב, נאכדעם וואס דער קאשויער רב האט געזאגט אז שוין דרייסיג יאר (?) עסט מען נבילות וטריפות
און אויף וואס ער האט עם כמה פעמים מפייס געווען און קאשויער רב האט עהם צוריק געשריבן
אז ער איז אויף עהם בכלל נישט ברוגז, אדער עפעס אנדערע לשונות של ביטול וואס מען האט אמאל בשעת
כעס אנגערופן יענעם?, דאס גלייכסטו צו צו נחומס וועכענטליכער מנוולות האטליין?
איין זאך קען איך זאגן פאר די שוטים די נחום ראזענבערג קאל-עיד טרינקערס
וועקט אייך אויף שוטים, ווי לאנג עס איז נישט שפעיט...
אצינד, לאמיך מיך אדארעכשמועסן מיט מיין פריינד געווארט,
אזוי פערסאן טו פערסאן, הארט טו הארט,
WHAT'S YOUR PROBLEM?
COME ON
רעד דיך אויס, וועסטו זיין ס'וועט דיר לייכטער ווערן,
האסט פיינט רבי אהרן?
אלל-רייט, נישט געפערליך,
איך בין שוין געוואוינט דערצו,
רוב רובם פון חסידישע אידן האבן פיינט געהאט אונזער באליבטן רבין דעם בעל דברי יואל זי"ע
ווי אויך דעם הייליגן ברך משה זי"ע דארף איך דיר נישט זאגן וויפיל שונאים ער האט געהאט,
נו, איז נאר פארשטענדליך אז אונזער הייליגער רבי שליט"א דער ממשיך דרכם וממלא מקומם
פון די אויבן דערמאנטע הייליגע רבי'ס זאל אויך האבן שונאים, אדרבה, ה' לי בעוזרו ואני אראה בשונאו,
וואס דען, די האלסט נישט אויס די הצלחה פון רבינו הקדוש שליט"א ווי צוביסליך ווערט ער
אנערקענט אלץ דער רבן של ישראל דער גרעסטער מנהיג ישראל, און דאס קענסטו נישט פארנעמען,
אויך נישט געפערליך, וועסט דיך מוזן צו געוויינען צו דעם, לערן דיך אויס צו שלינגען,
אבער וואס פאר א גיט יאר האט דיין שנאה לרבינו שליט"א מיט די מערכה פון דעם מושחת נחום ראזענבערג,
דיין הייליגער רבי זלמן לייב האט דאך עהם אויך געאסערט, איז דען דער איסור פונעם הייליגן
שארמאשער נישט גענוג?, און וואס איז מיטן ראב"ד ר' ישראל חיים מנשה מיט זיינע חברים
ר' זלמן לייב פיליפ מיט ר'שלמה לייב וויינבערגער?, איז דיין שנאה צו רבינו שליט"א אזוי שטארק גובר
אז אפילו מיט די שארפע איסורים פון דיינע גדולי התורה לאכסטו זיך אויס נאר להכעיס רבי אהרן,
למשל ביטווין מי ענד יו, האסטו אויפגעהערט צו האלטן שבת נאר ווייל רבי אהרן האלט שבת?,
און וואס איז מיט בארד און פאות, האסטו דאס שוין אפגעשוירן להכעיס פון רבי אהרן,
איז דער איסור פון קאשויער רב נישט גענוג פאר דיר?, איז דער רבי אהרן טאקע אזוי גרויס
אז ער איז שקול אקעגן דיינע אלע צדיקים?
JUST ASKING
איך האב שוין נישט געוואלט מער זיך מישן אין דעם ענין.
אבער אזוי וויא איך זעה אז מען פארדרייט די יוצרות וויל איך דא אביסעל קלאר מאכן
דער זיסער יוד "אלוועיס" שרייבט קרוב לאמת עטליכע כמעט אמתדיגע נקודות.
און אוודאי פארשטייט זיך אז דער ספרא רבא יענקעלע11 גיסט דאך פשוט אש להבה פלאמען פייער קעגן נחום. . און דארט וויא מען גיסט פייער שטופ איך מיר נישט אריין די נאז. תולה ארץ על בלימה על מי שבולם עצמו.
אבער יענקעלע שרייבט "דזשאסט עסקינג" ער פרעגט נאר וויא א תם.
לאז מיך אויך פרעגן (וויאזוי זאגט רבי יונתן אייבשיץ אז א יוד ענטפערט אייביג צוריק מיט א קשיא)
נישט אין די ווייטע פארגאנגענהייט איז געווען א יוד בשם ר' יוסעל וואלדמאן.. וואס ער איז אנגערופן געווארן ביי די צדיקי בית סיגעט סאטמאר וכל הנלווים אליהם . וויא דער מסור פון כלל ישראל. גהינם כלה והוא לא יכלה רח"ל.
