היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » כינוס סאטמאר סיום מסכת גיטין אין מאנטיסעלא

כינוס סאטמאר סיום מסכת גיטין אין מאנטיסעלא

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2439965

האקאבו » 3/7/2008 06:57

דעם זינטאג חקת קומט  פאר  א כינוס סאטמאר במעמד פין טויזנטער יודן אין סאטמארן קאנטרי איחוד
פינעם סיום מסכת   גיטין אין  התחלת מסכת ביצה בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
לויט ווי מען הערט קומט צי פארן א גאסט פין  אייראפא  א גרויסער ראש ישיבה אלץ גאסט רעדענר

פעטרסאן08 » 4/7/2008 02:02

 דער נואם הכבוד איז א גאסט פין מאנטשסטער הרב הגאון ר' גבריאל קנופלער שליט"א
ראש מתיבתא מאנטשסטער

פלעכטעל » 4/7/2008 03:17


הגאון הגדול רבי גבריאל קנופפלער שליט"א ראש ישיבת שערי תורה אין מאנטשעסטער איז פון די גרעסטע ראשי ישיבה אין אייראפע,ער פירט א גאר גרויסע ישיבה פון העכער 250 בחורים

ער איז א חכם מחוכם, הונדערטער אידען אין מאנטשעסטער רעדן זיך דורך מיט אים אין אלע ענינים,

ער איז א גאון אדיר  און א געוואלדיגער רעדנער, און קענענדיג דעם ראש ישיבה שליט"א פערזענדליך, איז מיר א חידוש אז ער האט אהנגענומען די הזמנה צו קומען זיין א נואם הכבוד זייענדיג א גאר שטארק פארנומענער מענטש וואו יעדע מינוט איז אים אויסגערעכנט און סאיז זייער שווער צוציקומען צי אים ספעציעל דורכ'ן טעלעפאון

פלעכטעל » 7/7/2008 23:12


רבינו שליט"א מיט'ן גרויסן ראש ישיבה ביי א באזוך אין מאנטשעסטער פארגאנגענעם ווינטער


[בילד – נישט אפגעהיט]

פלעכטעל » 10/7/2008 01:46

רבי_יונה » 10/7/2008 06:48

דער הערליכער ציבור ביים סיום.
[בילד – נישט אפגעהיט]