היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » דיין מלמד האט דיר געשלוגין?

דיין מלמד האט דיר געשלוגין?

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2441863

מלמדגעליטן » 6/7/2008 15:29

דיין מלמד האט דיר געשלוגין?
דיין משגיח איו ישיבה האט דיר געהאקט?

דא איז די פלאץ דאס מפרסים צי זיין ברבים!!!

וואס איז די שלעגערס נאמען?

שטענדיג_דא » 6/7/2008 16:26

מלמדגעליטן איך זע אז דיינע מלמדים האבן אסאך געליטן פון דיך...

אין איך האלט אז עס פאסט נישט פאר 23 יעריגע יונגערמאן/בחור/גרוש אדער וואס די ביסט נאר נישט זיך יעצט צו דערמאנען פון דיינע חדר יארן און נקמה נעמען אין דיינע מלמדים יעצט...

קוקט אויס אז די ביזט א אומגעסעטעלטע יונגערמאן/בחור/גרוש, אויב האסטו א פראבלעם ווענט זיך צו אונזערע געטרייע וועלט'ס עסקן הרה"ח המפורסם נודע בשערים רבי נחום ראזענבערג שליט"א

קענסט עם שיקן א פריוואטע מעסעדזש לויט צדקתך'ס שיטה צו מי_מי_מי

לאנדסמאן » 6/7/2008 16:41

מיך האט מיין מלמד געשלאגן, אבער איך זוך נישט קיין נקמה אין אים, סוף כל סוף איז ער דאך נאר א בשר ודם, און יעדער מענטש קען מאכן טעותים.

און איך גלייב נישט אז עס איז מותר, מפרסם צו זיין נעמען ברבים. 

שמלצר » 6/7/2008 16:47

וואס העלפט דאס דער גאנצע פרסום ? און לאדסמאן ווער זאגט אז דאס איז א טעות טאקע?  

לאנדסמאן » 6/7/2008 16:53

אז מען שלאגט מיך, מוז עס זיין א טעות...

נגד_המלמד » 6/7/2008 17:02

 

חברה!

פליז האקטס נישט אין קאפ, מלמד געליטן איז זייער גערעכט.
די זאכן מיט די מלמדים דארף זיך זאפארט ענדיגן מיט זייערע רישעותדיגע אויפירונג צו די תינוקות של בית רבן וואס אלע פראבלעמען וואס מענטשען האבן היינט האט זיך אנגהויבן ביי די עקלהאפטיגע מלמדים און מגידי שיעורים וואס רודפן אויס די טייערע קינדערלעך - בחורים...
אונזער טייערער ר' נחום איז ליידער זייער גערעכט מיט די פארווייטאגטע פאקטן וואס טויזנטער בחורים זענען אזוי אראפגעקלאפט אלץ ווייל די מלמדים/מגידי שיעורים האבן זיך אויפגעפירט אן קיין טראפ אחריות און נאך אסאך פרטים וואס עס איז אומאנגענעם ארויסצושרייבן...
טייערע אידן וועקט אייך יעצט אויף פאר ווען עס וועט זיין צו שפעט !!!
מ'דארף ארויס גיין מיט א שטארקע און גרויסע מערכה קעגן די פאדארבענע סיסטעם וואס טאמער מ'וועט עס נישט יעצט סטאפ'ן וועט שוין קיין נחום ראזנבערג אויך נישט העלפן וד"ל ... נחום חזק ואמץ ...
און דו מלמדגעליטענער גיי אן מיט די מערכה... מ'ארף זיך שנעל אויפוועקן!!!
 
לתועלת העניין שרייבט אראפ די נאומבער און געט עס איבער פאר אייערע פריינד - 2124612778 

לאנדסמאן » 6/7/2008 17:07

ביסט טאקע גערעכט, און איך האב עס געשפירט אויף מיינע אייגענע ביינער...

אבער דאס איז נישט קיין היתר צו מפרסם צו זיין נעמען ברבים, בפרט אז ס'איז געשען יארן צוריק.