דער גאנצער איד שטירמער מיט אלע זייערע רבנים און דיינים האבן אויסגעשפיגען דעם יאסעל וואלדמאן
איך האב איינמאל געמאכט א ווערטל און איך האב געזאגט אז עס איז נישט אזוי געפערליך מיט דעם יאסעל וואלדמאן . מען האט מיך שיעור געהארגעט רח"ל.
יעצט נאך א פאר יאר שפעטער
ענטפערט עטץ אלע. האט דען נישט יאסל וואלדמאן אויפגעטון א סאך . ווען נישט ער וואלט דאך געווען ממש שפיכות דמים רח"ל . כהנים ארוס. נישט נאר מען וואלט געווארפן שטיינער אויף די אלטע רעביצין און אויף הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראטה שליט"א נאר מען וואלט זיי ממש געהארגעט אזוי וויא מען האט ממש געהארגעט מיט די ידים ידי עשיו דעם גאון רבי מענדל וועכטער אז ער האט געמוזט ליגען אין שפיטאל. . זיין ברודער האט דעמאלס געזאגט פאר אדמו"ר "למה אתה מתגאה בעולם שאינו שלך" אויף א רבין קען אויך קומען א צייט. וכך הוה אזוי וויא מען זעהט אז נישט ביי יעדען איז ער רשכבה"ג.
למעשה איז רז"ל מסאטמאר געגאנגן צו די חתונה וואס יאסעל וואלדמאן האט געמאכט און געטאנצט מיט עהם . איז ער דאך געווארן אויס וועלטס מסור.
קען זיין אז ער יאסעל האט טאקע נישט געארבעט אויפן תורהדיגען וועג . אבער עם עקש תתפתל מען האט ליידער נישט געהאט קיין ברירה.
לענייננו איך רעד נישט וועגן נחום'ס מנוולות און וועגן זיין פירסום אויף מנוולות און וועגען דעם וואס ער בלאזט אויף א מעשה יחידי פאר א רבים זאך.
איך רעד וועגן דעם איינעם פרט וואס מען זאגט אז ער איז מבזה רבנים
לאמיך אייך פרעגען נאך א קשיא . א רב פון א אמעריקאנער שול וואס האט איבער טויזענט יודען אין זיין שול און ער פארט יום כיפור מיט די קאר. איז א רב? יא אדער נישט?
און טאמער איינער רעד אויף עהם האט ער דען מבזה געווען א רב? יא אדער נישט?
חאטש מען שוואכט עהם אפ ביי זיין אייגענעם עולם און ער ווערט ללעג וקלס ביי זיינע יודען וואס האלטן יא פון עהם
דאס זעלבע ליידער ליידער אז איינער וואס רופט זיך רב און שטייט בראש פון א רבנישע ארגאנאזאציע וואס כלל ישראל פארלאזט זיך דערויף. און ער איז מאכיל ביודעין טריפות ונבילות
און ביי די בודק זאכען וואס חאטש ער ווייס קלאר און ער איז מודה אז עס איז ווערעמדיג איז ער דאס מתיר צו קאכען מיט די ווערעם. אבער ער שרייבט נישט אויף אויפן פעקל אז מען דארף דאס קאכען ער שרייבט סתם שקר "נקי מחשש תולעים וא"צ בדיקה"
נו!!! אזא איינער איז דען א רב? ער איז דאך פונקט וויא יענער אמעריקאנער רב וואס רבי משה פיינשטיין שרייבט אויף עהם רשע מרושע ומצוה לחרפו ולגדפו (שו"ת אבן העזר)
נו! וואס קענען מיר קליינע מענטשעלעך טאן. מוז קומען איינער אזוי יאסעל וואלדמאן אדער נחום און ראטעווען דעם כלל ישראל פון אזעלכע עוכרי ישראל.
און לגבי דעם וואס איך האב געשריבען אז קיינער פון די רבנים האבען נאך קיינמאל נישט דורכגעלרענט ד' חלקי שו"ע. האט מיר איינער גענטפערט דא אויפן היידפארק אז רבי געציל האט יא דורכגעלרענט. נו! יעדער כלל האט דאך א יוצא מן הכלל. אבער עכ"פ ער איז מודה אז די אנדערע נישט. . קיין גדולי ישראל זענען זיי דאך זיכער נישט.
