טאקע???
COME ON
פארוואס דארף מען איבערטרייבן און גיין מיט שקר און מוציא שם רע?
איך קען פארשטיין אז די עצם האט-ליין טויג נישט און ס'שעדליך פארן חינוך ויהדות, אבער וואס געבט די רעכט צו גיין באשולדיגן א מענטש אויף אזא הארבע זאך אז ער זוכט צו מחטיא זיין את הרבים און זוכט דוקא צו מטמא זיין דעם יוגנט מיט ניבול פה, מהיכי תיתי לן? איך קוק עס אן כמו שהוא: נחום רז"ב רעדט זיך איין אז ער איז דער איינציגער וואס זעהט איין לשיטתו פיל מיט שרעקליכע פירצות, אלטע בחורים, ישיבות, מקוואות, שחיטה, וכדומה וכדומה, און ער האט גענומען א פארקרומטע מיטל צו מתקן זיין די אלע פירצות.
די אלע איבערגעטרייבעכצער שלאגן נאר צוריק ווייל יעדער מענטש ווייסט בעומק לבבו אז נחות איז נישט קיין שד, נישט קיין שטן, נישט קיין ירבעם בן נבט, נישט קיין מנובל, ס"ה איז ער א קריאזער מענטש וואס טוט פארקרומטע זאכן וואס לשיטתו האלט ער אז ער טוט אויף פאר אידישקייט...
עטס געדענקט ווען דער לעצטער סאטמארער רבי האט געזאגט אויף די בני יואל אז זיי זענען ווערימיגע קינדער וואס וועלן זאגן הלל ביום עצמאות? ווי איז ער אנגעקומען דערמיט?
דאס איבערטרייבן מאכט נאר חרוב...כל המוסיף גורע...
איז נחום'ס מטרה טאקע מחטיא צו זיין מיט מנבלות?
דו מאכסט עס כאילו ער רעדט זיך איין אז ער פארשטייט און נאר דאס איז זיין פראבלעם, די פראבלעם איז אז ער איז א פארשטינקענע בעל גאוה, און נישט נאר ער האלט אזוי נאר ער טוט עס אויך למעשה דורך דעם וואס ער איז משפיל עד לעפר יעדן רב און יעדן גדול בישראל, און דאס איז א חוצפה און גאות און עקעלדיגקייט שאין כדוגמתו.
און די ווייסט אליין אז ער רעדט כל מיני מנוולות שאין האוזן יכול לשומען. דאס ווייזט נישט גענוג וואס פארא מנוול ער איז.
און נעבעך, די גרעסטע עבירה וואס ער האט געטראפן אויף כלל ישראל איז אמירה לעכו"ם, אבער ס'נעמט נישט לאנג נאך צוויי מינוט אריין אינעם דרשה לויפט ער גראד צוריק צו זיין באליבטן סובדזשעקט, מנוולות.
היינט זאגט ער אויף די רבנים, אז ער האט זיי אין בוידעם, ווי קען זיין א גרעסערע חוצפה פון א פראסטע שגץ קעגן אלע חשוב'ע רבנים, גאונים און דיינים, וואס יעדער איינער פון זיי קען אסאך מער לערנען פון אים. (נישט אז כ'מיין אז ער קען עפעס יא), ער איז ניטאמאל ראוי זיי זאלן טרעטן אויף אים.
אויך איז ער טויט גוט מיט די עף. בי. איי. ער קען זיך ניטאמאל אויס וועלכע דיפארטמענט טוט פאר וועלכע ענינים, פאר מאלעסטן רופט מען נישט אראפ די עף. בי. איי, די געווענליכע פאליציי איז פונקט גוט פאר דעם.
אין די מעשה מיט די וויזניצער מיידלעך איז שקר וכזב מתחלתו, כ'האב מיר ספעציעל נאכגעפרעגט אויף דעם, קודם כל זענען זיי געווען 10 יעריגע מיידלעך, און זיי האב "נישט" געזינגען גארנישט, דער גאנצע מעשה וואס ער האט געהערט איז געווען פון א געוויסע צורידערטע יונגערמאן וואס איך קען וועלכע איז געווען אויף דער באס, די מיידלעך האבן פשוט געמאכט א קליינע פארטי, צווישן זיך, קיינער האט נישט געהערט, קיינער האט נישט געזעהן, נאר יענע יונגעמאן וועלכע איז פונקט אזא מנוול ווי נחום האט פארשטייט זיך אהינגעקוקט צו די מיידלעך ווייל ער האט זייער וויכטיג געוואלט זעהן וואס זיי טוהן דארט.
און נאכמער אויף די היינטיגע טעיפ זאגט ער א געפערליכע ווארט וואס כ'קען נישט ארויסזאגן דא, ס'איז ממש דער שם המפורש, א בחור אדער אינגל הערט דאס, איז ער אפגע'הרג'ט אויפ'ן לעבן.
נעבעך, די גרעסטע עבירה וואס ער האט געטראפן אויף כלל ישראל איז אמירה לעכו"ם, אבער ס'נעמט נישט לאנג נאך צוויי מינוט אריין אינעם דרשה לויפט ער גראד צוריק צו זיין באליבטן סובדזשעקט, מנוולות.
היינט זאגט ער אויף די רבנים, אז ער האט זיי אין בוידעם, ווי קען זיין א גרעסערע חוצפה פון א פראסטע שגץ קעגן אלע חשוב'ע רבנים, גאונים און דיינים, וואס יעדער איינער פון זיי קען אסאך מער לערנען פון אים. (נישט אז כ'מיין אז ער קען עפעס יא), ער איז ניטאמאל ראוי זיי זאלן טרעטן אויף אים.
אויך איז ער טויט גוט מיט די עף. בי. איי. ער קען זיך ניטאמאל אויס וועלכע דיפארטמענט טוט פאר וועלכע ענינים, פאר מאלעסטן רופט מען נישט אראפ די עף. בי. איי, די געווענליכע פאליציי איז פונקט גוט פאר דעם.
