היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » וועלכע חסידות היינט פאראן נאר איין מנהיג?

וועלכע חסידות היינט פאראן נאר איין מנהיג?

69 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2444758
בלאט: 1 2

שמלצר » 11/7/2008 00:10

היינט בדור האחרון יעדער חצר חסידות נתפלג געווארן צוליב געויסע סיבות, און כמעט מ'קע'נישט געפינען א חסידות וואס פאראן איין און איינציקע מנהיג...
אויב איז פראנען ביטע שרייבן דאס.

לאנדסמאן » 11/7/2008 00:43

ביזדערווייל...

סקווירא.

גור.

טאהש.

ס'איז דא נאך, איך ווייס נישט אלע.

kcsp » 11/7/2008 10:11

סאטמאר...     נאר דא איינס...

קייצית2008 » 11/7/2008 11:23

לאנדעסמאן
וויזוי האסטו פאגעסן:

ב-ע-ל-ז???????????????????

דארג??????????..

_________________

UVWXYZ » 11/7/2008 17:11

די אלע האבען נאר איין מנהיג

סאטמאר - קרית יואל
סאטמאר - ראדני
באבוב - מ"ח
באבוב - מ"ה
קלויזענבורג - א"י
קלויזענבורג - ב"פ
קרעטשינוב - א"י
קרעטשינוב - וו"מ

בינסטמן » 11/7/2008 17:20

סאטמאר נאר איין מנהיג?
און וואס מיט דער חלוקה פון זאלונים און אהרונים, וואס סאיז נישט געווען אפאר יאר צוריק?

תוקן על ידי בינסטמן ב- 11/07/2008 17:19:55

לאנדסמאן » 11/7/2008 17:22

בעלז, איז נישט ממש איין מנהיג, ווייל ס'איז דא וואס האלטן אז די 'מחנובקא'' רבי, איז דער בעלזא רב.

בנוגע ''דארג'', ווייס איך נישט. 

לאנדסמאן » 11/7/2008 17:27

 ביידע סאטמארע'ס, האלטן אז נאר זיי זענען  סאטמר...

תוקן על ידי לאנדסמאן ב- 11/07/2008 17:40:50

לאנדסמאן » 11/7/2008 17:58

ר' אהרן.

תמונה:AaronT.jpg


ר' זלמן לייב.

תמונה:Rebbezalmanteitelbaum.JPG 


אינטרעסאנט, אז אין ''ויקיפדיה'', שרייבן זיי אז ס'איז דא נאך א רבי.

רבי חיים יהושע הלברשטם

תמונה:Chaimsheahalberstam.JPG


הייסט אז ס'איז דא (ביזדערווייל) דריי סאטמארע רבי'ס.

שמלצר » 13/7/2008 20:57

ר' חיים יהושע ער האט טאקע א חסידים?

לאנדסמאן » 13/7/2008 22:32

ווייזט אויס, קען מען דען זיין א רבי, אן חסידים?

פרעסער » 14/7/2008 21:27

ר' נחום ראזענבערג רב המקוואות


תוקן על ידי פרעסער ב- 14/07/2008 21:27:53

בינסטמן » 14/7/2008 22:01

דער לייפניקע רבי איינציקע מנהיג[בילד – נישט אפגעהיט] פון זיין חסידות!

לאנדסמאן » 15/7/2008 17:30

דא רעדט מען פון האדמו"ר מלייפניק.

שפיטווקער » 16/7/2008 02:14

בראד
 זאבלאטוו
שפטיווקע
לאשאנץ
האמראד
שארמאש
שארמשאג
דושנסקי
יארמע

ארילייב » 17/7/2008 00:15

שארמאש איז דא צוויי, און דושינסקי האלט זיך נאך פאר איין, אבער דושינסקי ביהמ"ד אין וומס, מיט די קאנטרי אין מאנטיסעלאוי זענען נישט אונטער די מרות פון ארץ ישראל רבי'ן נאר פון ר' בערל כ"ץ הגם ס'איז ב"ה נישט דא קיין מחלוקה, האלטן מיר דערווייל ביי זיבן וואס איז דא נאר איינס לויט שפיטיווקער

gevaldick » 17/7/2008 06:28

ניקלשבורג

וייזער » 20/7/2008 00:46

פארוואס אזוי איז דער מצב טאקע?
אז פון יעדער רבי פאראן א מתחרה

לאנדסמאן » 20/7/2008 01:27

ווייל יעדער האט ליב מאכט, און כבוד, און יעדער וויל זיין גרויס, זיי טראכטן למה ניגרע?

פארוואס זאלן מיר נישט האבן עפעס?

אזוי איז די מצב.

וייזער » 20/7/2008 19:09

לאנדסמאן א גרוסן יש"כ.

zigan » 21/7/2008 06:54

ברסלב?????