וויאזוי שעמט זיך נישט דער שרייבער אינעם איד שטירמער צו שרייבן אז פון דעם וואס מען זעהט אז ער האט פיינט רבנים און זוכט אויף זיי חסרונות איז א סימן אז ער איז פארדארבען.. קען זיין אז ער איז פארדארבן אבער נישט וועגן דעם ווייל ער מאכט אוועק די מכשילי הרבים
אונדז האט מען לכתחילה אויסגעלערנט אז אלע רעביס און אלע רבנים זענען מינים ואפיקורסים . מען זוכט אויף יעדען פון די אנדערע רבנים און רעביס חסרונות מיט א שמחה גדולה. . איך רעד שוין נישט פון די וואס זענען געכאפט מיט די שיטה. יעצט זעהט מען דאס קלאר. אז רבי אהרן אדמו"ר האלט נישט מיט זיי איז ער א סורר ומורה. רבי יחזקאל האט מתיר געווען דעם עירוב איז ער ביי זיי ללעג וקלס. אלע מענטשען וואס פאלגן זיייערע רבנים איז הותר דמם.
דער זעלבער עוכר ישראל מאכיל נבילה וטריפה איז מתיר נאכצושרייען פרויען און אויף עהם טאר מען נישט רעדן. נאר אויף גדולי עולם מעג מען און עס איז מצוה צו רעדן. משוגעים ומטורפים..
פאר ענקערע אונזערע קינדער קען מען נישט איינרעדן קיין שקרים אז עס טוט אונדז וויי דעם כבוד פון רבנים . ווייל עס טוט אונדז נאר וויי דעם כבוד פון אונזערע רבנים אפילו זיי פירן זיך אויף וויא דער אמעריקאנער רב וואס פארט יום כיפור. אבער וויבאלד איין רב זאגט אנדערש וויא אונדז. דעמאלס איז נישט דא קיין איסור מבזה צו זיין א רב און מעג מען ווייזן פאר די קינדער אז דער רב איז גארנישט זיין תורה איז גארנישט זיין פסק איז גארנישט.
לענייננו נאכאמאל לא באנו בזה אונדז קומען מיר נישט דא להצדיק את הרשע ריין צו וואשען דעם ברייטן לשון פון ניוול. נאר להרשיע את הצדיק. ולגלות החנפים. די וואס מאכען זיך וויא צדיקים שאין להרהר אחריהם זיי האבען לייסענס פונעם שטן מאכיל צו זיין טריפות לישראל און מתיר זיין נאכשרייען פרויען אויך . די באנדיטן וועלן מיר אראפרייסען אז ידעו כל הקהל אז דער רב וואס פארט יום כיפור און דער רב וואס איז מאכיל טריפות
צו דער שטראף וואס הייסט נאכשרייען איינעם וואס זאגט פארקערט וויא ער און מכ"ש פרויען.
די אלע זענען אויף זעלבע מדריגה
און אזוי וויא וויא מען מעג רעדן און מען דארף מגלה זיין אז יענער רב וואס פארט יום כיפור איז קיין רב נישט אזוי זענען זיינע חברים מיט די ברייטע היטן און אפילו מיט די ווייסע זאקען די זעלבע חברה. וד"ל
און להוי ידוע אז פאר עטליכע יאר צוריק איז א גרויסער עושר פון קרית יואל געווען אין מיאמי פלארידא און איינער א חשובער מלמד פון דא איז געקומען דארטן אין ביהמ"ד נאך געלט . פלוצלונג איז דער עושר צעווילדעוועט געווארן און אינמיטן ביהמ"ד האט ער זיך גענומען שרייען אויף דעם חשובען מלמד דו שייגעץ חזיר וכדומה. אז עס האט געהילכט . דער גאנצער עולם בראש די רבנים האבען זיך גענומען שרייען שא!! עלבון התורה אבער דער עושר יענה עזות האט נישט אויפגעהערט נאר געשריגען ביז דער מלמד האט געמוזט ארויס פון ביהמ"ד. שפעטער האט ער דערציילט אז ווען ער איז געווען א יונגל האט ער עהם איך ווייס נישט וואס. אפשר סתם אויסגעטון און געשמיסן . אבער עכ"פ יעצט ווען ער האט עהם דערזעהן אלס שיינער יוד איז זיין בלוט עהם ארויפגעלאפן אין קאפ אריין אוןן זיך גענומען פארפירן. ע"כ
ואם שגיתי השם יכפר בעדי.
עבדי עברי שרייבט:
נישט אין די ווייטע פארגאנגענהייט איז געווען א יוד בשם ר' יוסעל וואלדמאן.. וואס ער איז אנגערופן געווארן ביי די צדיקי בית סיגעט סאטמאר וכל הנלווים אליהם . וויא דער מסור פון כלל ישראל. גהינם כלה והוא לא יכלה רח"ל.
