אי"ה וועט זיין א גרויסע פארברייגען דער קומענדיקע שבת פרשת קורח אין כפר חב"ד, דארטן ער וועט איבער ריידן עניני דא"ח פון דער ליובאוויטשע רבי.
הויפט זייט » היימישע נייעס » דער ליובאוויטשע רבי'ס חוזר האט געקומען קיין ארץ ישראל
דער ליובאוויטשע רבי'ס חוזר האט געקומען קיין ארץ ישראל
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2436444
ווער איז דאס דער חוזר?
דער חוזר הרה"ח הרב יואל כאהן שליט"א
וואס איז זיין שיטה? וואס האלט ער וועגן משיחיזים?
זיין שיטה איז, אז דער משיחיזם זיינען נישט קיין ליובאוויטש בכלל, און ער טיינענט אז א חסיד איז איינער וואס איז מקושר צום רבי'ן און לערנט זיין תורה וכו',און ער פלעגט זאגן, אז מ'דארף גיין אמאל צו אמאל צום ציון הקדוש.
איך וועל דיר מגלה זיין וואס זיין שיטה איז ער האט געזאגט אז אויב טראגט מען ארויס א ארון פון 770 דאן איז דער רבי געווען א נביא שקר ווייל ער האט די אלע משיחיסטישע ענינים אליינס געהערט פון די רבי , נאר לאחר המעשה האט ער געזאגט אז מן הסתמא האט מען נישט ריכטיג פארשטאנען דעם רבי'נס ווערטער...
דער רבי איז נישט געווען קיין נביא, נאר עס איז דא וואס האלטן אז טאמער וואלט געווען די גאולה שלמה אין זיין צייט, וואלט ער געדארפן זיין משיח.
אין הכי נמי דאס האט מען שוין געהערט ביי צדיקים אז מען זאל האלטן אויף זיי אז אויב משיח קומט יעצט דעמאלטס וועט ער זיין משיח ווי עס איז באוויסט מיטן צמח צדיק פון ווישניץ און ווי אויך דער ישמח משה איז מרמז אויף זיך(ר"ת במחנ"ה ואכמ"ל) אבער דאס אז לאחר פטירתו זאל אויך אזוי זיין דאס איז א נייע זאך פון די ליבאביטשע פרויען וד"ל
ווי קומט דא אריין פרויען?
עס קוקט אויס אז די ווייסט נישט אז די עיקר באוועגונג פון משיזים אין ליבאביטש האבן די פרויען אנגעפאנגן פרעג דיך נאך אביסל
ניין, איך קען מיך נישט אויס מיט דעם, אפשר פארציילט אביסעל היסטאריע, לאמיר הערן.
פון וואנעט ווייסטו היסטאריע פון ליובאוויטש צדקתך?
אפשר דו ביסט א ליובאוויטשער?
אפשר דו ביסט א ליובאוויטשער?
ניין פערצופאל בין איך נישט אבער איך האב נישט יעצט קיין צייט פאר לאנגע היסטאריע אי"ה אין א קומענדיגע געלעגנהייט ביזדערווייל ווער עס ווייסט נישט זאל זיך אליין נאכפרעגן
לאנדסמאן תתרגם
וגם מה אמרת שם על המשחיזם
וגם מה אמרת שם על המשחיזם
אמרתי, שיש שסוברים, שאם בזמן של הרבי, המשיח היה צריך לבוא, אז הוא היה צריך להיות המשיח.