נער_הייתי » 21/7/2008 15:20

ווי האט מען פארגעסן, ביי אונז אין יארמע איז דא נאר איין מנהיג

_________________

לאנדסמאן » 21/7/2008 16:41

ברסלב, האט נישט קיין מנהיג, אזויווי חב''ד.

נער הייתי, ''יארמע'' איז א קליינע חסידות, אויב בכלל...

קייצית08 » 21/7/2008 17:54

לאנדסמאן כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
ברסלב, האט נישט קיין מנהיג, אזויווי חב''ד.

נער הייתי, ''יארמע'' איז א קליינע חסידות, אויב בכלל...



אזוי ווי חב"ד???????ביסט נ-א-ר--מ-א-ל???חב"ד חי וקיים

לאנדסמאן » 21/7/2008 17:59

חב''ד לעבט טאקע, אבער צו זייער מנהיג לעבט, איז שנו במחלוקות.

קייצית08 » 21/7/2008 18:10

קיין שים מחלוקת

ארילייב » 21/7/2008 20:10

קייצית אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו ?

zigan » 21/7/2008 20:15


ברסלב, האט נישט קיין מנהיג, אזויווי חב''ד.

נער הייתי, ''יארמע'' איז א קליינע חסידות, אויב בכלל...


*--end tochen topic 0* ******* language="" type="text/"> //create NlsMenuManager instance var menuMgr22512868 = new NlsMenuManager("mgr22512868"); function init22512868() { var productMenu22512868 = menuMgr22512868.createMenu("user22512868"); productMenu22512868.showIcon=false; productMenu22512868.showSubIcon=false; productMenu22512868.addItem("1", "הצג הודעות משתמש", "search_user.asp?userid=408047"); productMenu22512868.addItem("2", "הצג פרופיל", "usercard.asp?uid=408047"); productMenu22512868.addItem("3", "הוסף לרשימת חברים", "userfavorites.asp?fr_id=408047&fr_id_type=1"); productMenu22512868.addItem("4", "שלח הודעה פרטית", "msgbox_post.asp?msg_to=408047"); productMenu22512868.addItem("5", "שלח מייל", "mail.asp?id=408047"); productMenu22512868.getItemById("2").target = "_blank"; var menubar22512868 = menuMgr22512868.createMenubar("menubar22512868"); menubar22512868.showIcon=false; menubar22512868.showSubIcon=false; menubar22512868.drop = true; menubar22512868.stlprf="top_"; menubar22512868.addItem("1", "קייצית08", "", "", true, null, "user22512868"); } init22512868(); menuMgr22512868.renderMenus();

*--begin tochen topic 0*

נשלח ב-21/7/2008 17:54    

לאנדסמאן כתב: [בילד – נישט אפגעהיט]
ברסלב, האט נישט קיין מנהיג, אזויווי חב''ד.

נער הייתי, ''יארמע'' איז א קליינע חסידות, אויב בכלל...



אזוי ווי חב"ד???????ביסט נ-א-ר--מ-א-ל???חב"ד חי וקיים

אזוי ווי חב"ד???????ביסט נ-א-ר--מ-א-ל???

א ברסלבר מיט לאנגע פיאות איז געזעצן אין גהנים מיט א ליובביטשער (חב"ד)
איינמאל האבן  רבי נחמן מיטן ליובביטשער רבי מחליט געווען לאמיר גיין שפאנצירן אין גהנים
און אזוי ווי רבי נחמן איז אריין אין גהנים האט ער געמערקט דעם ברסלבר חסיד
רופט זיך דער חסיד צי רבי נחמן און ער בעיט זיך ,,, רעבע ראטעווע מיר פון דא איך בין דאך געווען אין אומן,,,,
רבי נחמן גלייך חאפט עם ביי די פיאות און שלעפט איהם ארויס,,
דער ליובביטשער  חוסיד האט זיך גענימען בעיטן ביי זיין רעבין ער זאל איהם ארויס נעמען פון דעם פלאץ וויל ער קען שוין נישט אויסהאלטן ,,,
זאגט איהם דער רעבי וויסט וואס ?

די וועלסט זיין דער "שליח" דא


פאדרציק » 22/7/2008 04:03

שומרי אמונים

מהנדסון » 22/7/2008 20:19

אין וואס מיט בערגסעז ?

ארילייב » 22/7/2008 23:12

שוין די העכסטע צייט צו רופן די רבי'ס נאר לויט גאסן, צב"ש כ"ק אדמור"ר מ43 -13 שליט"א האט זיך משדך געווען מיט כ"ק אדמו"ר מלי ראטלידזש שליט"א דער מחותן הגה"צ מאיסט 9 עוו. עף שליט"א האט געליינט תנאים, הרב הצדיק הישיש מ'רוט 59 - 306 האט געזאגט דברי תורה, און מיט בענטשן האט מען מכבד געווען הרב מ'וואשינגטאן טרומאן.