דער גאנצער איד שטירמער מיט אלע זייערע רבנים און דיינים האבן אויסגעשפיגען דעם יאסעל וואלדמאן
יעצט נאך א פאר יאר שפעטער
ענטפערט עטץ אלע. האט דען נישט יאסל וואלדמאן אויפגעטון א סאך . ווען נישט ער וואלט דאך געווען ממש שפיכות דמים רח"ל . כהנים ארוס. נישט נאר מען וואלט געווארפן שטיינער אויף די אלטע רעביצין און אויף הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראטה שליט"א נאר מען וואלט זיי ממש געהארגעט אזוי וויא מען האט ממש געהארגעט מיט די ידים ידי עשיו דעם גאון רבי מענדל וועכטער אז ער האט געמוזט ליגען אין שפיטאל. . זיין ברודער האט דעמאלס געזאגט פאר אדמו"ר "למה אתה מתגאה בעולם שאינו שלך" אויף א רבין קען אויך קומען א צייט. וכך הוה אזוי וויא מען זעהט אז נישט ביי יעדען איז ער רשכבה"ג.
לאמיר דיר פרעגן אזוי בדרך אגב:
האט דען נישט היטלער ימ"ש אויפגעטון מיט די צווייטע וועלט מלחמה אז לכבוד דעם:
האט זיך אויפגעהערט (עכ"פ אפן) די בעלזע מונקאטשע מחלוקה
האט זיך אויפגעהערט די שטיקל ריתחא צוויישן רביה"ק בעל דברי יואל און הגה"ק בעל מנחת אלעזר, און אדרבה דער דברי יואל האט מקרב געווען שפעטער זיין אייניקל האדמו"ר ממונקאטש שליט"א
האט זיך סיגעט משדך געווען מיט וויזניץ
ס'איז באקאנט א פרשה איבער א פגם המשפחה וואס איז געווען אוסרים און דער הייליגער שינאוואר רב און נאך גדולים האבן געזאגט ס'איז נישטא קיין שום חשש, שרייבט אינער פון די זקני גדולי זמנינו אז וואס זאל מיר טון בשנים שלפני המלחמה האבן טאטעס איבערגעגעבן פאר די קינדער מען זאל זיך נישט משדך זיין מיט די משפחה אפילו ס'איז געווען א היתר אויף זיין, נאר נאך די מלחמה איז בא סנחריב ובלבל את העולם
ס'איז נאך דא אסאך צו שרייבן איך האב נאר נישט צייט צו טראכטן יעצט
יעצט ממילא וועסטו חלילה זאגן אז ס'האט געדארפט זיין א וועלט מלחמה ר"ל
יאסל וואלדמאן בלייבט שייגעץ לחרפה ולדראון עולם פאר זיינע מעשה תעתועים, אין א געוויסן זין קען מען זאגן ער האט געוויזן דעם וועג פאר נחום ראזענבערג מיטן זיך אויפשטעלן פאר מיליאנען גוים און בארעדן זיין אייגן קאמינוטי
און דאס וואס דו שרייבסט: למעשה איז רז"ל מסאטמאר געגאנגן צו די חתונה וואס יאסעל וואלדמאן האט געמאכט און געטאנצט מיט עהם . איז ער דאך געווארן אויס וועלטס מסור.
וויל איך פרעגן, איז ער געווארן אויס וועלטס מסור? אדער איז רז"ל געווארן דער אראפגעקוקסטער מענטש נאר פאר דעם, לאמיר לייגן אלע זיינע עבירות אין די זייט, ער זאל נאר האבן געטון דאס צו טאנצן מיט א מענטש (?) וואס האט געזאגטאויף זיין טאטן כומעני.
צו גיין מספיד זיין איינעם וואס צוליב ער איז א שוכן עפר וויל איך נישט שרייבן וואס דער ברך משה האט געזאגט אויף אים, יענער איז יעצט כשר געווארן, אז זלמן לייב וועט זיך מארגן אויפשטעלון מספיד זיין היטלער ימ,ש וועט ער ווערן צדיק הדור.
דו שרייבסט: קען זיין אז ער יאסעל האט טאקע נישט געארבעט אויפן תורהדיגען וועג . אבער עם עקש תתפתל מען האט ליידער נישט געהאט קיין ברירה.
לאמיר פונקטליך הערן וואס האט מען געטון פאר דעם עוכר ישראל יאסל וואלדמאן ביז שבט תשמ"ט אז ער האט נעבעך נישט געהאט קיין ברירה און אנגעהויבן טון וואס ער האט געטון?
און דרך אגב, נאך די אלע מעשה תעתועים האט ער עפעס אויפגעטון, איך וויל נישט איבערחזרן, אבער וויפיל קלעפ זענען שוין געגאנגען זינט יוסף וואאלדמאן איז הותר געווארן לבא בקהל הגזלוני
יעצט איך גיי נישט אריין אויף די פוינטס וואס נחום רז"ב זאגט צו ס'איז אמת צו נישט, יתכן אז ס'איז מקצת אמת, און כדרכו בלאזט ער עס אויף, אבער פארדעם דארף מען עפענען אזא מיאוס מויל
דו שרייבסט
איך רעד וועגן דעם איינעם פרט וואס מען זאגט אז ער איז מבזה רבנים
לאמיך אייך פרעגען נאך א קשיא . א רב פון א אמעריקאנער שול וואס האט איבער טויזענט יודען אין זיין שול און ער פארט יום כיפור מיט די קאר. איז א רב? יא אדער נישט?
