איך האב גערעדט מיט א פארקאכטע זאלויני האט ער מיט געזאגט איבער די פיקטשערס און ספעציעלע ביילאגע פון כל העולם כולו וואס זיי האבן געשריבן אז זיי גייען ארויסגעבן א עקסטערע ביילאגע מיט פיקטשערס פון די חתונה בבית מהרי"י מסאטמאר און למעשה האבן זיי עס נישט ארויסגעגעבן האט ער מיר פארציילט מעשה שהי' כך הי'.
דער עלטערער ברידער פון מהרי"י ר' ליפא וואס רופט זיך זענטא רב איז יעצט אין שפיטאל איבער עפעס מיחושים און זיין עלטערע ברידער דער סאטמארער רבי מהרי"י איז אים געגאנגן באזוכן אין שפיטאל, דארט אויפן טיש איז צווישן אנגערע געווען א כל העולם כולו פון די חתונה, איז ווען ר' זלמן לייב האט עס געזען מיט די פיטשערס און אלעס האט ער געזאגט פארן ברידער מילא פונעם עולם מאכן זיי בילדער אבער וואס ווילן זיי האבן פון מיר, עס האט אויסגעזען אז ער האלט אז ווען מען מאכט פיקטשערס פון אים וויאזוי ער קלאטשט און וויאזוי ער וויינט און לאכט מאכט מען פשוט ליצנות פון אים,האט אים דער ברידער געזאגט ביז די ביסט געווארן רבי האסטו דיך געקענט באהאלטן אבער יעצט גייט עס מער נישט אזוי.
אבער למעשה אזוי ווי ער האט עס געזען האט ער געהייסן שמואל טייטלבוים זיין גבאי ער זאל אנרופן די מערכת פון כל העולם כולו אז זיי זאלן נישט ארויסגעבן די ביילאגע וואס עס איז געשטאנען דארט אז זיי גייען ארויסגעבן האבן זיי געזאגט אז עס איז שוין גרייט צום דריק און זיי האבן שאדן גרויס געלט האט זיי דער סאטמאר רבי(מהרי"י) געזאגט אז ער צאלט זיי אויס וויפיל זיי האבן שאדן, עס איז אויסגעקומען די סכום פון 11000 עלף טויזנט דאלער ער האט זיי עס טאקע באצאלט און זיי האבן עס טאקע נישט ארויסגעגעבן,
איך ברענג דא די מעשה באריכות ווייל יעדער האט עפעס געשמועסט אז ער האט געגעבן עלף טוזענט דאלער אבער קיינער האט נישט געוויסט קיין פרטים בין איך געגאנגען פרעגן איינער פון די חסידי מהרי"י וואס ער קען זיך אביסל אויס האט ער מיר דאס פארציילט, אדרבה אז איינער ווייסט נאך פרטים קען ער עס שרייבן
הויפט זייט » היימישע נייעס » פרישע נייעס איבער כל העולם כולו
פרישע נייעס איבער כל העולם כולו
16 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2438592
גיט מארגן, ברענגטס נעגל וואסער!!!
וואטש עס זאל זיך נישט אויסגיסן !!!
תוקן על ידי צדקתך ב- 30/06/2008 20:45:21
דאס הייסט א ריכטיגע עניו, מסכים זיין צו געבן עלף טויזנט דאלער, פון די אייגענע טאש, אבי נישט צו האבן קיין פירסום.
כל הבורח מן הכבוד, הכבוד רודף אחריו.
מאך אים נישט פאר אזא עניו, ווייל אויב ער איז טאקע אן עניו וואלט ער נישט געמאכט די חתונה מיטען גאנצען טאראראם און געפירט יעדע נעילת החג טיש און די נייע ביהמ''ד. אדער מיטענעמען טויזענט אידען קיין אנטווערפען ווען ער איז געפארען דארט, וכו'
ער איז נארמאלע מענטש-רבי און ער האט ליב כבוד ווי יעדער רב/רבי האט ליב.
עס איז עפעס שלעכט צו ליב האבען כבוד?
קען זיין ער האט געגעבען די 11 טויזענט דאלאר אז מען זאל רעדען פון אים.
ער איז נארמאלע מענטש-רבי און ער האט ליב כבוד ווי יעדער רב/רבי האט ליב.
עס איז עפעס שלעכט צו ליב האבען כבוד?
קען זיין ער האט געגעבען די 11 טויזענט דאלאר אז מען זאל רעדען פון אים.
איך ווייס נישט, אבער 11 טויזענט דאלאר איז קליין געלט פאר אים? איז ער טאקע אזוי רייך?
א זאלויני האט מיך געזאגט אז זיין רבי האלט בשיטה אז די ענין פון פיקטשערס איז א פראבלעים פאר די חינוך פון די קינדער
פארוואס ווייס איך נישט
תוקן על ידי צדקתך ב- 01/07/2008 2:49:09
אוודאי מען זעט בעלזער רבין לערנען אין זייער רבי'ן פאפן מיט די פוס ארויף אוודאי איז עס א פראבלעם פאר חינוך
גיטע פליק אבער גראדע איז עס געווען אין עולם החרדי די פיקטשער ווי מהרי"י מסאטמאר לערנט אין קעמפ און איז עס געווען גראדע א גיטע פיקטשער, עס האט די סאטמארע חסידים דערמאנט פון זייער אלטן רבי'ן וואס ער פלעגט פעסט לערנעןאויף אזא שטייגער מיט א געשמאקייט אן די הוט אין רעקל וכו'
תוקן על ידי צדקתך ב- 01/07/2008 2:51:14
איז דא איינער וואס האלט אז די מעשה איז איין פראצענט אמת?
עס האט איינער דיך געצווינגען צו גלייבן
פייף דיך אן אין גיי קויף עס אין זאג מיר ווי די האסט עס געטראפן
פייף דיך אן אין גיי קויף עס אין זאג מיר ווי די האסט עס געטראפן
נעריש קינד, ווער זאגט אז מען האט עס בכלל געוואלט ארויסגעבען? אין ווער זאגט אז פארדעם איז עס נישט ארויס געקומען?
עס קוקט מיר אויס ווי א ספעציעלע פאבריקאציע פון די זאליס, נישט וועלענדיג האבן א דורעכפאל מיט זייערע פאברעצירטע בילדער, ווי דער עבר.
עס קוקט מיר אויס ווי א ספעציעלע פאבריקאציע פון די זאליס, נישט וועלענדיג האבן א דורעכפאל מיט זייערע פאברעצירטע בילדער, ווי דער עבר.
גלייב יא גלייב נישט אין פאקט איז געשטאנען אז עס גייט ארויסקומען א עקסטערע ביילאגע און עס איז למעשה נישט ארויסגעקומען אזאך וואס אין די היסטאריע פון כל העולם כולו האט נאכנישט פאסירט,
אבער סתם צו וויסן, אז עס איז דא וואס זאגן אז אזוי ווי זיי ווילן דאך מאכן געלט וועגן דעים ווארטן זיי אז דער אדמו"ר מסאטמאר זאל פארן אין די קאנטרי און דעמאלטס וועלן זיי עס ארויסגעבן אזאך וואס איך האב נישט געהערט פון א קראנטע מקור און עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אבער וועלמיר זעהן וואס עס וועט זיין
קאנפירמט די מעשה איז אמת די זאליס האבן באצלט געלט פארן כל העולם כלו
יעדער קען מאכן, וועל איך מאכן מיין version, די ארונים האבן באצאהלט 50.000 דאלאר אז זיי זאלען עס נישט ארויסגעבן