היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » איך דארף העלף פון אן expereinced

איך דארף העלף פון אן expereinced

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2445464

shtark » 12/7/2008 22:22

איך בין א נייע מעמבער אויב דעס איז נישט די ריכטיגע פורום פאר דעם ביטע זאגט מיר ווי יא!
איך בין חתונה געהאט פאר אפאר יאר אין האב שוין א קינד, מיין ווייב איז לעצנס diagnosed געווארן מיט א שווערע מחלה פוןdepression וואס הייסט bipolar זי וועט מיזן זיין אןיף lithium pills.
איך בין זייער ציבראכן פון די גאנצע מצב, מיין עלטערן האלטן אז איך זאל מיך ציטיילען פון איר. איך האב שוין דארך געטוהן די ענין ביי גוגל.
מיין שאלה איז נאר פון א היימישע פערספעקטיוו, קענן אינז נאך האבן א נערמאללער צופרידענע לעבן אזוי?  וועט זי קענן האבן נאך קינדער מיט די pills? אויב איר אדער איינער וואס איר קענט האט אויך די situationביטע העלפט מיר ארויס?
איך ווארט צו הערן אין תזכו למצוות

קאמענטאטאר » 13/7/2008 19:35

כ'האב באמת גרויס מיטלייד מיט דיר טייערער אינגעמאן, דוכט זיך אז דער מעמבער טוט דערין, פארבינד זיך מיט אים, אלענפאלס כ'בין זיכער אז דו קענסט טרעפן פראפעסיאנאלע הילף פון באשטעטיגטע מומחים אין דעם פעלד, עכ"פ זיכער מער פון דא, טון כ'וואלט דיר געראטן אזוי צו טאן.

צדקתך » 16/7/2008 18:24

שטארק איך קען דיר נאר זאגן וואס איך ווייס פון ערפארונג (פון א קרובה מיינע) אז מען קען זיך ארויסדרייען דערפון און אפילו מען דארף נעמען פילן דערצו קען מען נאך אלס האבן א נערמאלע לעבן און זיין גליקליך און צופרידן, ווען די זאלסט נאר וויסן וויפיל נערמאלע מענטשן וואס די דאווענסט מיט זייער מנין נעמען פילן וואלסטו געהאט אן אנדערע בליק אויף די זאך,
 
און דאס וואס דיינע עלטערן שטופן אז זאלסטדיך צוטיילן איז במחילת כבודם זאלסטו פאר דיין טובה וועגן זיך נישט לאזן פון דער געדאנק, קודם כל אויב איז זי בעצם געווען געהעריג נערמאל נאר זי ליידט אויף עפעס וואס מען קען היילן איז וואס איז זי שולדיג, עס איז פונקט אזוי ווי מען ליידט אויף עפעס א פיזישע מחלה וואס עס איז ביידנס פראבלעים און סיי די מאן און סיי די וויב דארפן קער נעמען דערפוןן, די זעלבע זאך אויב איז עס א מחלה וואס דיין ווייב האט באקומען ליידער (אפשר צוליב דיינע עוונות) דעמאלס וואס איז בכלל די רעדע זיך צו צוטיילן, די דארפסט ווי א געטרייע מאן זעהן ארויסצוהעלפן מיט וואס די קענסט און טראגן צו דאקטוירים א.ד.ג. און עס איז נאר פאר דיין טובה אז די זאלסט אין דעים פאל אנדערש האלטן ווי דיינע עלטערן,עס איז בכלל נישט קיין פגם אין זייער כבוד
און ווען זיי וועלן זעהן אז די האלסט דיך שטארק וועלן זיי מסתמא אויך מסכים זיין צו דיר, און דער עיקר אז ווען עס וועט זיין געסעטעלט בעזר השי"ת וועלן זיי זיך נישט קענען גענוג באדאנקן אז עס איז טאקע נישט געקומען דערצו 