און טאמער איינער רעד אויף עהם האט ער דען מבזה געווען א רב? יא אדער נישט?
חאטש מען שוואכט עהם אפ ביי זיין אייגענעם עולם און ער ווערט ללעג וקלס ביי זיינע יודען וואס האלטן יא פון עהם
דאס זעלבע ליידער ליידער אז איינער וואס רופט זיך רב און שטייט בראש פון א רבנישע ארגאנאזאציע וואס כלל ישראל פארלאזט זיך דערויף. און ער איז מאכיל ביודעין טריפות ונבילות
און ביי די בודק זאכען וואס חאטש ער ווייס קלאר און ער איז מודה אז עס איז ווערעמדיג איז ער דאס מתיר צו קאכען מיט די ווערעם. אבער ער שרייבט נישט אויף אויפן פעקל אז מען דארף דאס קאכען ער שרייבט סתם שקר "נקי מחשש תולעים וא"צ בדיקה"
נו!!! אזא איינער איז דען א רב? ער איז דאך פונקט וויא יענער אמעריקאנער רב וואס רבי משה פיינשטיין שרייבט אויף עהם רשע מרושע ומצוה לחרפו ולגדפו (שו"ת אבן העזר)
איך האף דו פארשטייסט אז נישט על זה יצא הקצף פון די אלע רבנים, אלטר משה האקט אויף אויף די שחיטה, ווען די רבנים קומען ווען ארויס קעגן דעם וואלט מען געזאגט לכבוד עצמם הם דורשים
די קול קורא איז אויף די ברייטע שפראך וואס ער רעדט
ואגב האב איך א שווערע קושיא צו נחום ראזענבערג
ער שטייט און שרייט פארוואס מען נעמט נישט קער פון די פוגעים און נפגעים, און ווי אויך מוזן מיר אלע גלייבן יעדע מעשה וואס ער דערציילט אז אזוי איז געווען.
סא נחום זיי מיר מסביר, פארוואס האסטו געהאקט פאראיאר און רבינו מסאטמאר שליט"א איבער די פרשה פון מ. נ. וו., ווי אזוי קענסטו זאגן אז אזעלכע מעשיות קענען נישט פאסירן, נאר וואס דו פאנטאזירסט קען פאסירן, ס'קומט א רב בישראל און איז מטפל מיט זאכן וואס קיינער וויל נישט רירן אלעס למען קדושת ישראל, ווי אזוי קען זיין אז דו גרויסער טוער למען קדושת ישראל רייסט אים אראפ
נאר דעם תירוץ דארף איך שוין נישט ענטפערן
די פריערדיגע שרייבערס האבן עס שוין געענטפערט
שגית, שגית, ועוד איך שגית!!!
וה' הטוב יכפר בעדך,
טייערער עבד,
ביסט אזוי ראנג אז ס'לאזט זיך גארנישט זאגן
קודם כל, לו יהא אז ביסט יא גערעכט, איז דאך לכל זמן,
און אצינד איז זיכער נישט די צייט צו קלאפן די רבנים וואס זענען שטרענג ארויס געקומען
אקעגן דעם שחצן ומנוול נחום ראזענבערג, ביי די 6 טאקיגע מלחמה האט דער רבי דער בעל
דברי יואל זי"ע נישט געוואלט רעדן אקעגן די ציונים, זאגענדיג אז בשעת מלחמה איז טוב לחשות,
ס'איז נישט די צייט, אזוי אויך אצינד בשעת די מלחמה מיט נחום איז נישט די צייט צו פארפירן אויף
די רבנים,
דאס איז אויב די וואלסט געווען גערעכט, אבעל ליידער לעבסטו מיט א אמתדיגע שנאה מיט א פאלשע אויסרייד,
ווען איך האב געלערנט אין ישיבה איז דארט געווען א בחור וואס האט געהייסן יואליש מארגענשטערן
ער האט עוסק געווען בתורה יומם ולילה, ממש לא פסיק פומיה מגירסא, ער איז שפעטער געווארן א איידעם
ביי שארמאשער רב זצ"ל און לאחר פטירתו געווארן דער שארמאשער רב, דער רבי יואליש, כאטשיג איך האלט נישט
פון אלעם וואס ער זאגט, זיין מיינונג אויב איז עס להיפוך מדעת מיין רב אדער רבי, איז מיך נישט מחייב, אבער
