היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » נחום'ס האטליין

נחום'ס האטליין

63 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2434506
בלאט: 1 2

ultrayid » 24/6/2008 05:40

און די לעצטע פאר וואכען איז נחום געווארען מער שארפער ווי אלעמאל און גערעדט מער אפען וועגען די פירצות ביים היימישע עולם, און ווי פארשטייט זיך זענען דא חברה וואס קענען נישט פעסען די פאקט און ווילען איינשטילען נחום ראזענבערג.

למעשה וואס ער רעדט איז ליידער 100% גערעכט,
און אויב ער האט נישט די GUTS צו רעדען, ווער דען וועט?

ליידער איז צוגעקומען צו א מצב אז אסאך רבנים זענען corrupt.

ער איז נישט די ערשטער וואס איז אנטקעגן די גיין 8 וואכען און קאנטרי, בעלז רבי האלט נישט דערפון און זיי האבען טאקע נישט, סקולנער רבי האלט אויך נישט.

וואס איז שלעכט צו גיין2 וואכען אויף וואקאציע אזוי ווי די מאנסי, לעיקוואד און מאנרא יודען טוהן?

וואס האלט די עולם?

צדקתך » 24/6/2008 16:16

ultrayid מיש נישט אויס די פאקטן אפשר (א גרויסער אפשר) רעדט ער צום זאך הגם ער איז זיך 100 מאל סותר און רוב מאל שטימען נישט זיינע מעשיות אבער אפילו יא גערעכט איז די טענה אויף די מנוולדיגע וועג וויאזוי ער ברענגט עס ארויס, מנוולים האבן טאקע נישט קיין פראבלעים מיט אים זיי זענען זיך מחי' אבער דער עולם און דער גאנצער סיסטעם פון חינוך האט א גרויסער פראבלעים מיט אים

סען_סטריט » 24/6/2008 19:00

די וואך האט ער געזאגט אז איטשעלע גליק פון התאחדות האט עם געסטראשעט אז ער גייט עם לייגן אין חרם אויב הערט ער נישט אויף צו רעדן אום איידעלע זאכן!!!

ultrayid » 24/6/2008 19:02

די פראבלעם מיט זומער איז נישט קיין גרויסער אפשר. זאיס ליידער א פאקט. 

נאר מיין פראבלעם איז פארוואס טוט מען נישט עפעס צודערזאך ווי נאר אים צו אטקירען אז ער איז די גרעסטע שקץ אויפן וועלט. 
מען שרייט מנוולית, און מען טוט גארנישט.
אנשטאט צו מאכען אן אסיפה ווי אזוי צו האנדלען מיט די אלע פראבלעמען, מאכט מען אן אסיפה אים אינטערצוברענגען (וואס ער האט מימילא נישט מורא) איך זאג נישט אז אלעס וואס ער רעדט דארף מען קער נעמען, ווייל אסאך זאכען וואס ער זאגט זענען ווייניגער ווי 0.1% ביים היימישע עולם, אבער עס איז דא זאכען וואס ער האט א שטארקע פוינט.

ווי איך ווייס זענען 90 פראצענט פון זיינע מעשיות איז אמת, נאר ער לייגט צו זאלץ און פעפער צו יעדע מעשה.

פלונימבפ » 25/6/2008 01:35

אן אנאליז אויף נחום
 

אן אפשאצונג אויפ'ן אפגעריסענע נחום ראזענבערג

 

לייידער איז דער האט ליין זייער שמוציג, און ס'איז ליידער בעיקר בחורים וואס הערן אים אויס, וואס דאס אליין איז א גרויסע חורבן, מ'עפנט אויף זייער אויגן און מ'זאגט זיי קלאר וואס יונגעלייט טוהן, דאס איז א פראבלעם פאר זיך.

 

און ווער איז ער צו זאגן א מיינוג אין די פראבלעמעם פון כלל ישראל, ס'איז נאך דא אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים ווי אים, וואס ווייסן פונקט אזוי גוט וואס צו טוהן מיט די פראבלעמען.

 

ליידער האלט ער זיך גרעסער פון יעדן תלמיד חכם און ערליכן איד בדורינו, ער האט שוין צאמגערעדט כל דבר אסור אויף יעדן איינציגן גדול בישראל (דאס מעג מען יא?)  ער האלט זיך אזוי גרויס (ער זוכט זיך יעצט תירוצים פארוואס ער האקט אויף רבנים ער זאגט ווייל ער האט זיך געלערנט פון סאטמאר און פון דער איד, דאס איז אלעס פיינע תירוצים זיך צו פארענטפערן פארוואס ער איז עובר אויף צענדליגע איסורי דאורייתא'ס און דרבנן'ס) ווי איז זיין היתר צו רעדן לשון הרע, רכילות, מבזה זיין תלמידי חכמים און זיי בארעדן מיט ליגנטס, שקרים וכזבים, וכו' וכו', איך רעד שוין נישט וואס ער רעדט צאם אויף פריוואטע מענשטן דאס איז דאך א חוצפה שאין כדרגתו, דאס איז גענוג עבירות אים ארייצוווארפן לכבשן האש, אזוי ווי די גמרא זאגט אין ברכות  דף מג עמוד ב' (אונטן) שמעון בן יוחי נוח לו לאדם שיפיל עצמו לתוך כבשן האש ואל ילבין פני חברו ברבים.