בערקה » 6/7/2008 17:31

דער כוונה פון מלמד איז נאר לטובה, וואס דאס איז הדבר רגיל, אז  ממילא וואס איז דער גאנצע פראבלעם?

לאנדסמאן » 6/7/2008 17:36

בערקה, וויאזוי איז עס אין לויבאוויטש?, פירט מען זיך צו שלאגן די קינדער?

נגד_המלמד » 6/7/2008 18:33

חברה ! די פראבלעם איז אז ווען א מלמד האט פראבלעמען אין שלום בית אדער אנדערע פראבלעמען שיסט ער ארויס זיין גאנצע כעס אויף די אומשילדיגע קינדערליך

לאנדסמאן » 6/7/2008 18:35

דרך אגב, וואס איז דער נאומבער 2124612778?   ווער פירט עס אן? און וואס האט מען פון רופן די נומבער?

לאנדסמאן » 6/7/2008 18:56

ס'איז נישט אלעמאל ווייל זיי האבן פראבלעמען, ס'איז דא וואס האבן סתם אזוי א תאוות השליטה, צו אונטערדריקן און פייניגען קינדער, ס'איז א תאווה אזויווי אלע תאווות.

לאנדסמאן » 6/7/2008 19:04

מען דארף אבער קלאר מאכן, אז נישט אלע מחנכים זענען אזוי, ס'איז דא גוטע אויך, נאר די שלעכטע, לייגן ארויף א שלעכטע נאמען אויף אלע מחנכים.

מלמדגעליטן » 7/7/2008 09:51

 

פאר דיע וואס פרעיגין, וואס וועל איך האבין פין מפרסם זיין די נאמען פון מלמד וואס האט מיר געהאקט נאר ווייל זיין בליט דרוק איז איהם ארויף???

 

קודם כל,

אויב יענער איז נאך א מלמד, קענסטי האבין די זכות אז יענער זאל זיכען א אנדערע איירביט, אין אזוי וועסטו ראטיווין אנדערע אידישע קינדער,


אפילו אויב יענער איז שוין נישט קיין מלמד, וועט עס גורם זיין אז מלמדים פון היינט זאלין טרעכטין 2 מאהל פאר מהאקט און א אידיש קינד.

 

טראכטס אויף אייערע קרובים/קינדער וואס גייען לערנען אין חיידר/ישיבה.



צדקתך » 7/7/2008 16:03

דער מלמד געליטן כשמו כן הוא ער איז א אנגעווייטאגטע מענטש נעבעך און אזוי ווי אסאך מענטשן וואס קומען נישט אהן געוויסע צילן אין זייער לעבן וואס זיי האבן געוואלט צוקמען לייגן זיי עס אן אויף דעים און אויף יענעם
ער לייגט עס אהן אויף זיינע רביס,
 עס הייבט זיך אבער נישט אהן די ביסט פלעין א אנגעוויטאגטע מענטש און די האסט געטראפן אויף וועם עס אנצולייגן
מאך אבער נישט דער גאנצער אשכול אנגעגווייטאגט לאז אונז זיך דא אביסל האלטן לוסטיג און קום אויך ענדזשויען די קלאב


תוקן על ידי צדקתך ב- 07/07/2008 16:03:17

 



תוקן על ידי צדקתך ב- 07/07/2008 16:04:04

לאנדסמאן » 7/7/2008 16:20

צדקתך, יעדער מעג זיך ארויסגעבן זיין ווייטאג דא, און איר דארפט האבן מיטלייד מיט אים.

נגד_המלמד » 7/7/2008 16:36

רבותי !  אפילו אויב קיינער איז נישט אנגעוויטאגט, דארף מען אויך העצן, קעגן די "פארשאלטענע מלמדים", וויל טאמער נישט וועלן אינזערע קענדער און אייניקלעך אויך ליידן. ומי שעיניו בראשו זאל יעצט זעהן וואס עס קען פאסירן טאמער זיינ'ס א קינד וועט ליידן פון די מלמדים ... וד"ל ....
איזהו חכם הרואה את הנולד . מ'דארף זעהן אז די אלע מלמדים וואס יעדער פארשטייט אז זיי זענען נישט פאסיג צו זיין א מלמד, זאלן וואס שנעלער אפטראגן פון זייער זשאב, מיט גוטנ'ס אדער פארקערט, און טאמער ס'פעלט אויס זאל מען טאקע ארויס שרייבן זייערע נעמען !!!...