אין די מעשה מיט די וויזניצער מיידלעך איז שקר וכזב מתחלתו, כ'האב מיר ספעציעל נאכגעפרעגט אויף דעם, קודם כל זענען זיי געווען 10 יעריגע מיידלעך, און זיי האב "נישט" געזינגען גארנישט, דער גאנצע מעשה וואס ער האט געהערט איז געווען פון א געוויסע צורידערטע יונגערמאן וואס איך קען וועלכע איז געווען אויף דער באס, די מיידלעך האבן פשוט געמאכט א קליינע פארטי, צווישן זיך, קיינער האט נישט געהערט, קיינער האט נישט געזעהן, נאר יענע יונגעמאן וועלכע איז פונקט אזא מנוול ווי נחום האט פארשטייט זיך אהינגעקוקט צו די מיידלעך ווייל ער האט זייער וויכטיג געוואלט זעהן וואס זיי טוהן דארט.
און נאכמער אויף די היינטיגע טעיפ זאגט ער א געפערליכע ווארט וואס כ'קען נישט ארויסזאגן דא, ס'איז ממש דער שם המפורש, א בחור אדער אינגל הערט דאס, איז ער אפגע'הרג'ט אויפ'ן לעבן.
איך נעם מיך נישט אהן פאר נחום.
קודם כל ווייל ער רעד ניבול פה.
און נאכדעם ווייל א סאך זאכען וואס ער זאגט וואלט ער געדארפט האבן א הסכמה פון א רב מובהק. און דריטענס ווייל עס איז ארויסגעקומען א אפענער פסק פון עטליכע רבנים.
אבער די קול קורא במדבר איז אזופיל ווערט וויפיעל די קול קורא וואס 93 רבנים גדולים האבן אונטערגעשריבען אויפן בעלזער רבין
(אגב הרב שלמה גראס דער געאסערטער בעלזער אסערט יעצט נחום)
אין יענעם קול קורא שטייט א סאך שארפער. עס שטייט
ישכר דוב רוקח הרי הוא ככל מהרסי בית ישראל אזוי וויא ש"צ און אלע חוטאים ומחטיאי הרבים..
און פארשטייט אז זיין קהילה אלע בעלזער חסידים זענען עכטע נעלאגען
די בני יואל זענען אויך געאסערט געווארן דורך עטליכע רבנים צווישן זיי די יעצטיגע אוסרים.
ניקעלשבורגער רבי שליט"א איז געאסערט געווארן דורך גרויסע רבנים און בפרט די דיינים פון סאטמאר וואס שרייבען אויף עהם אז זיי האבן געהערט אויף עהם דברים שאינם מהוגנים רח"ל.
און נאכדעם שרייבען זיי דאס זעלבע וויא אויף נחום להתרחק ממנו ח"ו להיות נמשך אחריו .
אויף דעם איז חותם דער ברך משה וז"ל
אזהרה חמורה לאפרושי מאיסורא.
המודעה הזאת היא הוראה גמורה ככל הוראת איסור והיתר
הק' משה טייטלבוים אבדק"ק סאטמאר
(דער רבי בעל דברי יואל זי"ע פלעגט לייענען די ווערטער לאפרושי מאיסורא . א פרישע מסירה. בדרך הלצה)(רע"א)
דער בלאט איז אויך געאסערט געווארן דורך זייער אייגענעם רבין אלס כתב פלסתר וכו'
די גאנצע באהערדע פון די חסידי אדמו"ר מהר"א ט"ב . זענען געאסערט געווארן דורך די דיינים אלץ קשר בוגדים.
איך גיי נישט אריין אין דעם הארבען איסור קעגן אביש שייגעץ וואס רבנים שרייבן פתו פת כותי יינו יין נסך וכדומה.וכל בניו ובנותיו ילדי נכר רח"ל.
און דער איד _שטירמער) מעג וואך נאך וואך מבזה זיין אלץ נבל ברשות התורא ....גדולים וצדיקים מנהיגי האומה. וואס אויף זיי איז געזאגט געווארן לא מאסתים ולא געלתים לכלותם שהעמיד לנו גדולי וגאוני הדורות. .
און ביי אונדז זענען אלע גדולי ישראל בלי שום יוצא מהכלל אנגעהויבן פון הגאון ר"מ פיינשטיין מיט הצדיק מקלויזענבורג. מיט חמו"ר וויזניצער רבי. אפילו בעלזער רב מיטן סקווערער רבין. . איך רעד שוין נישט פון הגאון רבי עובדיה . וואס איז גאנץ אונגארן איז נישט געווען לעצטע יארן אזא גאון הגאונים וואס כל התורה איז שגור על פיו . און ביי אונדז זענען זיי כופרים גמורים נאך ערגער וויא גויים אפשר פונקט וויא נחום. אפשר נאך ערגער. און אפשר נאך ערגער פון ליובאוויטשער.
און בכלל דער זעלבער וואס האט זיי געגעבן רשות צו טהון מנוולות נאכצושרייען פרויען אויף די גאסען בריש גלי. נישט נאר בלויז צו רעדן מנוולות. נאר מקיים זיין בפועל ממש רח"ל. און מבזה צו זיין גדולי ארץ. וויא הגאון רבי פישעלע וואס פאקט איין די אלע חותמים אין זיין לינקען טאש. אדער רבי יחזקאל ראטה אדער הזקן הגאון הישיש מאודווארי
אדער הגאון רח"ל כ"ץ וואס פאקט זיי אויך איין בין בתורה בין ביראת שמים בין בחסידות.
די פורצי גדר זאלן יעצט נישט קומען זיין גודרי גדר . עס איז פונקט וויא די משל פון רבין זי"ע אז איינער האט אנגעצינדן א פייער פון ניאוף נאכצושרייען פרויען און יעצט מאכט ער זיך וויא ער קומט פארלעשען פייער.
קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים
איך וויל נישט מאריך זיין.
צובראכן די רבנים האט זיכער נישט נחום.
צובראכן די רבנים האבען נאר זיי מיט זייערע טמנא מעשים און שפראכען. אלע יארן ועוד ידם נטויה
הערטס אויס א פורים שפיעל !!!
אלטר משה וואס רופט אהן אלע צדיקי וגאוני הדור געטשקעלעך עבודה זרהס. און ער זאגט נאך אז דאס איז דעם רבינס שיטה אז עס איז מער נישטא קיין רבנים און מנהיגים. דער צוברעכט נישט קיין רבנים. ניין ער געט נאר כח פאר רבנים אהא!!!
פורים פורים פורים לנו. ברוך אשר בחר רק בנו.
און נאכדעם קומט אריין אלטר משה אין סאטמארע מצה בעקערי אין בראדוועי . גייט דוד ראזענבערג און מאכט עהם א ברוך הבא לעיני כל העובדים און איז עהם מחזק ווייל אזוי האלט ער אויך אז אלע רבנים וואס האבען זיך מייגע געווען כל חייהם על התורה און טוען לטובת הכלל זענען כופרים און קארופטירט און אלטר משה איז גערעכט.
ונראה מה יהיו חלומותיכם
ער רייסט אראפ הרהגה"צ ר' ישראל האגער אב"ד וויזניץ מאנסי כאחד הריקים סאיז ממש שוידערליך ווי אזוי ער רייסט אראפ א רב בישראל פאר איין סיבה ווייל ער האלט אז נחום איז א מניוויל
זאגט די מיר סקאט וואס נחומ'ס מטרות זענען
דו ביסט דאך פון די נארמאלע קלוגע שרייבערס דאהי. אויפן פארק. איך מוז דיר זאגן ידידי בלתי מכירו אז דו ווייסט נישט אלעס.
עס איז דא טיפע סיבות פארוואס ער רייסט עהם אראפ ואין כאן המקום להאריך. זיכער נישט וועגן דעם ווייל ער האלט נחום איז א מניוויל . אויסדרוקליך נישט .איך קען נישט מער מגלה זיין. אבער אז דו ווילסט. דעמאלס פרעג דיך נאך ביי שטוב מענטשן און קאלירפולע וויזניצע חסידים ויוודע לך .
ואז תאמר בפה מלא "אכן נודע הדבר" . זעסט דאך אז אויפן ראחסטריווקער רבין שליט"א האקט ער נישט. וכדומה . עד כאן. ודי לחכימא ברמיזא. בפרט אזא חכם וויא דו . וואס דו ביסט דאך דער אמתר ארגינעלער והמבין יבין..
לענינינו,
איך האב שוין לאנג נישט געהערט אזא שקר און מוציא שם רע, אויף אלע ערליכע רבנים און ערליכע אידן, וואס זאגן אז דאס איז דאס ערגסטע וואס איז נאר פארהאן, און ברענגט אלעס אונטער, די אלע זענען גאר די שקרנים און מוציאי שם רע.
עולם הפוך ראיתי.
איך האף נאר איין זאך.
אז ארגינעל וועט זיך ברעכן פארן פרעשור, און פארשטיין און איינזען די עכטע אמת פון אלע באלד ווערטער מיט די אויבערשטרעכלעך, וואס זענען מעיד מיט טיפע סיבות פארוואס מ'רייסט אים אראפ, און טאקע אמת'דיג , "עדיוקעיטעד" ווערן, פון די דברי חנופה אז ער איז א חכם ונבון, און דער עכטער אמתר ארגינעלער....... אפילו טאקע ס'איז אין כאן המקום להאריך, און מ'קען מער נישט מגלה זיין, אבער דאך אזא חכם איז די לחכימא, און מיט רעכט רייסן מען אראפ, די אלע רבנים.
אוי פורים פורים פורים לנו ברוך אשר הבדילנו מן התועים
ווער ס'קען רירן א פינגער צו פארטיידיגן דעם עוכר ישראל, אדער אפילו נאר שוואך צי קאלט מאכן די מערכה קעגן דעם, איז בלי ספק דורכגעפוילט און איינגעזינקען אין שמוץ ביז איבער די אויערן.
רחמנא ליצלן, ווי נידריג דער איד איז שוין געפאלן.
מילא אריינלייגן א בריוו פון ר' שלמה גראס, נו, ער איז דאך "נאר" בעלזער דיין, וואס האט אויך אפן אפגעלאכט פון דעם איסור חמור בנוגע לערנען חומש רש"י מיט מיידלעך, און במילא מעג מען אים אראפנעמען פון די תלי' אין פאל מ'דארף אים וויכטיג האבן צו שטויסן דערמיט די 'נאך גרעסערע רשעים' - סאטמארע חסידים.
און יעצט ביי די נחום מערכה איז שוין ר' שלמה גראס בעלזער דיין יא כשר? היתכן?
ער האט דאך אפגעלאכט פונעם רבין בעל דברי יואל אין ספר הקדוש ויואל משה . וועגן דעם איסור חמור בנוגע מיידלעך לערנען חומש רש"י. אזוי וויא דער וויזניצער רבי רבי מאטעלע שליט"א לאכט אויך אפ און לערנט אין זיין סקול מיט די מיידלעך חומש מיט רש"י.
מיט דאס וואס מען טענהט זיך דא. געט מען נישט קיין גרין לייט פאר ר' נחום כמובן.
עס איז נאר א שקליא וטריא. עד כאן.
ווער וואלט זיך אמאל אפילו אין וויסטן חלום געחאלומט אז עס וועט קומען א צייט וואס מענטשען וואס רופן זיך רבנים זאלן זיך אויפשטעלען און הייסן בחורים מיט יונגעלייט נאכשרייען אויף די גאסן נאך אשת איש און נאך מיידלעך. פאי!!!