א דעת תורה האט ער זיכער, ובפרט ווען עס זענען נישטא קיין חולקים איז קלאר אז זיין איסור אויף נחום איז
קראנט, אויך האב איך געלערנט מיט צוויי בחורים ברודערס וואס האבן זייער פלייסיג געלערנט, איינער האט געהייסן
אייזיק אייכענשטיין און דער ברודער האט געהייסן דוד אייכענשטיין, זיי זענען געווען אויסער געווענדליכע מתמידים,
נאך זייער חתונה איז איינער געווארן דער גאלאנטער רב און דער ברודער איז געווארן בורשטינער רב, אויך די זעלבע,
זייער דעת איז מיך נישט מחייב אבער דא בנידן דידן האבן זיי אויך געחתמט און איך נעם אן זייער איסור זייער ערענסט,
אויך האב איך געלערנט מיט א בחור'ל א מתמיד עצום, געלערנט אויסער געווענדליך פלייסיג מיטן נאמען זלמן לייב פיליפ
דער זלמן לייב איז אויסגעוואקסן א דיין אין סאטמאר, און דער רבי זלמן לייב האט אויך געזען פאר ויכטיג אינטער צו
שרייבן דעם איסור אויף נחום, און ווי געזאגט זיין מיינונג ווען ס'איז נישט בניגוד פון אנדערע רבנים איז זיכער א קלארער
דעת תורה, און איך רעד שוין נישט פון דעם בחור געציל בערקאוויטש וואס איז שוין בשעתו געווען א תלמיד חכם עצום
דער רבי זי"ע האט זיך כסדר משתשע געווען מיט עהם, דער געציל איז אויסגעוואקסן צו ווערן דער גרויסער דיין פון קרית יואל און ער האט אויך אינטערגעשריבן דעם איסור, די אלע רבנים מיט נאך אנדערע גדולי תורה האבן אינטער געשריבן א גאר שארפן איסור אויף דעם מנוול נחום ראזענבער וואס אגב האט אויך געלערנט שפעטער אין די ישיבה און איז שוין דאן געווען דער גרעסטער מטורף אין די ישיבה, און צו האבן דעם טיטול גרעסטער מטורף אין די ישיבה איז נישט געווען פון די לייכסטע זאכן,
פון די 700 - 800 בחורים האבן מיר געהאט פלענטי מטורפים אבער קיינער איז נישט צו געקומען לקרסולי רגליו,
כולם כאחד יחד הודו והמליכו דעם נחום ראזענבערג אלץ דער גרעסטער מטורף.
אלזא THERE IS NO CONTEST, דא איז נישט קיין געפעכט צעוישן נחום ראזענבערג מיט די רבנים אדער די רבנים מיט
נחום ראזענבערג, דא איז א דעת תורה פון רבנים אקעגן א מסית ומדיח א אבן נגף לכל בית ישראל, און אצינד צו קלאפן
די רבנים איז פונקט ווי אלע מינים ואפיקורסים וואס האבן אלץ געשפעט און געשריגן מאי אהני לן רבנן, דאס איז אלץ
געווען דער דרך פון די קלים ורקים פושעים ופוחזים אראפ צו רייסן די רבנים, אדרבה ווייז מיר איין רב וואס האלט אנדערשט,
איין דיין אדער חשובער רב וואס זאל זיך אנעמען פאר עהם, עס עקזעסטירט נישט, יא, נחום לאכט אז די אהרונים האבן ארויס
גענומען ר' זלמן לייב פון זייער קול קורא, און די זאלונים האבן ארויס גענומען די נעמען פון רבי מענדל מיט דעם דיין רבי משה
פריעדמאן, און מיט דעם ערקלערט ער ניצחון, אבער יעדער ווער עס האט א מוח בקדקדו זעהט אז דאס איז שטותים מיט הבלים
ווייל האט דען רבי זלמן לייב געשריבן אנדערשט? האט ער ער זיך דען אנגענומען פאר נחום?, צו ביי די זאלונים האט דען דער
רב רבי מענדל מיטן דיין רבי משה זיך אנגענומען פאר נחום, ניין!!! אלע פון ביידע צדדים שרייבן בפה אחד אז דינו כחוטא ומחטיא
את הרבים ואסור לשומעו, און דאס איז זיכער יעדן מחייב.
