היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » אלע נייעס פון סאטמער

אלע נייעס פון סאטמער

41 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2439225

בערקה » 1/7/2008 21:03

דאס איז א אשכול צו אלע נייעס פון סאטמער אין ווילימסבורג און פון קרית יואל.

צדקתך » 1/7/2008 21:13

א הערה וואס איך האב געשיקט פאר בערקה אין אישית, און איך האב דערנאך באשלאסן אז יעדער מעג עס ליינען
פילטס אייך נישט געטראפן אז מען האט געבעטן צו לייגן אלע נייעס פון ליבאביטש אין איין אשכול און נישט פון סאטמאר איר דארפט פארשטיין אז אין סאטמאר איז יעצט הייס די פאליטיק און עס איז יעדן טאג דא פרישע נייעסוואס פארדינט זיך אן עקסטערע אשכול מה שאין כן אין חב"ד איז נישט הייס יעצט די פאליטיק און עס איז נישטא כסדר קיין ספעציעלע נייעס, אדרבה ווען עס וועט אין ליבאביטש פארקומען פאליטיק ווי למשל איבער ראיאטן אין 770 וכדומה וועט מען פאר ליבאביטש אויך מאכן א פרישע אשכול איך האף אז די פארשטייסט

שמלצר » 1/7/2008 21:14

דער שמחת הנישואין פון זלמן לייב'ס סאטמער בילדער http://www.youtube.com/watch?v=YNaTTH5iPGM

שמלצר » 1/7/2008 21:23

צדקתך, איז נישט שייך אויף יעדער ידיעה פון סאטמער אפנען א נייע אשכול איז גענוג איין אשכול פאר אלע פאליטיק פון די ביידע סאטמערס.

בערקה » 1/7/2008 21:58

צדקתך,  כאטש אז אין סאטמער איז יעצט הייס די פאליטיק, פונדעסטועגן איז עס מער גרינג ליינען דער אלע פאליטיק צוזאמען אין איין און איינציקע אשכול, און נישט יעדען פרישע נייעס אין א אנדערע אשכול, ובפרט אז איז עס מער אינטערסאנט דער נייעס פון סאטמער פון דער נייעס פון ליובאויטש.

שמלצר » 1/7/2008 22:32

האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א דינסטאג אין אריזאנא
 די רבי שליט"א (מהר"א) פארט ארויס בעזהי"ת דינסטאג פרשת חקת אויף אריזאנא צי שניידן די ווייץ

בערקה » 2/7/2008 23:37

צדקתך וואס איז געשן מיט דיר,נישטא קיין נאך נייעס פון סאטמער?
דו קענסט שרייבן דא א פרישע ניעס פון דעם פאליטיק אין סאטמער לתועלת פון דעם גולשים!

צדקתך » 2/7/2008 23:50

בערקה,
 וואס נאך טוט זיך...



תוקן על ידי צדקתך ב- 02/07/2008 23:50:47

בערקה » 3/7/2008 00:01

צדקתך!
איך בין נישט קיין סאטמער. אבער ביסטו א סאטמער מסתמא ווייסטו וואס טוט זיך דארט...

צדקתך » 3/7/2008 00:05

גאנץ גיט צוריק געענטפערט

שמלצר » 3/7/2008 14:33

ביטע, ניט שרייבן דא א פאליטיק פון סאטמאר. נאר אגוטע און א היימישע נייעס פון סאטמאר.

שמלצר » 3/7/2008 17:50

איך בעט אז עמעצן  וואס האט א נייע ידיעה פון די זאלונים אדער פון די אהרונים קענסט ער שרייבן דא גלייך. און נישט אפענען א נייע אשכול צוליב יעדען פשוט'ע ידיעה, חוץ פון א ספעציילע ידיעה פון סאטמאר.

שמלצר » 3/7/2008 18:11

ס'לויט זיך נישט גלייבן אין וואס מען שפילט זיך אלץ פאליטיק
ענדליך האט מען אנגעהויבן צי טוען צי דערזאך קעגן די שמוציגע אין ניווילדיגע האטליינס מען גייט צי די רבנים נעמען חתימות
אבער ויבוא גם השטן

צוויי יונגעלייטליך איינער א ישעי' מייזעלס מיט יצחק שטערן בן ר' מאיר האבן אנגעהויבן נעמען חתימות
זיי האבן קלאר געשטעלט אז צי אינזערער דיינים גיין זיי נישט זיי וועלן נעמען נאר א חתימה פינעם וויליאמסבורג רב אבער סגייט שטיין "אב"ד סאטמאר האפפער "

וויל איך פרעגן די יונגעלייט לי יצויר אז מען זאל האבן א מעכטיגע קול קורא פין אלע רבנים דארף מען האבן א ריזין
 סייעתא דישמיא אז מען זאל זיי ארויס טראגן פין ביזנעס 
כבר היה לעולמים מען האט גענימען קול קורא'ס קעגן בעלז, .בני יואל,דער בלאט ,ר' אברהם לייטנער,דער עירוב,  
   דאס מציאות איז סהאט געהאלפן א גרויסן רעטעך די אלע קול קורא'ס, אלעס גייט אן ווייטער

גייט מען בשאט נפש מאכן א פאליטיק פין א אזא סעסעטוויטע אישו, סך הכל די קול קורא וועט ארויס קומען וועט עס זיין א גרויסער אדווערטייזמענט פאר נחום מיט אלטר משה  