 

ער איז דער גרעסטע בעל גאוה וואס די וועלט האט נאר אמאל געזעהן, אן עקעלדיגע מענטש, ער רעדט א גאנצן טאג פון זיך, איך בין געגאנגן, איך בין געקומען, איך האב גערעדט, איך בין געווען, איך האב געוואלט וויסן, איך וויל פרעגן, מ'זאל מיך זאגן, כאילו ער פירט דאס גאנצע יהדות החרדית, יעדע מוז זיך פארענטפערן פאר אים.

 

און די גרעסטע דזשאק פון אלעם איז, אז נישט ער איז געווען, נישט ער איז געקומען, נישט ער האט גערעדט, נישט מ'פרענגט אים, נישט מ'פארענטפערט זיך פאר אים, נישט מ'לאזט אים מעסעדשעס, לא דובים ולא יער, קיינער רעדט נישט מיט אים קיינער קוקט נישט אויף זיין זייט, קיינער לאזט אים נישט קיין מעסעדזשעס, מענשטן שעמען זיך צו שטיין מיט אים אין ווארט. ס'איז אלעס הוילע שטותים והבלים.

 

איך דערמאן מיר ווען ער האט אמאל געזאגט אז אין סקווירא האט מען נישט געפיקסט דער מקוה ווייל ער האט געזאגט מען זאל עס פאררעכטן און כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א האט מורא געהאט מ'וועט זאגן אז ס'איז נישט גוט געווען ביז יצעט.  האב איך זיך ספעציעל נאכגעפרעגט ביי איינער פון די עסקנים און סקווירא וואס איך קען גראדע, ס'איז שקר מעיקרא, מ'האט קיינמאל נישט גערעדט מיט אים קיינער האט אים נישט געפרעגט וועגן די מקוה, ס'איז נאך דא אזעלכע תלמידים חכמים אין סקווירא וואס קענען הלכות מקוה אזוי ווי אים, זיי דארפן אים נישט פרעגן.  און בכלל האלט ער זיך אזוי גרויס כאילו ער איז דער וואס בויט אויף אלע מקואות פאר כלל ישראל, ס'איז הוילע חלומות און פאנטאזיעס, ער האט אפשר געבויבט (געהאלפן בויען) 5 אדער 6 מקואות (און נאך אפאר פאנטאזיע מקואות אין דריטע וועלט לענדער, ווי קיינער קען נישט דערגיין דעם אמת צו ער האט יא געבויט צו נישט). ס'איז דא א שטילע ארגאניזאציע וואס הייסט "מקוה יו. עס. עי" וואס ווערט געפירט דורך הרה"ג ר' יצחק ביסטריצקי שליט"א זיי זענען די וועלכע בויען מקואות זיי האבן שוין געבויט הונדערטער מקואות און די לעצטע פאר יאר.

 

ער האלט זיך אזא בעל גאה, און ער ווארפט אלעמאל אריין גמרא'ס כאילו ער איז א גרויסע תלמיד חכם, מענטשן וואס קענען אים ווייסן אז ער איז א גראבע פראסטע עם הארץ, גרויסע חכמה צו טרעפן גמרא'ס וועגן "שלא תתגנה על בעלה" ער מאכט א סוירטש אויף "מאגר ספרי קודש" (וואס אגב קומט דער סייט נישט ארויף אויב מען האט דשעי נעט, איז דאס א ראי' אז ער איז א שגץ און האט נישט קיין דזשעי נעט).

זיין גאות איז די גרעסטע ראי' אז ער איז א בעל עבירה, אזוי ווי ס'שטייט אין פסוק אז דער בעל עבירה דארף ברענגן "ולקח אזוב" זאגט דארט רש"י אז פארוואס אן "עזוב" ווייל דאס וואס ער האט געטוהן אן עבירה איז ווייל ער איז א בעל גאוה א בעל עבירה איז א בעל גאוה. אלעמאל זאגט ער "דאס איז אויך נאר ווייל נחום ראזענבערג האט געזאגט וכו'" איז דען דא א גרעסערן גאות פון דעם? אן עקעלדיגע בעל גאוה, א שמוציגע בעל עבירה.

 

דאס איז זיכער מיט תורה און מיט'ן באשעפער האט ער גארנישט, ווי ד גמרא זאגט אין מס' סוטה דף ה' אמר רב חסדא ואיתימא מר עוקבא כל אדם שיש בו גסות הרוח אמר הקב"ה אין אני והוא יכולין לדור בעולם שנא' (תהילים קאפיטל ק"א פסוק ה') מלשני בסתר רעהו אותו אצמית גבה עינים ורחב לבב אותו לא אוכל אל תקרי אותו אלא אתו לא אוכל. און שפעטער זאגט די גמרא א"ר אשי כל אדם שיש בו גסות הרוח לסוף נפחת. און אזוי שטייט דאך אין פסוק אין פ' עקב קאפיטל ח' פסוק י"ד, ורם לבבך ושכחת. איז דאס אמאל זיכער אז פאר אידישקייט רעדט ער זיכער נישט, אין פונעם באשעפער שטייט ער גאר ווייט. אין ווי די גמ' זאגט לסוף נפחת, מ'האף מיר בקרוב וועט ער האבן זיין סוף, און מ'וועט אים נאכשרייען אין די גאסן ווי א הונט.