( לתועלת העניין רופט - 2124612778 )

לאנדסמאן » 7/7/2008 16:51

איר זענט הונדערט פראצענט גערעכט, אבער מען מוז בכלל נישט שיקן די קינדער צו חדרים, ווי עס איז פארהאן אזעלכע מלמדים.

איך מיין אז ס'איז דא גענוג א גרויס אויסוואל פון חדרים, און אויך SCHOOLS.

בינסטמן » 7/7/2008 17:21

אבער בד"כ דער רוב המוחלט פון דער חדרים פארהאן אזעלכע מלמדים, מ'קען נישט מאכן א נייע שיטה. אזוי איז דער מצב אין די היימישע חדרים.

לאנדסמאן » 7/7/2008 17:43

חדרים, ווי עס פארהאן אזעלכע מלמדים, קען נישט אנגערופן ווערן 'היימיש'.

און עס איז בעסער צו שיקן די קינדער, צו אידישע SCHOOLS.

בינסטמן » 7/7/2008 17:49

אבער דער אידישע סקולס זיינע נישט אזוי פרומעשע ווי די אייגענע חדרים פון סאטמאר למשל.

לאנדסמאן » 7/7/2008 17:53

אפשר איז אפילו אזוי בעסער לטובת הילד.

מלמדגעליטן » 7/7/2008 22:09

צדקתך

 

עס זעהט אויס פין דיין שרייבין אז אינז קענען זיך שוין 20 יאר, אדער ביסטו א פסיכילוג וואס קען מיט אפאר ווערטער וואס איך האב געשריבען וויסען וואס איך בין אריבער אין מיין לעיבין.

 

לאז מיר דיר אביסעל דערציילין,

איך בין א בחור וואס איז מצליח מיט וואס איך טי היינט, איך קוק ציריק אפאר יאר, אין איך טראכט אויף יעדע מלמד וואס האט מיר געשלוגין וואס איז געוועהן די סיבה???

חינוך???

נערווין???

שלום בית פרובליימין???

 

פארשטייט זיך אז אויב די סיבה איז געוועהן מיר מחנך צי זיין, אפילו ער האט א טעות געהאט אין ער האט מיר געשלוגין צי פיל בין איך נישט אויפגערעגט אויף איהם, "יעדער קען מאכן א טעות",

 

דיע מלמדים וואס האבין מיר געהאקט ווייל די נערווין האבין זיי געשפילט אדער ווייל דיע ווייב האט זיי אויפגערעגט, בין איך זיי נישט מוחל בזה ובבא, איך וועל מפרסם זיין זייער נעמען אין יעדען פלאץ, אין בהמשך וועל איך זיי אונקלוגין אויף "טשיילד דיביוס", אויכט די מנהלים וואס האבין געוויסט אין זיי האבין געשוויגען וועלין צאהלין טייער ווייל זיי זענען דיע זעלבע שותפים אין דיע פארברעכין.

 

איך האפף אז איר אלע וועלין טוהן די זעלבע וויא מיר אין אזוי וועט זיך אויפהערין די פארברעכין פין טשיילד דיביוס דורוך מלמדים.

לאנדסמאן » 7/7/2008 22:18

ביטע טוה נישט קיין שנעלע שריט, עניני מסירה איז זייער הארב.

קודם דארף מען זיך אדורך רעדן מיט קראנטע רבנים, צו מען מעג אזוי טוהן.

findodort » 8/7/2008 02:38

לנדסמאן איז הינדרעט פראצענט גערעכט, עס איז דא פעלער וואס מען מעג און מען דארף מסרן, אבער ר' נחום ראזענבערג איז מן הסתם נישט דער פוסק.

