דעים זונטאג מאכן די ציונים א מאסן פאראד אין לאנדאן צו פייערן זייער חאגע פון הקמת השמד מדינה האבן די חסידי סאטמאר וואס זענען חסידים פון מהרי"י אנגעפרעגט זייער רבין צו מען זאל ארויסגיין פראטעסטירן אנטקעגן זיי האט ער געזאגט אז ביים רבי'ן זי"ע האט מען קיינמאל נישט געזען אז מען זאל גיין פראטעסטירן יעדע מאל וואס די ציונים מאכן עפעס ממילא האלט ער נישט אז מען זאל גיין.
ווי נאר די סאטמארע חסידים פון מהר"א האבן געהערט דערפון האבן זיי אנגעפרעגט "זייער" רבין צו מען זאל ארויסגיין פראטעסטירן, האט ער געענטפערט אז יא פארוואס נישט, זענען זיי געגאנגען און געמאכט ריזיגע פלאקאטן אין גאנץ לאנדאן אז בפקודת כ"ק אדמו"ר הגה"ק מסאטמאר שליט"א דארף יעדער ארויסגיין צו די הפגנות וכו' צו וויזן אז זיי גייען יא צו די פראטעסטן אנקעגן ציונות און די חסידי מהרי"י גייען נישט און זיי זענען די ריכטיגע סאטמארע וד"ל.
למעשה הער איך אז די פראטעסטן זענען נישט פארגעקומען ווייל די ישמעאלים זענען אויך געגאנגן דארט פראטעסטירן און די פאליציי האט נישט געוואלט ארויסגעבן א פערמיט נאר פאר איין דעמאסטרעישן און צוזאמען האט מען נישט געוואלט גיין
דא האט איר די קאפי פון איין צעטל ווער עס האט נאך פון די צעטלעך פון בפקודת זאל עס ביטע לייגן
[בילד – נישט אפגעהיט]