 

נחום טענה'ט אז פאראיאר ווען ער האט גערעדט וועגן זומער האט מען אנגעהויבן צו כאפן אז ער איז גערעכט, א געהעריגע משוגענע.  איך בין זייער נאנט צו איינער פון די גרויסע עסקנים אין בארא פארק, און איך ווייס שוין פון דעם מער ווי צען יאר אז זומער איז דא אסאך מעשה'ס, אבער אלעמאל פלעגט ער מיר זאגן אז די זעלבע יונגעלייט האבן שוין געהאט פראבלעמען אינמיטן יאר אויך, און די יונגעלייט וואס דאס איז יא זייער ערשטע מאל, וואלטן אויך געוואלט עס טוהן אינמיטן יאר, נאר זיי ווארטן אויף זומער ווייל דעמאלס האבן זיין מער טשענסעס און א בעסערע געלעגנהייט, די פראבלעמען גייען שוין אן יארן נישט נאר אין וויליאמסבורג און בארא פארק ווי מ'גייט אין קאנטרי נאר אויך אין מאנסי און אין מאנראו ווי מ'גייט נישט אין קאנטרי, קומט נחום ראזענבערג אין תשס"ח און גייט מתקן זיין דאס גאנצע יהדות החרדית אויף איינמאל, א געהעריגע מטורף, ער רעדט זיך אפילו נישט איין אז דער עולם גייט אים פאלגן און מען גייט פון יעצט אן נישט גיין אין קאנטרי, דער עיקר איז אז ער קען יעצט זיך האלטן גרויס כאילו ער ווייסט מעשה'ס, אויפגעמאכטע מעשה'ס איינס נאכ'ן צווייטן.

 

אויך דער מעשה מיט כ"ק אדמו"ר מבורשטין שליט"א, האב איך זיך נאכגעפרעגט ס'איז הוילע שטותים און ליגנט. איך קען נישט אויסרעכענען אלעס וואס איך ווייס קלאר איז ליגנט מהודו ועד כוש, ביי א צווייטן געלעגנהייט וועל איך משלים זיין.

 

יעצט זאגט ער אז איצא גליק האט אים גערופן אז ער גייט אים הר'גנען, סתם א ליגנער, קיינער האט אים נישט געסטראשעט, נישט איצא נישט קיינער, קיינער רעדט נישט צו אים, חלומות און דמיונות. אויך פון זיינע פרישע פאנטאזיעס איז אז ער האט געפ'לסט עפעס א מקוה, מ'קען מיינען איינער האט אים געפרעגט, ער האט געזאגט, ער האט געפ'סלט. הגה"צ ר' יעקב יצחק ניימאן זצ"ל האט קיינמאל נישט גערעדט צו אים, סתם א שקרן, נישט גערעדט, נישט איבערגעבעטן, שטותים והבלים.

 

דאס איז וואס ער טוט א גאנצן טאג ער זיצט ביים ביטש, און טראכט אויף מעשה'ס מיט נעמען מיט רבנים, מיט פלעצער, כאילו ער איז געווען דארט, ער האט גערעדט צו יענעם, יענער האט אים גערופן, ער איז געווען פונקט אין וואשינגטאן די סי, נארט מיאמי, מעסעטושסעס, אהייא, וכו' וכו' אלעס אין איין וואך.

 

קיין פרוי האט אים נישט גערופן, און זיכער נישט איינער וואס האט געלאזט זאגן איר נאמען, ער לייגט אראפ די ליגנט מיט א גאנצע מעשה, זי איז געשטאנען אינדרויסן און געזעהן, דריי שעה האט עס גענומען, וכו' וכו'. נחום! מ'דארף "נישט" רעדן פון דעם "סובדשעקט", די "ווילסט" רעדן פון דעם "סובדשעקט" ווייל די האסט עס ליב, די האסט ליב שמוץ דו לעבסט אויף פון יעדן מנוול'דיגע מעשה וואס די הערסט זיך אונטער. קלעבסט צו שמוץ, פרייסט דיך בחייכון וביומיכון פון א שמוציגע מעשה, ממש כמים קרים על נפש עיפה, דאס איז דיין חיות, דיין לעבן. ובלשון קדשו "דיס איז וואט מעקס יו העפי". (שטענדיג ווארפט ער אריין ענגלישע ווערטער, פשוט צו ווייזן אז ער'ז עדזשיוקעטיד, למעשה האט ער גאר א שוואכן ענגליש, רוב אין זיין עלטער קענען בעסער).