און מען רופט דאס נאך אהן בלשון מחאה. פע!! צעהן מאל פע!! . אז עס קען זיין אזא מנוולות בריש גלי. דעמאלס מעג און קען קומען אזא איינער וויא ר' נחום און זיך אויך רופן רב . און דערציילן די גאס הגיד לעמי פשעם ולבית יעקב חטאתם . אלו ת"ח ששגגות נחשב להם כזדונות. . אזוי וויא אלטר משה ברענגט קלאר כמה פעמים פון רבין זי"ע אז אלע פירצות הדור זענען נאר שולדיג די רבנים און דיינים נאר זיי .. ואשימם בראשיכם. . די זינד איז אויף די קעפ די רבנים און רעביס. . צו זיי ווילן יא! אדער זיי ווילן נישט.
סתם אזוי ווען נחום רעד וועין נישט אויף אונזערע רבנים נאר ער רעדט וועין נאר אויף גדולי ישראל פון די אנדערע קרייזן וואלט ער נאך אדרבה געווען א קנאי. . נאר יעצט אז ער רייסט אראפ אונזערע . דעמאלס קומט ארויס א קול קורא כידוע.
האיש נחום ר"ב. הקלאצענבארגער גלח ז"ל הלבש"ט. אביש שייגעץ. מעכל לעבאוויטש. ישכר דוב רוקח. הפגום. פני הכל"ב. האגער. קאשוי. לייטנער. ברייער(שארמאש) נ' שערי טומאה. נישט מ"ט. . הרי הם מהרסי בית ישראל.
די ניבול פה. ארט זיי גאר ווייניג ווייל אלע גאסען זענען באפלייצט מיט צעטלעך . כהאי לישנא. אוי איך האב אריינגעגעבן מיין טאכטער צו א חשובען יונגערמאן אין אפיס. און וואס איז געשען מיט איר אביזרייהו דגילו עריות
פארוואס איז דאס נישט קיין ניוול פה ? וואס קלערן בחורים און יונגלעך.?
און דער מנוול גרינבוים מיט זיינע טמנא צעטלעך אז טאמער מען בייגט זיך אדער די קליידער זענען געפאסט וכדומה
איז דאס גילוי עריות דאס ליגט און הענגט אין אלע גאסען. פע!!! פע!!!
.
די האר פון קאפ שטעלט זיך אויף פון אזעלכע מנוולדיגע צעטלעך.
דער רבי זי"ע ברענגט צענדליגער מאל דעם הייליגן ישמח משה זי"ע. אז ער האט כסדר געטראכט געוואלד!!! פארוואס קומט נישט משיח צדקנו?? ביז ער האט פארשטאנען. אז ווייל די בחורים און יונגלעך טוהן אין זייערע יונגע יארן נישט קיין שיינע זאכען. דעמאלס ווען זיי ווייסן נאך ניטאמאל אז דאס איז א חטא . און ווען זיי ווערן גרעסער זענען זיי שוין ליידער פארזונקן.רח"ל. .
און די חברה חותמים ווילן דוקא אז די בחורים זאלן טאקע נישט וויסן גארנישט . און משיח צדקנו זאל טאקע נישט קומען און מען זאל ח"ו בלייבן אין ביטערן גלות נאך לאנגע יארן רח"ל. ווייל דא אין גלות זענען זיי רבנים אבער ווען משיח צדקנו וועט קומען במהרה וועלן זיי דאך נישט זיין קיין רבנים (כעין זה מובא אצל המרגלים)
בכלל אין זייער א סאך דרשות פון גרויסע אונגארישע רבנים איז פול מיט די מיני דרשות וועגן ביטערע מיסע חטאים . און בשעת די דרשות האט מען קיינמאל נישט ארויסגעשיקט די בחורים. . עס איז דא דרשות אויף די צעהן ניסים (אדער 12) ניסים וואס איז געשען פאר פינחס בן אלעזר בפרטות . און די דרשות זענען געזאגט געווארן ברבים.
אפילו אין הייליגן יערת דבש איז דא געפערליכע דרשות אוי לי אמי שילדתנו וכו' כי באו אל הנערה וכו'' איך וויל נישט ארויסשרייבן. און איך וויל נישט שרייבן די צענדליגע מראי מקומות פון די דרשות פון די אלע ספרים. ווייל עס שטייט דאך ביי רבי יוחנן אוי לי אם אומר און אוי לי אם לא אומר. סוף כל סוף האט ער דאך יא געזאגט אפילו אז פושעים יכשלו בם.
אין טהרת יו"ט דארט וויא ר' נחום האט זיך געלערנט מקוואות איז פול פון די זאכען. עס איז געווען א פלוגתא פון חב"ד און נאך רוסישע רעביס . מיט סאטמאר (בפרט שומר אמונים תולדות אהרן) און די רעביס וואס האבן ברבים יא גערעדט וועגען דעם חטא הידוע
ביים חתם סופר אין די ישיבה האבען די בחורים געלרענט מסכת נדה כידוע. .
דא אין בארא פארק איז נישט לאנג צוריק געווען איינער פון די גרעסטע רבנים נאכן חורבן וואס האט געשריבן צענדליגע תשובות להלכה למעשה. און אין זיין ספר איז דא זייער פול מאדנע שאלות פון .......זאכען ... און מען האט קיינמאל נישט געאסערט פאר א בחור אריינצוקוקן אין זיינע ספרים. און אדרבה מען האט דאס איבערגעדרוקט אויף א שיינע קלענערע פורמאט און מען גארנישט ארויסגעלאזט די אלע זאכען.
דער פעלער איז נאר ווייל ער טוט דאס על דעת עצמו. אהן רבנים און אויף א מאדנעם שטייגער . און כנזכר לעיל ווייל ער רייסט אראפ אונזערע. מען מעג נאר אראפרייסן די גדולי עולם וגדולי ישראל פון די אנדערע פארטייען
ווייל זיי זענען דאך לינקע. אונדז זענען מיר דאך די רעכטע.
