אין די יעצטיגע מינוטען הייבן זיך אן הייסע הפגנות אין ירושלים אויף כיכר השבת קעגן די געפלאנטע טריפה'נעם מצעד.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
עס קוקט מיר אויס אז עפעס פאליטאק גייט פאר איבער די הפגנות ווייל אויף די צעטלעך איז געשטאנען אז המקובל האדמו"ר רבי יצחק מאיר מארגענשטערן גייט רעדן ביי די עצרת אבער דערנאך האט יאקאב געמאלדן אויף קב הציבור אז מען האט אנגערופן פון זיין שטוב אז עס איז נישט אמת, עס קען זיין אז גאר יאקאב האט עפעס קעגן די הפגנות און וועגן דעים מאכט ער א מצב אנטקעגן דעים ווער עס ווייסט מער פרטים זאל מעלדן
נ.ב. עס קען זיין אז די עדה האט באשלאסן נישט צו מאכן די יאר ווייל ליידער האט מען כמעט נישט אויפגעטון פאריאר אנדערש ווי ביי אנדערע מערכות וואס עס האט יא אויפגעטון אבער דא האלטן זיי זיך ליידער פעסט צו אריינברענגען די טריפה'נה דעמאקראטיע נגד ה' ותורתו (יא יא זאל זיך נאך איינער אנרעדן אז די מדינה איז געווען א גיטע זאך9
דער וואס מאכן דאס האבן נישט צוטוהן מיט דער מדינה, אבער עס דארף טאקע זיין א הנהגה לפי התורה.
ובא לציון גואל.
יא עס דארף טאקע זיין אן הנהגה על פי התורה בביאת משיח צדקינו, וואס דעמאלטס וועט דער אייבערשטער צוריקגעבן די הנהגה פאר די אידן, דער זעלבער באשעפער וואס האט צוגענומען די מלוכה פון אידן און האט אונז פארשיקט אין גלות דער זעלבער באשעפער וועט עס צוריקגעבן בביאת משיח,
ער ווייסט אויך אז מיר זענען אין גלות און אז ער האט אונז נאכנישט אויסגעלייזט מיינט דאס אז עס איז נאך נישט געקומען די צייט
לאמיר טאקע זען תשובה צו טון וואסדאס איז קלאר אז דורכדעים וועט מען שנעלער ווערן אויסגעלייזט אזוי ווי עס שטייט אין פסוק אם יהי' נדחך וגו' ושבת עד ה' אלקיך וגו'
דער באשעפער האט אונז שוין ברוב חסדיו צוריקגעגעבן דער לאנד, אבער עס איז נאר די אנפאנג, און מען דארף מתפלל זיין אויף די גאולה שלימה בביאת משיח צדקינו.
אז מען האט פון זיך אראפגעווארפן דער גזירת הגלות (יא קענסט חוזק מאכן פון פשוט'ע אידישע זאכן) און מען האט געשריגן און אלע גאסן די כפירה ווערטער גענוג איז גענוג מען איז שוין גענוג לאנג אין גלות און מען דארף זיך שוין אליינס נעמען אין דער הענט רח"ל דאס הייסט נישט אז דער אייבערשטער האט צוריקגעגעבן דאס לאנד, דאס הייסט אז מען האט זיך פראסט פשוט אויף געהויבן אין געזאגט פארן אייבערשטן איך זע אז די לאזט אונז דא צו לאנג וועל איך מוזן אליינס גיין רח"ל
איך האב אסאך וואס צו שרייבן איבער די נושא, אבער איך פארשטיי אז דא איז נישט די פאסיגע מקום צו דיסקוסירן די ענינים.
ריכטיג לאנדסמאן. אבער פודעסטוועגן קענסטו שרייבן דא אביסל פון דער נושא.
מר. בערקה איר קענט גיין שרייבן אין אנדערע פורום'ס השקפה עס הייסט עצור כאן חושבים אבער דא שרייבט מען נאר נייעס נישט קיין השקפה און פערטיג
יא, עסט הייסט דאך היימישע 'נייעס'.
דא איז פאסיג צו שרייבן עניני השקפה:
http://www.bhol.co.il/forum/forum.asp?forum_id=15252