 

עכ"פ יעצט זאגט ער פאר אונז אז מ'דארף ארויספארן יעדן טאג, נאר ווייל ער קען זיך נישט איינהאלטן איין טאג, זעמיר אונז אלע שולדיג. לדעתי, איז כאטשיק 99% פון יונגעלייט נישט פון די וועלכע טוהן וואס ער איז זיי חושד, (איך זאג חושד, ווייל "אמת'דיגע" זאכן ווייסט ער גארנישט, ס'האט מיר געזאגט דער עסקן וואס כ'האב פריער דערמאנט, אז נחום ווייסט נישט גארנישט, די אלע מעשה'ס וואס ער פארציילט זענען אויפגעטראכטע, די "אמת'ע" מעשה'ס" ווייסן נאר די "אמת'ע עסקנים" און די "אמת'ע רבנים", ב"ה אז דערווייל קיינער אינפארמירט נישט דער גרויסע הייליגע רשכבה"ג נחום ראזענבערג), ליידער איז טאקע דא אסאך מעשה'ס מיט ינוגעלייט, אבער נישט ווי ער מאכט עס, א נארמאלע יונערמאן קען אויסהאלטן 4 טעג, מאנטאג, דינסטאג, מיטוואך און דאנערשטאג, נאר ווייל ער קען נישט איז קיינער נישט שולדיג. און לכבוד דעם עפנט ער אויף די אויגן פון אנדערע ינוגעלייט.

 

און נאכמער ער אליין איז מעיד אז ער פארט ארום די גאנצע וועלט, ליידער קומט ער דארט אן אויף פלעצער ווי ס'דרייען זיך נישט קיין אידן וכו', און ער זיצט דארט אפ וואכן און חדשים, ווי איך האב געהערט פארט ער אן זיין ווייב.

 

אויך ווייס איך נישט פונקטליך וואס ער טוט דארט אין נארט מיאמי ביטש, ביי די נעקסטע האט ליין רעדע, גייט ער שוין האבן א פלאץ און א נאמען פון א רב, און זאגן אז ער בויעט פאר אים א מקוה.

 

דאס קומט מיר אלעמאל צו לאכן, ווי למשל ווען ער האט אנגעהויבן פאריגע וואך זיין דרשה, האט ער געדארפט פאר גאר וויכטיג זאגן אז ער האט איבערגעדרייט די יוצרות, פון סייד עי, צו סייד בי, הו קערס, וועם אינטרעסירט עס, צו ער האט געמאכט קודם סייד בי און נאכדעם סייד עי, צו קודם סייד עי און נאכדעם סייד בי, ער טוט עס פשוט צו מאכן לענגער די טעיפ, מ'זאל זאגן אז נחום רעד צוויי שעה, דריי שעה, פיר שעה.

 

ווער רעדט נאך פון די משלים וואס ער מאכט, יעדע רעדע איז אויך אנגעפילט מיט משלים, ער וויל ווייזן וואס פאר א גרויסע ידען ער איז אויך אין וועלטליכע ענינים, זיינע משלים האבן קיינמאל נישט קיין שייכות מיט וואס ער וויל זאגן, נישט לאנג צוריק האט ער גערעדט פון אבאמא און געמאכט א משל לויט דעם, ס'האט נישט געהאט קיין הענט און קיין פיס. יעצט רעדט ער פון סטאלין עפעס האט ער אויסגעקראצט פון "וויקיפידיע", ס'האט נישט קיין שום שייכות מיט איצא גליק, כרחוק מזרח ממערב, ס'קלעבט ניטאמאל. א צודרייט אינגל, ער רעדט אפילו נישט ווי א רעדנער, ער רעדט ווי א וואוסטע אויפגערעגטע בער.

 

בקיצור: א משוגען קינד  מיט א רוסישן קוטשמע אן קיין ציצית, וואס האט נישט געהאט קיין שום חינוך אינדערהיים, אן אומצופרידענע פארשוין, וואס האט נישט וואס צו טוהן מיט זיין ליידיגע צייט נאר אונז משוגע צו מאכן.

 

יעצט אן אנאליז אויף זיין כאראקטער: ס'זעהט מיר אויס אז ער באקומט נישט קיין עטענטשן אינדערהיים אויך פון זיינע עלטערן האט ער באקומען ווייניג עטענטשן, דערפאר וויל ער עס יעצט האבן פון אונז. מ'דארף אים שיקן צו א גרויסן דאקטאר. זיין "סעלף עסטים" איז זייער זייער נידריג, פאר דעם האלט ער אין איין אראפקלאפן יעדן איינעם כדי זיך אויפצוהייבן, דאס איז גאנץ א פשוט'ע זאך, וואס אלע דאקטוירים אין די פיסיכילאגישע וועלט ווייסן אז ווען איינער קלאפט אראפ אסאך אנדערע מענטשן מיינט דאס אז ער האט גאר א שוואכע "סעלף עסטים" און כדי זיך אויפצוהייבן זאגט ער אז יעדער איז נישט גוט. אפילו לפנים זעהט ער אויס ווי ער האלט זיך זייער גרויס, אבער באמת אין הארץ איז ער שרעקליך אומצופרידן פון זיך. און ער ווייסט דאס, דערפאר האט ער געעפנט א האט-ליין זיך צו הייבן אין די אויגן פון מענשטן, און ער זאל אויך פילן ביי זיך אז ער איז א יש, ער האלט דרשות, יעדע רעדט פון אים, מ'איז ביזי מיט נחום ראזענבערג. (הי העז ביג ביג פראבלעמס, ענד נידס עי דאקטער רייט אוועי).