 

צדקתך » 3/7/2008 18:25

רבותי שמלצר איז א ליבאביטשער און ער זוכט צו לייגן סאטמארע נייעס אין די אשכול כדי מען זאל נישט מאכן צופיל אשכולות פון סאטמאר ממילא האט ער פשוט געקאפיט פון דער פורום כל העולם כולו עפעס א נייעס כדי יעדער זאל ממשיך זיין דא צו לייגן די סאטמארע נייעס

מר. שמלצר אז די קאפיסט נאך שרייב כאטש פון ווי די קאפיסט

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2439966&forum_id=16386

שמלצר » 3/7/2008 18:38

צדקתך, איך בין א באבוב בכלל.
און בכלל וואס איז דיין גאנצע טענה? דא איז דאך א סאטמארע אשכול, נישט אזוי?

שמלצר » 3/7/2008 18:48

מען שניידט שוין ווייץ אין אריזאנא
עטליכע חשוב'ע רבנים זענען אראפגעפארן קיין אריזאנא שניידן ווייץ אויפ'ן קומענדיגן יו"ט פסח אין שפיץ פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר. 

בינסטמן » 3/7/2008 21:04

שמלצר, דער ידיעה אוף די ווייץ שוין צדקתך געשריבן דאס אין א אשכול.

שמלצר » 3/7/2008 21:16

בינסטמן ריכטיג, אבער איך שוין געזאגט צו צדקתך א פאר מאל אז דער אלע ידיעות פון סאטמאר זאל ליגן דא אין די סאטמאר'ער אשכול!

בערקה » 4/7/2008 15:05

צדקתך, וואס איז דער לעצטע נייעס פון סאטמאר?

שמלצר » 6/7/2008 21:00

אין דעפרידיקע וואך, אור ליום ה' לסדר זאת חקת התורה, האט רבינו שליט"א  (הר"א) אונטערגעשריבן א שארפן בריוו "באיסור ובאזהרה" קעגן די אלע א. ג. האטליינס וואס זענען פיל דברי בוז וקלון קעגן רבנים און פיל מיט ניבול פה ר"ל.

בערקה » 6/7/2008 22:25

שמלצר די ידיעה וועגן דער בריוו איז שוין א אלטע זאך.

בערקה » 7/7/2008 17:37

צדקתך וואס נאך טוט זיך אין סאטמאר?
ניטא קיין נייעס?

שמלצר » 7/7/2008 17:58

[בילד – נישט אפגעהיט]

וייזער » 7/7/2008 21:09

א ממש אמורדיקע זאך

בערקה » 7/7/2008 22:19

וועלעכע סאטמאר דאס?
הרז"ל אדער הר"א?

לאנדסמאן » 7/7/2008 22:29

דאס איז הרז"ל.

שמלצר » 8/7/2008 20:34

דער סאטמאר פון היינט איז נישט אזוי ווי א מאל!

בערקה » 8/7/2008 22:04

צדקתך, ווער האט מער חסידים דער זאלונים אדער ביי די אהרונים?

לאנדסמאן » 8/7/2008 22:18

ווי עס זעט מיר אויס, זענען ביידע גלייך.

ארילייב » 8/7/2008 22:48

וואו זעסטו אז ס'זאל דיר אויסזען ?

לאנדסמאן » 8/7/2008 22:51

דורך בילדער און ווידאוי'ס.

ארילייב » 8/7/2008 22:57

די אלע זאכן קען מען היינט קלעבן און צושטיקלען, איין זאך איז זיכער ביידע ברידער קענען צוזאם שטעלן א שיינעם ציבור

שמלצר » 10/7/2008 23:53

ארונים זאלונים נטורי קרתא
איך וויל צו פארשטיין וואס איז דער אונטרשייד צווישן די דריי סארטן?

לאנדסמאן » 11/7/2008 00:35

קייצית2008 » 11/7/2008 11:19

לאנדעסמאן
צווישן אהרונים און נטורי קר....איז נישטא א גרויסע אינטערשייד

אבער טוה א טובה לייג נישט אריין זאלונים און דיע רשימה.....

_________________

 



תוקן על ידי קייצית2008 ב- 11/07/2008 11:18:45

 



תוקן על ידי קייצית2008 ב- 11/07/2008 11:19:12

לאנדסמאן » 11/7/2008 17:12

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס אייער פראבלעם איז, איך האב גארנישט געשריבן, וועגן די אונטערשייד צווישן נטורי קרתא , און  ארונים אדער זאלונים,   איך האב נאר געברענגט וואס עס שטייט אין די אידישע ''וויקיפדיה''.

קייצית2008 » 11/7/2008 18:11

איך פארשטיי נישט פונקטליך וואס אייער פראבלעם איז, 


נישט אייביג איז א פראבלעם......

_________________

לאנדסמאן » 11/7/2008 18:15

איז פארוואס בעט איר מיר, איך זאל נישט לייגן די זאלונים אין די רשימה?

קייצית2008 » 13/7/2008 09:54

איך האב נישט געוויסט...
אז מ'קען דא נישט מאכן א וויץ........

_________________

לאנדסמאן » 13/7/2008 16:26

אויב אזוי, האב איך נישט פארשטאנען די וויץ,  ביטע זייט מסביר מער קלארער.

ארילייב » 14/7/2008 22:16

דער אשכול איז נישט פאר וויצן נאר פאר נייעס און שמועסערייען,