איך ווייס פון איינעם וואס ער האט נעבעך געליטן אויף א געוויסע גייסטישע מחלה און זיין ווייב האט אים אפגלאזט און ער איז היינט א 100% נערמאלע אינגערמאן ער איז א שיינע תלמיד חכם און געשמאקע אינגערמאן און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ווען זיין ווייב האט ווען דעמאלס די שכל אויפן פלאץ וואלט מען געקענט אפראטעווען א גאנצע משפחה, און היינט צוטאגס איז טאקע דער אינגערמאן שטארק אנגעווייטאגט אויף זיין געוועזענע ווייבס משפחה פארוואס זיי האבן דאס געטון צו אים, אוןו קענעדיג אביסל די משפחה פון זיין געוועזענע ווייב ווייס איך אז זיין געוועזענע ווייב ליידט היינט ביטערע צרות און ווער ווייסט צו עס איז וועגן דעים 
איך קען מיך נישט אויס מיט אלע פרטים אבער לויט וויאזוי די לייגסט עס אראפ איז דאס די ענטפער און איך ראט דיך זיך דורכצורעדן מיט א ערליכע און קלוגע איד וואס זאל דיך מאיר עינים זיין און האב הצלחה רבה
 

תוקן על ידי צדקתך ב- 16/07/2008 18:24:41

פראקטיש » 16/7/2008 20:25

פון די שליסלעך אז דיין ווייב זאל וויסן אז דו ביסט א סופפארט פאר איר, אפילו ווען ס'כאפט איר אן שוואכקייטן און זי איז נישט בסדר, זאל זי שפירן אז דו ביסט פולי מיט איר, אזוי קענסטו אסאך ווייטער אנקומען בעזרת ה', א שמייכל א גוט ווארט, און רואיגקייט

Kosher » 16/7/2008 21:14

I hope you can read in English. I will try to write some Yiddish as well.

First of all, I try not to read or write Hydepark lately. It is full of Lushen Hora. And yes! I have Jnet and most of Hydepark is blocked. Only Mesoret בחדרי חרדים is allowed on Hydepark, still I try not to come to Hydepark anymore. This remark I'm just posting because of והייתם נקיים מה', וישראל.

However, somebody linked me to your post, and I feel that if a yingerman is asking for advise, I must try to help.

First of all, don't rush matters. Don't do anything in a rush that you will cry over the rest of your life.

Yes... people with bi-polar can be helped. Most people with bi-polar are simply missing a certain chemistry in the brain and medication is like a supplement to people missing certain minerals in their body (calcium, etc). And yes, I know people who are on it for years and are leading normal productive lives.

Yes... You can have more children when you have bi-polar. However, since people with this disease have ups and downs you have to be more care-full that the medication is taking as prescribed. Especially since after birth even normal people have sometimes baby blues.

Make sure you go to a respected person who is both a Ruv AND a provisional in these issues.

I heard once, but I don't know from first hand sources that the Kosoner Rebbe in Boro Park (not Kosover) is an expert in these issues.

Again, I have been personally involved with people who have bi-polar and schizophrenia and they lead normal productive lives. I know both, men and women.

Just make sure that your wife sees a good qualified psychiatrist clinical psychologist for help. You need a psychiatrist to prescribe medication since a psychiatrist is a MD. A psychologist can help overcome old pains and problems. Some people don't even know they have bi-polar or schizophrenia until later in life when something "Triggers" it. A trigger can be the birth of a child or even a traffic light turning red just when you get there.

By the way… Most if not all of this professional help is covered by insurance of Medicaid.

findodort » 17/7/2008 00:49

איך האב דיר געשיקט אין אישי וועגן בייפאלער און איך האב נישט דערמאנט גארנישט פון דיי עלטערנ'ס  הצעה. איך האב געגלייבט אז עס וועט ווערן דא אויסגעשמיסט ווי עס דארף, אין עס איז מיר זייער שווער זיך אריינצילייגן און דיינע שיך אין און דיין ווייטאג.

אבער למען האמת, איך פארשטיי נישט בכלל דיין שאלה. צדקתך איז מער ווי גערעכט היעלה על הדעת ווען א מאן אדער ווייב רמ"ל זאל באקימען יענע מעשה - אויף אלע גוים געזאגט - זאל מען איבער לאזען. און אפילה מען קען דאס נישט היילן. איך מיין אז עס איז אקעגן דיין כתיבה קיק עס נאך. נסתרים דרכי ה' אבער נאך אלעם איז דאס דיין גורל. און א ווייב איז נישט דיזפאזעבל.

איך בעט דיך איבער אויב איך האב גערעד שארף איך האב פשוט געוואלט מאכן מיין פוינט.

Kosher » 17/7/2008 17:11

געשריבען נעכטען אין ענגליש...

ווייל דיר זאגען נאך ביטע... די ליטיוים פילען איז גארנישט מיט נישט.