צדקתך » 25/6/2008 20:15

איר זענט גערעכט מיט רוב פונקטן איך וויל נאר טאקע צולייגן איבער זיינע לגיונות, עס איז פלעין זיס אסאך מאל צו הערן ווי ער זאגט  בזה"ל "איך בין "אליינס" געגאנגן רעדן  צו אים" און ער לייגט צו "דורך א שליח", הא הא הא
דאס איז נאר א פיצילע דוגמא אבער עס איז דא פיל גרעסערס פון דעים ווי למשל ער זאגט כסדר איך בין out of toun (אגב אן זיין ווייב) פאר צוויי וואכן ווען אין די זעלבע צייט זעהט מען אים זיך דרייען אויף לי עוועניו און טרינקט פון זיין באטל וואסער (ער זאגט אז עס איז וואסער אבער יודעי דבר זאגן אז עס איז מער מסתבר אז עס איז ברוינפן)

ultrayid » 26/6/2008 18:40

און די המודיע ביי די 3טע סעקשאן האבען א אינטערווי מיט קאסובער רבי וואס איז זייער שטארק אנטגעקען דאס גיין און קאנטרי פאר 8 וואכען אן די מענער.

אינטערסאנטע זאך וואס ער זאגט דארט אז ער האלט פון גלאובעל ווארמעניג...
ווייל פאר 40 יאר צורוק האט מען נישט געניצט אזויפיל עיר-קאנדישאן ווי מען ניצט היינט

צדקתך » 26/6/2008 18:57

רבותי וואטשט וואס עטס שרייבט ווייל נחום דרייט זיך דא אויף די נעט ער האט עטליכע ניקס איינס איז "מי מי מי" און נאך ("עבד עברי" ניק איז נאר זיינס א שליח)

דער וואס איז מכלומפרשט עוסק בטהרתן של יששראל האלט אין איין רעדן אויף זיין האטליין וועגן די אינטערנעט, ער זאגט כסדר אז דעיס קען מען זען דארט און דעיס קען מען זען דא וכו', ממילא מעגט עטס מיר גלייבן אז ער דרייט זיך טאקע דא אויף די פורום

תוקן על ידי צדקתך ב- 26/06/2008 18:58:31

ultrayid » 26/6/2008 19:27

די גרעסדע דשאוק...

[בילד – נישט אפגעהיט]

צדקתך » 26/6/2008 20:30

שרייב פון ווי עס קומט עס קומט פון כל העולם(ארוינים)כולו

שטענדיג_דא » 26/6/2008 20:42

פאקטיש רעדט ער צום זאך און ער טוט אסאך אויף .
אגב קיינער קען אים נישט אפ פרעגן...

נ.ב. די רבנים טוען גארנישט וועגן די אלע פירצות . אזוי ווי ר' נחום האט געזאגט אז די רבנים האלטן גארנישט ביים טוען ווייל זיי לעבן א גאנץ יאהר פונעם פארדינגען די באנגעלאז פאר די פרויען וד"ל...

ר' נחום חזק ואמץ!!!
אונז זענען מיר אלע מיט דיר!!!

צדקתך » 26/6/2008 20:55

פאקטיש רעדט ער צום זאך און ער טוט אסאך אויף .
אגב קיינער קען אים נישט אפ פרעגן...

שטענדיג דא איך מיין אז די זאלסט דיך גיין קויפן אביסל iq עס איז זייער נייטיג פאר דיר ,אויב די קענסט טאקע נישט אפפרעגן זיינע מעשוגענע מעשיות, וואס דער "אמת" שפראצט ארויס דערפון


חוץ די גאווערנער פון מיסיסיפי און עטליכע סטעיט סענאטארן וואס הערן אים אויס (אזוי האט ער אליינס כמה פעמים געזאגט) גלייבט אים טאקע יעדער מיט יעדע איינצוגע ווארט וואס ער זאגט....

צדקתך » 26/6/2008 23:46

באקומען היינט אין אימעיל
Fwd:Att. All !!! Campaign against Nuchem Rosenberg: if you see him, scream shigatz, rushe, mnivel & spit on him; dont daven in 1 minyan with
איך מיין אז עס שטימט מיט נחום וואס ער זאגט דאך אז ווען מען זעט א מנוול זאל מען שרייען שייגעץ

צדקתך » 27/6/2008 16:29



תוקן על ידי צדקתך ב- 27/06/2008 16:31:08

צדקתך » 29/6/2008 11:05

וואב האלט דער עולם אז מען זאל שוין טוישן subjact???

y123y123 » 29/6/2008 21:14

I think we should all stop with this nonsense and Let's get to the real problem.

1. In a regular household where the mother or father are home and they are supervising their kids you do not need a telephone filter, the problem is when the mother is never home, and there is no one to supervise their kids from calling such numbers besides a cleaning lady, and when you leave a 10 year old with a cleaning lady, you are exposing much more risk to the child as hotlines, I hope I do not have to be more specific.

2. Before we are going to resolve hotlines there is something more important to resolve, and that's to make sure that every boy or girl is accepted in school, we are talking about small kids not being accepted in are school system leaving them exposed to the worst, why don't we see any rabbis do something about those innocent children, we all know that the their lives are being destroyed, if our leaders don't know how to resolve those problems than we need new leaders capable of resolving one of the most complicated issues we have in our Orthodox community.