און בכלל יעצט דאס מאל גייען די רז"ל חברה נאכטאנצן די אהרונים . אבער למשל ביי די מהודרדיגע שחיטה פון קרית יואל וואס האט געהויבן דעם מצב השחיטה ביי עופות אויף א גרויסע מדריגה ב"ה דארטן טאנצען רז"ל נישט נאך. .
עס איז אמגלויבליך אז כמעט נאר די רבנים וועמען ער האט באשמוצט נאר די נעמען זיך אליינס אהן פאר זייער אייגענעם כבוד. . עס איז פונקט אזוי וויא למשל דער קלויזעבורגער וואלט געאסערט מיט א קול קורא די סאטמארע בימים ההם. און רבי מעכל לעבאוויטש וואלט געאסערט דעם סאטמארען בי"ד.
השי"ת יחונן אותנו דעה בינה והשכל לדעת באמת את אשר יחפוץ . אהנע פאליטיק רח"ל. נאר לשם שמים.
דער פראבלעם איז נאר אז א האטליין וואס קינדער און בחורים הערן איז נישט דער פלאץ דערפאר. אפשר וואלט געווען פיל מער כדאי פאר נחומ'ען, אויב ער וויל דווקא אנגיין מיט זיין קאמפיין, אז ער זאל זיך עפענען א בלאג אדער א וועבסייט, וואס דאס איז פיל גרינגער צו רעגולירן.
די האסט א פוינט, נחום איז טאקע א שרעקליכער משוגענער און בעל דמיון וואס רעדט שטותים און דמיונות, און טאקע ווייל ער איז משוגע טוט ער א גוטע זשאב, אבער פאר דעם זאל ער מאכן א בלאג וכדו, אבער נישט אויפן טעלעפאן, און אויב ער הערט נישט אויף מיט טעלעפאן זאל מען יא ערנסט אין באטראכט נעמען א חרם.
1. מיט ניבול פה (זיין באליבטע נושא)
2. מבזה זיין און משפיל זיין "אלע" רבנים און דיינים
דער מענטש איז א סכנה און ברענגט נישט קיין שום טובה פאר קיינעם, פונקט ווי אלע משכילים אין אלע דורות
כלל טוער האט גאר גוט געזאגט, מ'דארף גארנישט צולייגן.
אפילו אויף דעם יעצטיגןן שטיקל רייסט ער אראפ אלע גדולי ישראל, איינער נאכ'ן צווייטן, און ער האט שוין אפילו אויפגעמאכט פרישע מנוולת'דיגע מעשה'ס.
נו גילוי, מ'טאר נישט
ווען קומט ארויס א קול קורא אויף זיין האטליין?
עסקנים ווי זענט עטץ?
פארוואס האט עטץ אים אויסגעלאזט?
ער שפרונגט יעצט פאר שמחה!
ווי זאגט די וועלט ווערטל
"נישטא קיין בעסערע פובליסיטי ווי נעגאטיוו פובליסיטי"
די גאנצע וועלט איז יעצט ביזי מיט אים
ער איז ביי יעדע דיסקאשען ציווישן מענטשן צו אין שוהל מקוה גראסערי ארבייט באס שמחה וכו'
און ליידער ליידער ציווישען די יונגווארג אויכעט ווי די מחנכים קוקען דאס צו מיט ביטערנישט.
וואס זאל מען טוהן אז מהאט צוטוהן דא מיט אפאר קליינקעפיגע ווילדע נארישע עסקנים וואס ווייסען נאר צו מאכען גרעסערע פראבלעמן און מאכען גרעסער דאס פייער אנשטאט צו עלימינירן גענצליך דעם פראבלעם און פייער אויף א קלוגען באשיידענעם אופן.
געב שוין ארויס דעם "קלוגען באשיידענעם פלאן"
אין איך וועל שוין זעהן ס'זאל אנקומען צו די עסקנים
האסטו א SOLUTION רעד, האסטו נישט קום נישט מיט טענות
דער מנובל נחום שפרינגט שוין גארנישט פאר שמחה, ער שפרינגט פאר כעס!
ס'איז דא פעולות וואס א מענטש טוט און ער קען באקומען א וועלט מיט אטענשאן, פונקט ווי דער אראבער וואס האט געדרייווט דעם טראקטאר אין ירושלים, און אלע אנדערע טעראריסטן וואס רייסן זיך אויף באקומען אטענשאן, אדער ווען איינער שפרינגט אראפ פון בריק, אזוי אויך באקומט נחום א ים מיט אטענשאן פארן זיך אויפרייסן...
עס איז פשוט נישט שייך אים דאס נישט צו געבן!
א וודאי איז ער יעצט נישט בשמחה. אבער לאכען הייסט נאר דער וואס לאכט צום סוף!
דער בעלזער רבי איז אויך געווען זייער טרויריג ווען עס איז ארויסגעקומען א שרעקליכער קו"ק פון 93 רבנים קעגן עהם און עס פלעגט הענגן אויף אלע גאסן און אין א סאך בתי מדרשים ביז לעצטענס.
אבער היינט לאכט ער פון ברך משה ער שטייט ב"ה זייער שיין מיט טויזענטער יונגעלייט חסידים ואנשי מעשה. און דער ברך משה איז ליידער אפגעשפיעלט אוודאי ביי די זלונים ובני יואל . און אפילו ביי א סאך אהרונים זיינע געוועזענע אמתדיגע גוטע פריינט וד"ל.