און צי דיר צדקתך לאמיך דיר פרעגן די האלסט טאקע אז עס איז בכלל נישט דא אזא זאך אז א מלמד זאל שלגען שלא לשם שמיים. צי האלסטי באמת אז עס איז בכלל נישט דא אז א מלמד זאל טין דברים אשר לא יעשו. און דאס האט נאר נחם ראזענבערג אויסגעטראפן. (זיכער איז נחום מגזם, נישט דאס איז די שאלה)

jegoods » 9/7/2008 04:40

מלמדגעליטן איך מיין די שרייבסט זייער נאריש 1 די מלמדים וואס האבן געשלאגן זענען געווען קינדער פון מלחמה געליטענע וואס האבן זיך דאס אויסגעלערנט פון זייערע עלטערן. 2 די היינטיגע מלמדים ב"ה שלאגן שוין היינט נישט מיט כעס נאר מיט אויסגערעכנקייט ווען עס קומט זיך פאר אים. אדרבה די האסט שוין א 5 יעריג אינגל אדער נישט ? אויב יא וועסטו אליינס פארשטיין אז אן שלאגן קען צען נישט ניין קען מען נישט מחנך זיין א קינד איך וועל דיר עס מסביר זיין לאגיש. די גויאשע חינוך ווי מען טאר נישט שלאגן דארט הערטמען די קינדער קומען מיט גאנס און הארגענען חברים טיטשערס. דארט שלאגט מען די טיטשערס. דארט זענען נישטא אזא מין זאך ווי רעספעקט פאר א טיטשער דארט וועט זיך א טיטשער קיינמאל נישט אראפלאזן צו קיין קינדער. ביי אונז ב"ה די מלמדים היינט גיבן זיך אוועק פאר די קינדער בלב ובנפש. זיי ארבעטן אויף אלע וועגן. די טאטעס די יונגע טאטעס וואס געדענקן נאך זייער פעטש אפילו באמעס יעדער איז היינט צופרידן פון די מלמדים אדרבה פרעג דיר נאך ביי די טאטעס. איך בין א טאטע איך קען דיר זאגו איין זאך איך ווער נתפעל פון זייער זשאב וואס זיי לייגן אריין זיי קאמיניקעטן מיט די עלטערען שמועסן אויס די פראבלעמען מיט די טאטעס. און אויב האסטו שכל וועסטו אליין פארשטיין דאס וואס אונז בעט מיר פונעם אייבירשטען אל תזכור לנו עוונות ראשונים.

לאנדסמאן » 9/7/2008 17:56

ס'איז דא חילוק פון שלאגן נערמאל כדי צו מחנך זיין (און אפילו אזוי, דארף עס זיין מיט ליבשאפט), צו מלמדים וואס אונטערדריקן און פייניגן קינדער לשם הנאה.

אבער קענט זיין אז איר זענט גערעכט, אז די היינטיגע מלמדים זענען אנדערש, אזויווי מלחמה געליטענע, האבן נישט געקענט געבן קיין געהעריגע חינוך פאר די קינדער, און אלץ רעזולטאט פון דעם, ליידן מיר נאך היינט פון די נאציס ימ''ש.

jegoods » 9/7/2008 21:05

לאנדסמאן און דעם ביסטו גערעכט אז מען לייד נאך היינט פון די נאכפאלגן פון די נאציס ימ"ש אבער מען  דארף  פארשטיין אביסל די אלטע מלמדים אביסל דן זיין לכף זכות.
איך האב אויך געכאפט אסאך פעטש ווען איך ווייס אז ס'איז מיר זיך נישט געקומען. אבער דאס איז די חילוק ביי די אמאליגע מלמדים האט א יונגעל נישט געקענט ווערן היימיש מיטן מלמד און זיך אויסרעדן היינט 99% מלמדים רעדן צו די קינדער פערזענליך און זיי פארשטייען די קינדער. און שוואכע קינדער אדער קינדער פון שווערע שטיבער בהאנדעלט מען ב"ה זייער גוט היינט צוטאגס.