I have nothing against anybody, everyone has a job, and are community leaders job is to make sure that every child should have a chance to be raised as a Orthodox Jew, and by not accepting them in any of our schools the opposite is being done.

צדקתך » 29/6/2008 21:59

איר מישט צאם הודו מיט כוש איך וועל דיר עס בל"נ בקרוב מבאר זיין

שסופסקים » 30/6/2008 20:38

דער Y123Y123 איז לכעורה דער בעל דבר אליין, קוקט אביסל די סטעיטמענטס, אין הערט דעם בעל דברס סטעיטמענטס 

motti2020 » 30/6/2008 21:48

קיינער רופט נישט נחום ראזענבערג ר' נחום חוץ פון דעם בעל דמיון אליין וואס חלומט אז מיליאנען מענטשען קלינגען אים יעדן טאג אין רופען אים ר' נחום.


צדקתך » 30/6/2008 21:56

און חוץ עטליכע סטעיט סענאטארן און דער גאווערנער פון מיסיסיפי (אדער עפעס אן אנדערע סטעיט) וואס ווי נחום זאגט פארשטייען זיי אידיש און זיי הערן אים פעסט אויס,הא הא הא

בערקה » 30/6/2008 22:03

צדקתך, לאמיר הערן בקיצר די גאנצע שקו"ט דא, איך האב נישט קיין כח ליינען דער גאנצע אריכות פון די אשכול.

צדקתך » 30/6/2008 22:16

איך וואלט דיך געצה'ט יא דורכצו טון די גאנצע עסק כדי צו פארשטיין אז נישט קוק דא ביי די פורום וואס רעדט פון איםhttp://www.bhol.co.il/forum/forum.asp?forum_id=7957 בקיצור המעשה איז אבער אז עס איז דא איינער ער הייסט נחום ראזענבערג ער האט א האטליין און ער רעדט דארט אויף אלע רבנים און בעיקר רעדט ער יעדע צווייטע ווארט שטיקער שמוץ נוולות און עס גייט פאר א מערכה קעגן אים אבער דערווייל מיט ווייניג דערפאלג

צדקתך » 2/7/2008 23:50

גענומען פון פורום כל העולם כולו וואס איינער שרייבט דארט זיין הערה נאכ'ן הערן נחום צום ערשטן מאל

כ'האב היינט געהערט דעם משוגענעם צום ערשטן מאל וועלנדיג זען במה הכתוב מדבר. וואס זאל איך ענק זאגן? דער איד איז א חולה מסוכן, איך זאג ענק. כ'האב שוין אזא משוגענעם נישט געהערט פאר לאנגע יארן.

און דאס איז שוין חוץ זיין נארישע עם הארצות אפילו אין וועלטליכע ענינים וואס פלונימבפ האט שוין געברענגט, וואס ווייזט אז ער הייבט אפילו נישט אן צו וויסן וואס ער רעדט. עס האנדלט זיך פון א מענטש וואס איז א פשוט'ער מנובל, א חזיר אדער ווי מען זאגט אין ענגליש פּערווערט, איינער וואס האט גאר קראנקע תאוות און ער גיט זיך אויס אויף גאר קראנקע וועגן. אין אונזער פאל, דורך מכשיל זיין הונדערטער בחור'לעך און יונגלעך. דאס גיט אים "ריליף" און מאכט אים שפירן גוט.

די פראבלעם איז נישט מיט אונז יונגעלייט און בעלי בתים, ווייל קיין שום נארמאלער מענטש הערט אים נישט אויס. די פראבלעם איז דווקא מיט די יונגלעך און בחורלעך וואס זיי הערן אים יא אויס. ווער ווייסט וויפיל נשמות דער קראנקער מענטש האט שוין חרוב געמאכט.

לאמיך נאר צוגעבן צו פלוני מיט'ן שרייבן פון וואספארא ליידיגן אומוויסנדן קאפ ס'רעדט זיך. ממש א שטאקיגן עם הארץ.

ער זאגט דארט אז דער מעיאר פון ניו ארלינס און גאווערנאר פון לואיזיאנא האבן פארלוירן די עלעקשאנס צוליב דעם צונאמי... און אויף דעם בויט ער א גאנצע מעשה פתום ורעמסס, וויאזוי זיי האבן זיך פרובירט צו פארענטפערן אבער ס'איז זיי נישט געגאנגען. יעדער איינער וואס קען אבער אביסל פאליטיק ווייסט אז דער מעיאר פון ניו ארלינס האט יא געוואונען ווידערערוויילונג און דער גאווערנאר פון לואיזיאנא איז ניטאמאל געלאפן פאר נאך א טערמין אז ער זאל קענען פארלירן, און פון די אנדערע זייט האט זשוליאני צו וועמען ער פארגלייכט זיך גאר פארלוירן זייער מיאוס. (וואס דא לייגט ער צו זיין עם הארצות אז זשוליאני איז געלאפן קעגן אן אשה און אן עבד...)

ער מישט אויס צווישן קאטש און זשוליאני, און איז נישט זיכער ווען די טווין טאוערס זענען "אומגעברענגט" געווארן, אין 991' אדער אין 01' ,און אויך ווייסט ער נישט וועלכער מעיאר ס'האט קעיר גענומען דערפון.