ניקלשבורגער רבי שליט"א האט געוויינט ווען מען האט אים באשמוצט אין אלע גאסען מיט קול קוראס. הוראה זו כשאר הוראת איסור והיתר ממש (לשונו של הרבי ברך משה זצ"ל) (טאקע ממש?) אבער היינטיגע צייטן אינעם איד (שטירמער) איז ער יעדע וואך שיין באשריבן וויא די גדולי האדמורי"ם און די באשמוצערס מיט זייערע רבנים קריצן מיט די ציין ממש וויא ביי דעם שעפס פון קרבן פסח אין מצרים שבת הגדול.
אדרבה דער שקרן וואס האט ארויסגעגעבן דעם פאשקעוויל מתי שוא קעגן הרה"צ מיכל מיט גביית עדות אויף מנוולות שאין כמוהו. . איז יעצט נאכאמאל נתגלה געווארן זיין פינסטערער שקר. ביי די אריזאנע ווייץ . וואס עס האט מעיד געווען הגאון הגדול רבי אברהם צבי הלוי וואזנער שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי (קר"י) אז יעדעס ווארט וואס מען האט געשריבען וועגן די אריזאנע ווייץ איז שקר בולט . פונקט אזוי אמת וויא דער קלאצעויזענבארגער רבי איז געווען א גלח. און דער פאפער רב בעל ויחי יוסף ז"ל שטיצט זיך זיין בארד מיט א גאל מעסער. .וואס אלע יונגלעך האבען געגלייבט אז וועגן דעם האט ער נישט קיין לאנגע בארד.
דאס זעלבע יעצט ביי די מעשה נורא ואיום וואס האט פאסירט פאריגע וואך אז מען האט געברענגט פון א פארעם הונדערטער טורקיס. האלב האט מען געשיקט שעחטן קיין קרית יואל. און האלב קיין וויינלענד אונטער די השגחה פון ר הלל וו"ב . און אין קרית יואל זענען כמעט אלע טורקיס געפינען געוואראן טריפה און מען האט זיי פארקויפט פאר גויים. און ווען מען האט אנגעקלאט ר' הלל וו"ב פרעגן ויאזוי האט ער געטון מיט די טורקיס עס איז געווען קלאר טריפה לכל הדיעות האט ער געמאכט א חוכא ואטלולא ערגער וויא ביי די מילך קעסטלעך און ער האט מאכיל געוועען חסידישע אידען יראים ושלמנים מיט נבילות וטריפות מדאורייתא ממש בריש גלי וואס האבען נעבעך באצאלט א געפערפערטע פרייז פאר די טריפנה טורקיס ווייל ער האט שוין יעצט מער נישט מורא פון נחוםמען. . ווייל ער אליין האט עהם דאך שוין געאסערט וד"ל.
דאס זעלבע נעכטן נאכט ביי דעם גרויסן נס וואס דער הייליגער באשעפער האט געטון ביי מארסי קארנער ראטלידזש סטריט אין וויליאמסבורג יצ"ו וויא נאך אזא שרעקליכען עקסידענט זענען ב"ה ניצל געווארן די יודען אויך די בחורים ( השי"ת ישלח להם רפו"ש בקרוב) וואס קיינער קוקט זיך נעבעך נישט אום אויף זיי . נאר דער איינער נחום וואס איז מרעיש עולמות קעגן די שרעקליכע הפקירות וואס מען לאזט זיי די בחורים בחורי חמד ארומדרייען אויף די גאסען וויא הונט רח"ל . נישט חתונה געהאט אהנע ציל ותכלית השם ישמרנו.
שפארטס אפ נחוםמען. אסערט וויפיל איר ווילט . עטץ וועט אנקומען פונקט אזוי וויא מען איז אנגעקומען מיט אביש שייגעיץ 'קלאצעבארגער גלח. ניקלשבורגער רבי. די גמרא זאגט בירה תוכיח משיח האט עטץ נישט געברענגט . עד כאן.
יה"ר שיתגלה האמת ונזכה לרב שמחות והצלחות ובמהרה יבנה בית המקדש אמן.
עבד עברי
די שטייסט צוזאמען מיט מנובלים?
האסט אמאל געהערט פון בעוון נבלות פה צרות רבות וגזירות קשות מתחדשות ובחורי שונאי ישראל מתים?
האסט נישט קיין מורא?
אמר רבה בר שילא אמר רב חסדא: כל המנבל את פיו - מעמיקין לו גיהנום, שנאמר (משלי כב) שוחה עמקה פי זרות. רב נחמן בר יצחק אמר: אף שומע ושותק, שנאמר (משלי כב) זעום ה' יפל שם
האסט נישט מורא צו זיין א שומע ושותק רחמנא לצלן?
תוקן על ידי shia550 ב- 08/07/2008 21:25:52
און נחום איז דער וואס פאנגט אן יעדע מחלוקה מיט יעדן רב, נישט פארקערט.
דא קומט סאטמאר נישט אריין, דא איז אלע קרייזען ווי ווערן צוזעצט ווי אזוי זייערע קינדער הערן די ניבול פה.
עבד עברי זאג: איך האב אין אכט גענומען אז קיין רב אדער דיין פון די מתירי העירוב איז נישט אינטערגעשריבן אויפן קול קורא קעגען נחום.
איז דאס ווייל מען איז נישט געגאנגן צי זיי, אדער זיי האבן א יד אחת מיט נחום ווייל איז פארן עירוב?
בדרך אגב, קוק גוט וועסטו דאך טרעפען אפאר חתימות פון רבנים וואס זענען פארען עירוב
זאג זשע וועלכעס איז א גרעסערע עבירה? רעדן אדער הערן מנוולות. אדער רח"ל טוהן מנוולות
אז מען לאזט צו מלמדים און מחנכים און מקוה גייערס טוהן מנוולות (לפי שיטת נחום) ואין פוצה פה ומצפצף . דאס איז נישט קיין עבירה? נאר די איינע גמרא וואס דו ברענסט דאס איז א עבירה וחסל.