מלמדגעליטן » 10/7/2008 09:59

jegoods

איר זענט 100% גערכט אז היינט איז אסאך בעסער וויא עס איז געוועהן אמאהל, אויכט זענט איר גערעכט אז א קינד דארף וויסען אז א מלמד קען איהם געיבין פעטש.

אפילו אז עס איז נאך דא 1 מלמד אין א תלמד תורה וואס שלאגט אין האקט ווייל ער איז נערוועיז מיז מען טוהן אלעס כדי עיהם צי מאכען אויס מלמד.

אויב עס איז דא א מנהל אין א תלמד תורה וואס וויסט אויף א מלמד וואס שלאגט אין האקט ווייל ער איז נארווייז אין ער שיקט נישט אוועק די מלמד דארף מעהן טוהן אלעס כדי עיהם צי מאכען אויס מנהל.

איך האב געהאט סיי מלמדים און סיי א מנהל וואס האבין געהאקט ווען זיי זענען נערוויז געווארין, די מנהל איז נאך אלץ מנהל און א חלק פון דיע מלמדים זענען נאך אלץ מלמדים.

איך וועל טוהן אלעעעעעעעעעעעס אז די שלעגערס זאלען פליען,

אין דיע טעהג גיי איך זיך ווענדין צי א לויער אז ער זאל קער נעמין פון דעיהם.

רבי_יונה » 10/7/2008 15:50

מלמד געליטן:

א יונגרמאן וועלכער קוקט צוריק צו זיינע קינדער יארן, און איז "נאך" אנגווייטאגט אויף א מלמד:
איז אדער:

* זייער געפערליך, שרעקליך באהאנדעלט געווארן. (וואס האט לכאורה נישט פאסירט).
* נעבעך היפש דערביטערט, און בלעימט דעם מלמד אויף זיינע פראבלעמען היינט.
* גייסטיש פראבלעמאטיש. און דארף באהאנדלונג ווי אמשנעלסטן.


יעדער פון אונז האט געהאט מלמדים. טייל זענען גוטע, טייל שוואכע, און טייל בינונים.
דאס רוב פון אונז האבן טיילמאל געליטן און מיס-באהאנדעלט געווארן.

דאס איז דאס לעבן און מ'גייט ווייטער. מ'ווערט ערוואקסן און מ'האט ב"ה אנדערע, געזונטערע דאגות.
איטס טיים טו געט אווער איט.

1) קענסט נישט לויפן קיין צו קיין טשיילד אביוז אז מ'האט דיר געשלאסן אדער סתם אביוזד. פוסטע מעשות, און ס'איז פינקט ווי נחום'ס אילוזיעס אז די FBI און CIA הערט אויס זיין HOT LINE.

2) הער אויף צו סטראשען ווי א ווילד צעבראכן יונגל, ווייל עס צייגט אז דו ביסט נישט געזונט.

3) און אויב האסטו טאקע עכטע חטאים וואס מ'האט דיר געטאן, דעמאלט: פארוואס שרייבסטו דא ווי א בהמה, גיי וואו מ'דארף און סטראשע נישט.

א הינט וואס בילט, בייסט נישט ! (ווייל ער קען נישט).

לאנדסמאן » 10/7/2008 17:14

מלמד געליטן וויל טוהן דערצו אז אנדערע קינדער זאלן נישט דארפן דורכגיין, דאס וואס ער איז דורכגעגאנגן, און זיי זאלן נישט ליידן, דאס וואס ער האט געליטן.

אזעלכע מלמדים און מנהלים, קענען ל''ע, אוועקהארגענן, א גאנצע קינדס צוקונפט.

jegoods » 10/7/2008 22:40

לאנדסמאן שרייבט מלמד געליטן וויל טוהן דערצו אז אנדערע קינדער זאלן נישט דארפן דורכגיין, דאס וואס ער איז דורכגעגאנגן, און זיי זאלן נישט ליידן, דאס וואס ער האט געליטן.

אזעלכע מלמדים און מנהלים, קענען ל''ע, אוועקהארגענן, א גאנצע קינדס צוקונפט.