די גרעסטע דזשאוק איז נאך דאס וואס ער זאגט אז די דראג דילערס האבן שוין ארויסגעגעבן א "קאנטראקט" אויף אים (דאס מיינט אז זיי האבן געדינגען איינעם אים אפצורוימען פון וועג) ווייל זייט ער האט אויפגעדעקט אז 30 פראצענט בחורים זענען דראג באנוצערס מאכן זיי מער נישט געלט. כא כא כא. און איינער וואונדערט זיך נאך אפילו צי זיינע מעשיות זענען אמת?  מען האט דא צו טאן מיט א ווילדן משוגענעם, ממש א קראנקער בעל דמיון פון עקסטרעמסטן סארט.

אן אנדערע צודרייטע ליגנט וואס האט מיך געמאכט לאכן איז דאס וואס ער האט געזאגט אז א סייקאלעדזשיסט האט אים געזאגט אז איינער פון זיבן היימישע קינדער ווערן מאלעסטעד און ס'מוז זיין אז יענער סייקאלעדזשיסט זאגט אים אמת ווייל אויב זאגט ער ליגנט גייט ער פארלירן זיין לייסענס,ווייל דאס איז די געזעץ אז א סייקאלעדזשיסט וואס זאגט ליגנט פאר א מענטש פארלירט זיין לייסענס. איך זאג ענק, א גרעסערער משוגענעם ווי דעם מענטש האב איך נאכנישט געזען.

פוטופוטו » 3/7/2008 01:21

does antbody know who is pfeifeir that has a hotline against nuchem

לאנדסמאן » 3/7/2008 18:00

דא קען מען זען א קול קורא פון רבנים

צדקתך » 4/7/2008 03:49

[בילד – נישט אפגעהיט]

שמלצר » 4/7/2008 15:14

צדקתך פארוואס בריינגסטו דער זעלבע ידיעה צוויי מאל?

בערקה » 4/7/2008 15:18

צדקתך דו קענסט מיר מסביר זיין וואס איז דער קשר צו רב המקואות?

צדקתך » 4/7/2008 22:21

דער נחם ראזענבערג רופט זיך רב המקוואות ער טענהט אז יעדע מקוה אין דער וועלט איז פסול חוץ א מקוה וואס ער בויט (וואס דאס האט נאך כמעט נישט פאסירט אז ער זאל בויען א מקוה מרישא ועד סיפא ווייל איבעראל האט ער זיך אינמיטן צוקריגט ווען ער האט פארדרייט א קאפ מיט זיינע משוגעתן)
און חוץ מזה האט ער א האטליין וואס ער האט אפיציעל געשטעלט פאר מקוואות אבער למעשה איז עס געבויט פאר שמוץ  מיט נוולות מיט א לבוש פון תיקונים קעגן נוולות וואס ער איז שטענדיג מוחה קעגן דעים כדי צו פארדעקן זיינע אייגענע שמוץ וד"ל
 איך האף אז יעצט פארשטייסטו שוין

צדקתך » 7/7/2008 17:47

ארזוני » 9/7/2008 06:23

איך האב באקומען אין אי מעיל די לינק

http://www.cafepress.com/na_nach_nachum

צדקתך » 16/7/2008 21:04

ווער עס קען זאל ביטע ברענגן א בילד פון נחום כדי דער עולם וואס קען אים נישט זאל קענען זעהן פון וועמען מען רעדט, בעסער איז אויב מען קען ברענגן א בילד ווי ער וואקט אויף לי עוועניו מיט א אייס פאפ (אויב האט מען נישט קיין בילד דערפון קען מען עני דעי כאפן א בילד דערפון איך וואלט עס געטון נאר איך בין יעצט אין די קאנטרי)

findodort » 17/7/2008 19:22


[quote]ביי אונז יראים ושלמים איז שוין די זאך געשלאסן, רבנים האבן ג'אסרט צי הערן נחום, מיר וועלן ח"ו אים נישט אויסהערן [/quote]

1. טאקע, פונקט ווי מיר פאלגן די רבנים און באנוצן זיך נישט מיטן אינטערנעט.


2. ווער ס'רעדט זיך איין אז קינדער היינט ווייסן גארנישט לעבט אין דמיונות. נחום איז אפשר נישט דער וואס דארף דאס טוהן אבער ס'איז כדאי פאר יעדע טאטע צו רעדן מיט זיין קינד זיך אפצוהיטן פון טשיילד מאלעסטערס. ס'איז א סוד פאר גאנץ בראד אז ביי אונז דרייען זיך אזעליכע קראנקע מענטשען וואס לאקערען נאך קינדער. אין כמעט יעדער ביהמ"ד זענען דא אפאר פון די קראנקע און ביז היינט האט קיינער זיך נישט געוואלט שמוציג מאכן און עפעס טוהן דערוועגן. נחום האט "עדזוקעיטעד" דעם עולם און האפנטליך וועלן "אנשי ציבור" זיך נעמען ערענסט צום אישו.