און אז יונגלעך און בחורים קוקן צו וויא יונגעלייט גייען נאך פרויען אשת איש און שרייען זיי אין פנים אדער פון אונטען יעדען שבת. דאס איז גוט פארן חינוך? דאס איז גארנישט?
די בכלומערשטע עסקנים וואס זענען געגאנגן נעמען חתימות קעגן נחום די זענען דאך די גרעסטע מנוולים וואס זיי שרייען נאך פרויען און זיי וייסן פונקטליך וועלכע פרויען טראגן שבת און וועלכע גייען אין וועלכע צייט פונקטליך אויף די גאס.
און בכלל וואס הייסט איך האלט מיט נחום אדער נישט?
נחום גייט ווייטער רעדן אויף זיין האט ליין בכל תוקף ועוז כמאז ומקדם להחזיר עטרה ליושנה מימים ימימה ומדור דור. אדרבה ער גייט נאך מוסיף זיין נאך א האט ליין וויא רבנים און עסקנים גייען דארטן רעדן און אויפקלערען דעם עולם. סיי וועגן די טריפהנע טורקיס וואס ר' הלל וויינבערגער האט פאריגע וואך מאכיל געווען הונדערטער יודן יראים ושלימים און עס איז ליידער פארקויפט געווארן אין סאטמארען בוטשער 82 ליע עווע. מיטן הכשר פון ממליחה ואילך. און פון דעם איז געמאכט געווארן היימישע טורקי ראלל טרייפענע.
און אויך וועט דער האט ליין נישט פארשווייגן די פינסטערע מנווולים באיצטלא של קנאות וואס שרייען נאך יענעמס פרוי אהנע בושה והוקע אותם . דער האט ליין וועט זיך נישט אפשטעלען נאר עס וועט נאך פארברייטערט ווערן.
און ווילאנג די שטריקעס וועלן נישט ארויסקומען אפען אין דרשות אדער צעטלעך און מודה זיין אז דאס נאכשרייען פרויען איז א עבירה.און א שרעקליכער פארברעך קעגן די תורה און קעגן מענטשהייט
און עסן טריפות בחזקת כשר איז אויך א עבירה אפילו לשיטת סאטמאר.. ועט זיי גארנישט העלפען און דער האט ליין וועט שטורמען מקצה העולם ועד קצהו
אדרבה עס גייט יעצט ארויסקומען א ספר פון ר' נחום אויף הלכות מקוואות דף על דף סעיף על סעיף מיט בקיאות נפלאה און מיט הערליכע בילדער באצירט מיט די הסכמות פון די אמתדיגע גדולי הרבנים שליט"א . און ירא הקהל וישפוט
עטץ שרייטץ אז נחום פארשפרייט מנוולות בדיבור. און אונדז שרייען מיר אז עטץ מיט ענקערע מנהיגים נועמי המדות פארשפרייטס מנוולות ממש עס האטץ מחלל געווען קדושת ישראל . און פארדארבען אונזער יוגענט אזוי וויא דעם שאפראנער זון שייגעץ וואס לערנט אויס יונגע בחורלעך בעל כרחם נאכצושרייען מיידלעך און פרויען. בושה תכסה פניכם.
נאכאמאל. דער האט ליין אדער די נייע צוויי האט ליינס זענען נישט קיין פרעסטראק אדער גל פז . וואס מען האט געקענט אונטערברענגן נאר דאס איז אזוי א כח וויא די בעלזע חסידים אדער ניקלשבורג . וואס דאס איז אויפגעבויעט לשם שמים מפרסם מאכען די פארדארבענע פארשטעלטע מזוייפים וואס זענען עושה מעשה זמרי. הייסן בחורים נאכשרייען פרויען און זענען מאכיל טריפות.
ומבקשים שכר כפינחס. און מאכן זיך נאך פאר רבנים און חתמענען איסורים קונמות וחרמות
מיר וועלן אייך איבערלעבן.
דער מנוול אויפען האטליין וואס איז חוטא ומחטיא טויזענטער בחורים און יונגעלייט מיט זיין ניבול פה וואס גייט אריין ווי גיפט אין די אומשולדיגע הערצעלעך, און וואס איז מבזה בוקר וערב אלע גדולי ישראל פון אלע קרייזען פונקט ווי די אלטע משכילים, דאס איז ביי דיר נישט קיין פראבלעם,
מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ה' גם שניהם
וואס פאר חינוך קען מען געבן פאר די קינדער אויף די גרעסטע מצוה אין די תורה ואהבת לרעך כמוך וואס הלל הנשיא האט געזאגט פארן גר "זה כל התורה כולה" ואידך און די איבריגע מצוות זענען נאר א פירוש אויף דעם . און אז דער עיקר איז ביי זיי גארנישט . וואס קען שוין זיין?
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2443021&forum_id=16386
די צעטלעך וואס קלעבן אויף אלע פאולס . אז די די פרויען זאלן זיך נישט אראפבייגן מיט די געפאסטע קליידער . אדער די טמנא ביכלעך פון דעם טמא גנב גרינבוים וואס עס איז דא אין אלע בתי מדרשים וויא עס שטייט אז א צוויי טיילען סקירט טאר מען נישט אנטון ווייל מען בייגט זיך וכדומה. פול מיט חאזיריי און מנוולות. דאס מעג הענגן אויף די גאסען און דאס מעגן יונגלעך און בחורים זעהן.
דאס איז נישט מנוולות.? דאס איז דאך א גיעול נפש א עקעל און א גרויל
ער גרינבוים און קלאר איז דער קנאי. ווייל ער טאנצט מיט די אינטערעסן פון די פארטיי
אבער נחום ווייל ער איז קאנטערווערסל און גייט זיך אויף אייגענע ליניע . דעמאלס איז ער נישט א קנאי נאר א מנוול.
נאכאמאל.