ארילייב » 22/7/2008 23:13

איין פראבלעם אין קרית יואל ווי די גאסן הייסן נאך שטעט וועט אויסקומען כ"ק אדמו"ר מסיגעט סאטמאר, אדער סאטמאר קראלי, דאס טויג שוין נישט

לאנדסמאן » 23/7/2008 01:12

און וואס איז טאמער די גאסן, האבן נעמען פון פרויען? אדער ענליכ'ס...

למשל אין לונדון, איז דא א גאס וואס הייסט SEVEN SISTERS.

הייסט דער רבי וועט הייסן, אדמו''ר מזיבן שוועסטערס שליט''א...

קייצית08 » 23/7/2008 09:20

ארילייב כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
קייצית אויף וועלכע פלאנעט לעבסטו ?



אפשר קענסטו מער זאגן????????

מהנדסון » 23/7/2008 11:22

אין וואס מיט סטוטשין ?
איז דא דורטאן נאר איינר.

קייצית08 » 23/7/2008 15:29

ווער פארשטייט וואס מהנדסון האט געשריבן?

לאנדסמאן » 23/7/2008 16:20

מסתמא איז דא אזא חסידות ''סטוטשין''.

ווי האט איינער געזאגט, שוין דא מער שוחטים ווי הינער...

ארילייב » 23/7/2008 20:49

צו קייצית :
דו האסט געשריבן אז אין חב"ד איז נישט דא קיין מחלוקה, אויף דעם פרעג איך אין וועלכע פלאנעט דו לעבסט

קייצית08 » 23/7/2008 22:24

ארי לייב

און חב"ד איז נישטא קיין מחלוקת אלע חבדניקים טענהן אז זייער רבי איז חי וקיים
ס'איז נישט איינמאל און נישט צוויי מאל וואס איך בין געווען ביי דיע יום הולדת פון זייער רבי...און אלע שרייען דארטן :
הרבי שלנו חי וקיים הוא מלך המשיח

לאנדסמאן » 23/7/2008 22:36

איך ווייס קלאר, אז ס'איז דא חבדניקים וואס האלטן פארקערט.

קייצית08 » 23/7/2008 22:39

זענען זיי נישט חב"ד....
דרך אגב לאנדעסמאן צו וועלעכע חסידות שטאמסטו?

ארילייב » 23/7/2008 22:45

די זעלבע ליצנות זאגן אלע חסידות איינער אויפן אנדערן, למשל, ס'איז נאר דא איין וויזניץ, איי דו האלטסט פון אנדערן ברודער, דעמאלט ביזטו נישט וויזניץ, אזוי איז אין סאטמאר, באבוב, קלויזענבורג, ועוד ועוד, לויט דעם איז קייצית גערעכט אין חב"ד איז נישט דא קיין מחלוקה, ווייל גאנץ חב"ד האלט אז דער רבי איז שוין נפטר געווארן, און ווער ס'האלט אנדערש דער איז נישט חב"ד

קייצית08 » 23/7/2008 23:04

ארילייב
ישר כח........

לאנדסמאן » 23/7/2008 23:51

קייצית08 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
זענען זיי נישט חב"ד....
דרך אגב לאנדעסמאן צו וועלעכע חסידות שטאמסטו?


בנוגע חב''ד, האט ארי לייב שוין גוט גענטפערט.


און איך בין א חסיד פון כ''ק אדמו''ר מאינטרנעט שליט''א... 

ארילייב » 23/7/2008 23:51

נאך אביסל וועט שוין זיין דא דער עולם התיקון, לאנדסמאן קייצית מיט מיר האלטן שוין מער ווייניגער אויף איין מיינונג, אזוי וועט נישט טויגן ווייל ס'וועט זיין לאנגווייליג, איך וואלט פארגעשלאגן צו עפענען א אשכול הויכוחים ס'זאל זיך לעבן אויף דער וועלט אבער מיט אנשטענדיגקייט.

לאנדסמאן » 23/7/2008 23:54

צום ערשט דארף מען וויסן וואס יעדער האלט, און אין וועלכע טעמע (נושא).

קייצית08 » 24/7/2008 22:21

ארילייב לאנדעסמאן...

גוט מארגן איך בין דא.....

אויב ענק וועלן וויסן ווער איז מיין רבי..ואואואוא....

לאנדסמאן » 24/7/2008 22:46

יעצט איז אינדערפרי ביי אייך?


נו לאמיר הערן, ווער איז אייער רבי?

קייצית08 » 24/7/2008 22:51

ביי מיר איז יעצט שפעט ביינאכט...נאך א טאג ארבעט

וייזער » 4/8/2008 22:15

א מזל טוב.

בלאט: 1 2