איהר שרייבט אז זי האט געקומען מחלה שווער דיפרעשענ וואס הייסט ביי-פאלער. ביי פאלער מיז נישט זיין שווער דיפרעשען. די דיפרעשען איז נאר די תוצאה פון ביי פאלער. ווייל עס קען זיין דיפרעשען אהן ביי פאלער וואס איז ערגער. פארוואס?

א יעדע מענטש האט mood swings הונדערט מאהל א טאג. בום! א גיטע קאסטומער איז געגאנגען צום קאמפעטישען. בום! איך האב פארפאסט מיין מנין. בום! מיין ווייב האט מיר געזאגט א קרים ווארט. נאר וואס דען? די מח האט א מין זאך אזוי ווי א געוויסע זאלץ און דאס העלפעט סטעבילייזען די mood.

ביי-פאלער מיינט אז מען האט ביידע. ups and downs. ווען מען איז אין אן up גיסטע איז מען פרייליך און אקטיוו. מען רוימט און קאכט מיט א חשק. אבער מען קען אויך ווערען manic גיין איינקויפען אסאך וכדומה. ווען מען איז down האט מען נישט קיין גיסטע כמו דיפרעסט.

די ליטיום טוט פשוט געבען די זאלץ און מוח וואס פעלט. פונקט ווי איינער (רוב פרויען העכער 45) האט בריטעל ביינער ברויך נעמען קאלסיום סאפלעמענטס, אזוי ברויך מען נעמען ליטיום.

איך קען נאכאמאהל זאגען אז איך ווייס מערערע מענטשען, סיי פרויען און סיי מענער מיט ביי-פאלער וואס פירען גענצליך נארמאל לעבען. נישט אביסעל נארמאל, נאר גענצליך נארמאל.

gimpele » 17/7/2008 18:45

i answered you in your personel box

check it out

ultrayid » 20/7/2008 07:39

זאב ברנער רעדט וועגן דעם יעצט 570am

געדאנקען » 21/7/2008 00:53

אויב דיין ווייב וויל נעמען הילף איז נישט דא קיין שום סיבה די זאלסטו איר איבערלאזן, אזוי ווי עטליכע האבן שוין גוט ארויסגעברענגט, דאס קען אויכט קומען נאך האבן א קינד אין די ביזט נישט פארזיכערט וואספארא פעלער אן אנדערע ווייב (אויכט לכאורה א גרושה פאר א סיבה) וועט האבן.

אויב זי וויל זיך נישט לאזן העלפן אדער איר משפחה לאזט נישט דאן לאז איר אפ ווי שנעלער די וועסט קיינמאל קיין נארמאל לעבן מיט איר נישט האבן.

geheriger » 21/7/2008 06:25

חס ושלום אפלאזן א ווייב צוליב א נישטיגע שוואכקייט, קענסט ביים צווייטן פונקט אזוי באקומען א ביי פאלער, אויב מ'רעדט פון א פיזישע געזונטע נארמאלע ערליכע ווייב, חס מלהזכיר פון אוועקגיין, די מזבח וועט נישט אויפהערן צו וויינען, איז גט'ן שוין טאקע געווארן אזא שפילכ'ל?

דארפסט פארשטיין מער ווייניגער ווערט היינט יעדער מענטש דיאגנאזירט מיט עפעס א צווייטע נאמען פון א דיסארדער, און אלעס לעבט.

זיכער דארף זי זיך העלפן, און טאקע זאפארט, מ'קען אמאל אויסלערנען איינעם אליינס צו בייקומען די מוד-סווינגס, און אמאל מיט מעדעצינען, איך קען דיר מעיד זיין ביי מיר אליינס, מיין ווייב האט אויך איינער דיאגנאזירט מיט ביי פאלער, איך האב מיך קודם שרעקליך דערשראקן פון די ווארט, ביז איך האב געכאפט וואס דאס מיינט, און נאכדעם געהערט וויפיל צענדליגער מענטשן וואס זיצן מיט מיר אויף איין טיש אין ביהמ"ד ליידן דערויף, ס'איז פשוט נאך א נאטור וואס דער בוכ"ע האט באשאפן אויף די וועלט, און יעדע מענטש האט די יכולת זיך צו היילן און צו מתקן זיין זיין נפש
אבער אפילו אויב ס'געשעט נישט אזאנס, נעמט מען נישט איין קליינע שוואכקייט פון א נאטור און מ'מאכט דאס פאר עיקר שבעיקרים, אז מ'זאל וועגן דעם אליינס צוברעכן א אידישע שטוב

יחמיהלוו » 21/7/2008 19:10