דער ליובאוויטשער שייגעץ ומשיח שקר
דער קלאצענבארגער גלח
דער בעלזער נעאלאג
מעכל לעבאוויטש שבתי צבי
עובדיה יוסף ימ"ש
הרב שטייינמאן פאי
רבי משה פיינשטיין עם הארץ וקל
רבי מנשה קליין . משנה הלכות
רבי יחזקאל ראטה. ווענדעט זיך וועלכע צייט איינמאל א מלאך און איינמאל א גלח
רבי פישל הערשקאוויטש. א סתם לינקער
דער פאפער ויחי יוסף א אפגעריטסענער וושט קראצער א שוטה
דער צעלימער רב מגדלות מרקחים . מאכיל נבילות וטריפות
דער קאשויער רב. מיט א טיפש שרייבט מען נישט אונטער אפילו עשרת הדיברות
דער קירלהאזער. קרית חזיר
דער ערלויער. נישט חתם סופר נישט כתב סופר נישט חשב סופר נאר טעות סופר
דער וויזניצער בעל אמרי חיים . חמו"ר .
רבי מאטעלע וויזניצער. מען דארף שטעלן א פייפער
דער סקווערע רבי הגה"ק זי"ע. מאי קאלהרעש
הרב הגאון אלישיב . א קוקניק
דער סקאליער רבי. סטרא אחרא שדים
דער סאמבאטהעלי. א טמאניק געגאנגן צום טמענעם כותל
דער סאטאנער. א טריפה פיסק מען האט עהם געשיקט שביעי של פסח א טראק ברויט
דער וויינער רבי עזריאל יודא. סתם א פשוטער בעל גאוה.
הרב לאנדעסמאן . א בי"ד חצוף
נאווערדיקער בי"ד . א פאר אפגעריסענע אלטע פערד.
הרב לייטנער א פגום
הרבי מקרית יואל. א קשר בוגדים א סורר ומורה א משכיל.
הרב וואזנער . א פוסח על שתי הסעיפים. רעכטס און לינקס
יאקא דזשאקע
דעם ברך משה. דארף מען מפנה זיין.
נחום האט געדזשאינט דעם קלאב. ער איז שוין אויך צווישן די אלע אפיקורסים און מנוולים
נאר די וואס קלעבן די אומווערידיגע צעטלעך וואך נאך וואך פונקטליך אלע מלבושים פון די פרויען די זענען די קנאים
והוקע אותם.
דער ליובאוויטשער שייגעץ ומשיח שקר - היינט צו טאג איז קיינער נישט מחולק אויף דעם
דער קלאצענבארגער גלח - נישט צופיל ערנסטע מענטשן האבן אים אזוי גערופן, נאר אפאר אפגעריסענע "נחום ראזענבערג'ס"
דער בעלזער נעאלאג - ער האט טאקע גערעדט אויפ'ן חתם סופר, אויפ'ן ויואל משה, און אויך אויפ'ן בית דין הגדול, נו האט מען צוריק גערעדט אויף אים. און היינט האט ער זיי שוין איבערגעבעטן האלב וועגס, און מ'רופט אים שוין טאקע נישט אזוי.
מעכל לעבאוויטש שבתי צבי - יעדער ווייסט אז דאס איז פשוט געווען א משפחה קריג.
עובדיה יוסף ימ"ש - איך האב קיינמאל נישט געהערט איינעם זאגן ימ"ש אויף אים, און אויף קיין שום איד, אויף היטלער זאגט מען דאס (אפילו אויף דיר זאג איך נישט ימ"ש, כ'האף וועסט האבן א תיקון אין נעקסטן גלגול)
הרב שטייינמאן פאי - 10 אזעלכע משוגעים ווי די האבן געמאכט א נער'ישע פראטעסט.
רבי משה פיינשטיין עם הארץ וקל - קיינער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, מ'האט אלעמאל געזאגט אז אונז האב מיר מחלוקה מיט אים בהלכה אבער קיינער האט נישט געזאגט אז ער איז אן עם הארץ.
אלע איבריגע זענען פושט הוילע שטותים וואס אפאר יונגלעך האבן אויפגעמאכט אדער אפאר עקסטרעמע סאטמארער אזוי ווי דיר, וואס האבן געמיינט איז דער וועלט איז זייערס.
חוץ די וועלכע האבן זיך אנגעהויבן מיט סאטמאר א פריוואטן סכסוך, האבן אפאר סאטמאר בהמות געמאכט נעמען אויף זיי.
עכ"פ מ'טאר נישט אזוי רופן רבנים, אויף קיין שום פאל, אפילו ווען ס'איז א סכסוך.
אבער די נחום, האסט א חוצפה צו מאכן עקעלדיגע נעמען אויף יעדן איינציגן גדול בישראל, דער ליסט פון די גדולים פון וועם די האסט חוזק געמאכט און גערופן נעמען איז אסאך סאך סאך גרעסער ווי די האסט געשריבן דא.
די עקעלדיגע שוטה און בעל גאוה, גיי צוריק פון ווי די קומסט (משוגעים הויז) און לאז אונז צו רוה.
יעדע רב אדער רבי אדער ת"ח וואס האלט אנדערש ווי דו, מאכסטו חוזק און ביסט מבזה
I am sorry this is exactly what are Rabbis are doing to each other, don't you agree
קודם כל נישט יעדער שלאגט זיך ארום, רוב רבנים שלאגן זיך נישט ארום. והא ראי' אז אלע האבן זיך פאראייניגט אונטערצושרייבן א קול קורא קעגן דיר.
און אפילו יא פארוואס דארפסטו עס מאכן ערגער איז עס דען נישט גענוג געפערליך אזוי אויך?
און דריטנס, כ'מיין זאלסט אנפאנגן צו שרייבן אין אידיש, עסטו נישט דארפן א גאנצע צייט נאכקוקן די ספעלינג און ספעל טשעק, און וועסט קענען שנעלער ענטפערן.
תוקן על ידי פלונימבפ ב- 09/07/2008 22:06:05