דיינע אנדערע שטותים איז פשוט נישט ווערט צו ענטפערן, ווייל דער מסור יוסל ואלדמאן איז נאך עד היום אראפגעקיקט ביי
יעדן ערליכן יוד, די געשלעג און טעראריזם וואס האבן זיך אויף געהערט איז בכלל נישט צו פארדאנקן יוסל וואלדמאן, נאר
פאר כ"ק רבינו שליט"א וואס האט זיך אפגעשאקעלט פונעם גרויסן ארכי טעראריסט משה גבאי, דאס איז געווען ווען דער
מצב פונעם הייליגן ברך משה איז געווארן זייער שוואך און משה גבאי האט עהם דאן גענוצט פאר אלע זיינע שייגעצשטיק
און מיטן רבין איז נישט שייך געווען צו רעדן, האט דער דעמאלצדיגער קרית יואלער רב שליט"א געזאגט עד כאן, גענוג
איז גענוג, דער משה גבאי האט עהם געסטראשעט מיטן ערגסטן און אין א געוויסן מאס מקיים פסק געווען, דער נוקם ונוטר האט אנגעמאכט פארן רב פלענטי עגמת נפש ושברי לב, אבער עם כל זה האט ער זיך נישט דערשראקן און דאס האט געברענגט
צו היינטיגן שטילשטאנד,
אזוי אויך מיט דיין נארישע טענה פון מאכיל נבלות וטריפות, וויל איך דיר זאגן, רז רבי אהרן טייטעלבוים דער באטערער רב
איז נישט קיין מאכיל נבילות וטריפות, זיינע תשובות בכתב בנוגע די טענות אויף די שחיטות האבן איבערגעצייגט רוב
רובן פון רבני ארץ ישראל וחוץ לארץ אז ער איז גערעכט, אוודאי קען מען אלץ מחמיר זיין, אבער פון מחמיר זיין ביז מאכיל
נבילות וטריפות איז פאלג מיך א גאנג, אבער ווי געשריבן אפילו ס'איז דא גערעכטע טענות אויף געוויסע רבנים וואס האבן "אויך" אינטערגעשריבן אויף דעם קול קורא איז דאס בכלל נישט קיין סתירה און ס'איז אצינד נישט די צייט צוזאמען צו שמעלצן די טענות מיט דעם איסור אויף נחום, נחום ראזענבערג מיט זיין מנוולות האט-ליין דארף זיין לחרפה ולדראון עולם.
תוקן על ידי verbeenich ב- 23/07/2008 18:53:51
majyar718,
ביסט גערעכט, אלטר משה'ס דארף מען אויך פארמאכען, קיינער וואס רעדט אזוי אויף אלע רבנים טאר מען נישט צולאזן.
די חילוק פון די צוויי האטליינס איז נאר די מנוולות חלק.
תוקן על ידי realgenius ב- 24/07/2008 6:52:36
|
איך האב געליינט דאס ארטיקל פון וואס איז נייעס, און דארט שטייט
אז דער פאליטישן דוב הייקינד האט געזאגט אז אמת עס איז דא דער פראבלעם
פון טשיילד עביוז און ער איז גרייט צו העלפן, סא, איז דאס עפעס א סתירה צו וואס
יעדער איז מודה אז דער פראבלעם עקזעסטירט, האט ער דען געזאגט אז אלע מלמדים
טשעפען מיט די קינדער?, האט ער דען געזאגט אז אלע מנהלים זענען מנוולים?, ווי איז
דער געווינס פאר נחום, ער זאגט אז ער הערט נישט נחום'ס מנוולישע האט-ליין, און אז
ער וועט העלפן אויף דעם געביט, נו, פארגעסט נישט, ער איז דאך א פאליטישן, און עקט ווי
איינער, ער האט נישט קיין פראצענט אדער קיין פיגערס ווי גרויס דער פראבלעם, ער זאגט
נאר אז ער וועט דאס מאניטערן, ער זאגט אז איינער האט אזא פראבלעם זאל ער רופן אין
זיין אפיס, סא, אדרבה, ער ווייזט אז כדאי אויף צוטוהן אויף דעם געביט, דארף מען נישט
האבן קיין מנוולישן האט-ליין, נאר טון צודערזאך,
פינאדארט, וואס מיינט א "יואלי" ?, אפשר איז דאס געווען א חיים מאיר'ל?, אדער א מנחם מענדל?, צו א
אהרן מרדכי?, וואס מיינט א יואלי? האט ער נישט געוואלט פארשעמען סאטמאר?, איז דער געלערענטער
בכלל א סאטמארער חסיד? צו בכלל א חסידישער?, איז ער טאקע א 16 יעריג בחור'ל וואס מען ארויס
געווארפן פון ישיבה?, זעט מען דען נישט זיינע בולט'דיגע לגיונות?, סא, האט קול מבשר אנגערופן דעם מחלל
שבת "א גוי" נו, כבר הי' לעולמים, א מחלל שבת און איינער וואס פירט זיך אויף ווי א גוי, "איז א גוי"
אגב, DWI מיינט דרייווינג ווייל אינטאקסיקעדעט, דאס מיינט ער איז געווען "שיכור"
ווי עס שטייט קלאר אונעם ארטיקל פונעם רעקארד,
קיק נאר אין דיקשאנערי וואס INTOXICATED מיינט:
דער נחום ראזענבערג איז א געפערליכער חברה-מאן, ער איז אריינגעפארן אין א פלאנטער מיט די האטליין זיינע אום פרשת בהעלותך, ער איז געווארן פארפלאנטערט, אין ער זעיט סגייט טיפער אין טיפער.