ביסט זייער גערעכט אבער לאמיר די ר עפעס מסביר זיין אזוי ווי איך האב שוין ד=געשריבן אוויון אז די היינטיגע מלמדים זענען ב"ה בעסער טענה'טסטו אז די מלמדים וואס שלאגן קינדער דארפן פליען איז די דארפסט פארשטיין אז עס איז נישט מעגליך זיך צו נעמען ווארפן מיט מלמדים צויליב אפאר סיבות 1) עס איז זייער שווער צו טרעפן היינט צוטאגס נייע מלמדים
2) א יעדע מענטש נישט קיין חילוק ווי ערליך און גוט ער איז האט אמאל שווערע צייטן און די קענסט נישט טרעפן סתם מלמדים וועסטו נישט טרעפן יעצט קיין הונטערטער מלמדים וואס זענען אזוי ווי הלל הזקן וואס האט זיך קיינמאל נישט אויפגערעגט
3) היינט אויב א טאטע האט א פראבלעם מיט זיין קינדס מלמד און ער גייטצום מנהל רעדן וועט ער 100% טרעפן אפענע אויערןץ און די מנהל וועט רעדן צום מלמד
אדער אפילו די טאטע רעדט צום מלמד אז ער טראכט אז ער כאפט אביסל צופיל וועט עס אויך העלפן די מלמד וועט זיך אפלאזן און אויב די טאטע האלט אז די מלמד איז גערעכט דעמאלסט איז דאך אים זיכער געקומען די פעטש. איז אז די ווילסט אז דיינע קינדער זאלן נישט בייקומען "איבריגע פעטש" דעמאלסט שמועס מיט דיין איעדען טאג ווי אזוי עס איז געווען און חדר אפילו די האלסט נאך א שווערע טאג ארבעט. (וואס אונזערע עלעטערן פלעגן כמעט נישט טוען) און אויב די קינד פארציילט דיר אז ער האט געכאפט פעטש הער אויס דעם און הער אויס דעם מלמד שמועס עס אויס מיט אים אויב די מלמד זעהט אז די אינטערסירט זיך ביים אויף יעדע זאך פון חדר ווי למשל ער פארהערט דאס קינד יעדע וואך ער רופט דעם מלמד יעדע פאר וואכן הערן וואס זיין קינד מאכט וועט ער זיך אסאך מער אפגעבן מיטן קינד ווייל ער וויל געפעלן פאר די עלטערן. וואס עס קומט ארויס פון דעם איז אז נישט דורך האקן אויף די מלמדים און סטראשענען טוט מען אויף און טאמער ווילסטו נישט אז דיינע קינדער זאלן נישט דארפן דורכגיין, דאס וואס די ביסט  דורכגעגאנגן, און זיי זאלן נישט ליידן, דאס וואס די באסט געליטן דעמאלסט זאלסטו האלטן א נאנטן קאנטאקט מיט דיין זיין און מיט זיין מלמד..

מלמדגעליטן » 20/7/2008 10:31

jegoods

די שרייבסט זייער שיין, אבער וואס טוהט מען ווען די מנהל איז נישט קיין קלענערע רשע וויא די מלמד???

לאנדסמאן » 20/7/2008 17:03

מ'שיקט נישט די קינדער, אין יענער חדר.

משה_יהודה » 22/7/2008 09:31

בערקה כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
דער כוונה פון מלמד איז נאר לטובה, וואס דאס איז הדבר רגיל, אז  ממילא וואס איז דער גאנצע פראבלעם?


אולי דער כוונה פון די לובאוויטשער'ס מלמדים איז נאר לטובה
אבער די אנדערע מלמדים פון נאך קהילות שלוגט די אינגל אזוי שטארק (יא, איך וויס פון מיין זון)

נו, וואס וועט זיין?

משה_יהודה » 22/7/2008 09:32

מדארף מפרסם זיין די נאמען פון די מלמדים וואס שלוגט די אינגל'ס

ארילייב » 22/7/2008 23:19

יעדער מלמד דארף דורך לערנען הלכות מלמדים אין יו"ד און טון לויט ווי ס'שטייט אין שו"ע