ער איז אנגעקומען אין די רואיגע לאנדן וואס די ארטיגע איינוואונער זענען ספעציעל באקאנט מיט זייער רואיגקייט אין ווי נאר מען האט אים דארט געזען האט מען אים נאכגעשריגן, ער האט געציטערט פאר זיין לעבן אין איז אנטלאפן.
ער האט זיך דעם שבת געמאכט א חשבון, וואס פעלט מיר דאס אויס, אויספירן וועל איך נישט, איך ווער א גרעסערע לוזער יעדע וואך עקסטער, איך סטראשע אהער אין אהין אין איך קום נשיט אן אין ערגעץ, די רבנים האבן אין פלאן צו גיין ווייטער אין ארויסרוקן א חרם, סאו וואס טוט מען דא.
ער איז געקומען מיט א איינפאל ער גייט פארציילן אז ער האט שוין געענדיגט זיין מיסיע אין מען טוט שוין, עס עפענען זיך שוין עמערזשענסי האטליינס, אפיסעס גייען געעפענט ווערן אין אלע געגענטער אין דער חכם דוב ה. גייט עס פרין בקיצור ער איז שויון פארטיג
יעצט קען ער שוין טוישן די ניגון אין רעדן צירוק פון כשרות אין פטור א עיסק.
ער האט שוין געהאט אזא פראבלעם טאקע מיט א יאר צירוק ווען ער איז באפאלן הנגיד הרב דוד עקשטיין מיט אלע זיינע ליגענטס, האט ער דאן געשריגן דוד גייט ריזיינען ביז א וואך אויב נישט גייט זיין פרייליך. עס איז פאריבער שוין באלד א יאר אין מהאלט נאך ביי א'. אין דער נחום זעענדיג אז עס וועט אים נישט געלונגען אין ער איז ארייןם אין א פלאנטער האט ער געמאלס תיקף געטוישט די מערכה אינגאנצן אויף עפעס אנדערשט שמיטה צו כשרות פלייש אין אזוי ווייטער.
ער זאגט אויף די וואכעדיגע אז דער בחור איז געווען א ויף דראגס, דאס איז א פלעינע ליגענט, דער בחוטר נעבעך איז געווען אנגע'שיכור'ט, כהאב געהערט פון א יוד וואס איז אין יענע קאלעני אין דער נחום שרייט אז סאיז געווען א יולי א אנגע'דראג'טער, דער בחור איז געועון א ליטוואק אין א שיכורער חברה מאן.
ער זאגט אז קול מבשר האט געזאגט אז ער איז געווען א שחור, כהאב עס געהערט מוצאי שבת אין ער האט געזאגט א דרייווער, יעצט האב איך עס נאכאמאל איבערגעהערט ביי די בולעטין סעקשאן ווי מען קען הערן אלע אלטע נייעס אין ער זאגט נשיט קיין ווארט שחור אדער וואס.
אלעס איז איין זאך.
נחום איז א פאלנער שקרן אין א גרויסע גרויסע טשיקען, ער ציטערט אוועק פאר יעדע ביסל קולות, סאו גרייט ער זיך צו אז ווען דער עולם קומט אהיים פון קאנטרי זאל ער שוין זיין ביזי מיט א אנדערע שערריה.
''According to my info since I did the radio show last week, I have been shocked [by the response] and I would say after speaking to highly professional people who deal with this, it's an epidemic in this community.''
אויב ביי דיר איז נחום מנוולישער האט-ליין מיט דוב הייקינד'ס מודעה היינו הך
דארפסטו שנעל זיכן א דאקטאר, ניין, דוב הייקינדס סטעיטמענטס איז געוויס
נישט קדוש, און ער איז דאך א פאליטישן וואס כאפט זיך ארויף אויף יעדע אישוי
ווי ער קען האבן פובליסיטי, וואס מיינט עפידעמיק?, קענסטו דאס צולייגן אויף קליין געלט?
איז דאס אייניג אדער נאנט צו וואס נחום שרייט?, דוב שרייט ס'איז דא א פראבלעם,
און אז ער איז גרייט צו העלפן, און דאס איז יעדער מודה אז ס'איז דא א פראבלעם,
אבער דער שייגעץ נחום שרייט אז "יעדער" טיט דאס, "אלע" מלמדים און מנהלים זענען
שקצים, און אז "אלע" רבנים זענען שותפים לדבר עבירה ווייל זיי קאווערן דאס,
דער חילוק איז פשוט, דוב הייקינד וויל אז ס'זאל נישט זיין דער פראבלעם,
און נחום האפט און וויל אז דער פראבלעם זאל יא זיין, ווייל ער וויל זיין גערעכט.
והדברים פשוטים,