3. נחום איז טאקע גוט משוגע און עס זענען דא ערליכע אידן וועם ער באוואשט פאר פערזענליכע סיבות און איך בין נישט איינשטימיג מיט אלע זיינע בויך וויי. די אמתע ערליכע אידן ווערן נישט געטראפן פון איהם עניוועי.די בלאפער רבנים זענען ליידער טיעף באנקראט און נחום טוט אונז אלע א סערוויס אז האפענטליך וועלן די אלע פעיקערס טרעפן אנדערע דזאבס און אויפהערן צו פארדרייען דעם עולם דער גאנצער מושג פון א היינטיגער רב/רעבע  איז א נייע זאך. א רב איז קיינמאל נישט געווען א בעיבי סיטער, פארטיי פירער, CEO, שאוי שפילער, אויבן אהן אנפילער. ס'איז ליידער א JOKE אבער ס'איז יענץ געלעכטער. מיר זענען חוזק אויב מיר לאזן זיך פירן פון אלעליכע clowns.

איך טרייסט זיך מיט דעם אז די סמנים פון עיקבתא דמשיחא זעהט מען שוין זייער קלאר.



גענימען פין כל העולם

ultrayid » 18/7/2008 05:22

קוק וואס איינער שרייבט:

נשלח ב-18/7/2008 03:29  

טאקע הערליכע ארטיקלען, איך האב געהאלטען אינמיטען דיילען די האטליין, און אזוי ווי איך האב געזעהן די ארטיקל אין דער איד, האב איך גלייך אראפגעלייגט דעם טעלעפאן, און איך בין זיכער נאך טויזענטער האבן אזוי געטוען 

איך האב אויך בשעת מעשה פשוט פארגעסען ווי אזוי דער איד האט געשריבען ביז היינט אויף רבנים אדמורי"ם "בן סורר ומורה" וכדומה

------------------------------------------------------------------------------------------
איך האב נישט געוויסט אז מען ליינט א צייטונג און מען דיילט דעם טעלפאן  בשעת משעה...

H_news » 20/7/2008 22:13

[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט] 
[בילד – נישט אפגעהיט]

דורך: נחום_מנובל ב- 20/07/2008 21:49:36
-----------------------------


צדקתך » 3/8/2008 08:50

די וואך האב איך אים געהערט פאר א מינוט, האט ער פארציילט עפעס א מעשה איבער א מענטש וואס האט געהארגעט א גלח אבער ער איז ארויס פריי ווייל אין אמעריקע מעג מען הארגענען פאר "סעלף ריווענדזש". דער מענטש איז אבער געגאנגען זיצן פאר א יאר זאגט ער, ווייל אין אמעריקע זענען גאנס אומלעגאל.

נחום, האסט אינגאנצן פארגעסן פון די סעקנד אמענדמענט פון די קאנסטיטאשן וואס ערלובט פאר יעדן אמעריקאנער צו קויפן גאנס? אבער וואס רעד איך בכלל צו דיר, דו ווייסט דאך ניטאמאל וואס סעקנד אמענדמענט מיינט. און איבער דיין "סעלף ריווענדזש" באבע מעשה? נישטא אזא זאך אין קיין שום דעמאקראטישן לאנד.

אויב וואונדערט זיך דער עולם פארוואס ער רעדט פון הלכות מקוואות זאל מען אויסהערן ווען ער רעדט פון אנדערע זאכן וועט מען פארשטיין. ער רעדט פון מקוואות ווייל ער ווייסט אז דאס קען קיינער נישט. ער האקט צוזאם טערמינן איבער הלכות מקואות ווייל ער ווייסט אז רוב עולם קען נישט קיין הלכות מקוואות און דעריבער קען מען אים נישט טשאלענדזשען. ווען עס מאכט זיך אבער אמאל און ער מוז רעדן פון מילי דעלמא שטעלט זיך ארויס פאר יעדן איינעם אז ער איז אן איגנארענט מענטש, דאס הייסט א פוסטער עם הארץ און א ליידיגער קאפ

גענומען פון האקאביס ארכיוון

ליידיגעקאפ » 3/8/2008 19:17

די הונט בילט און דע באן פארט וואאטער

ultrayid » 4/8/2008 06:34

יעצט האט דוב הייקינד גענומען די זאך און די האנט, און ווי עס קוקט אויס גייט ווערען ארדענוג.

זעהט זיך אויס אז נחום רעדט נישט סתם און די וועלט אריין, ווי יעדער זאגט

צדקתך » 4/8/2008 23:08

מעשוגענער איינער האט דען אמאל געזאגט אז זענען נישט דא געוויסע מלמדים וואס טויגן נישט, אוודאי מאכט זיך אזעלכע זאכן מען האט זיך נאר געקריגט אויף די שמוציגע וועג וויאזוי ער לייגט אראפ די ערגסטע שמוץ אויסגעלייגט בפרטי פרטים וואס די עוולה קען ער נישט פארענטפערן מיט דעם אז סוף כל סוף ליגט און זיין רעדן עפעס תוכן (פון איינס פון 10 אישאס איז אפשר איינס האלב אמת בבחינת א נאר זאגט אויך אמאל א גיט ווארט)
דוב הייקינד רעדט אבסולאוט נישט אויף דער גאנג וואס נחום  ענדשויט צו רעדן- אויף די חשבון פון חינוך- ער רעדט ווי אנערמאלער מענטש אהן מסביר זיין ברחל בתך הקטנה וויאזוי מען טוט שמוץ און פונקטליך וויאזוי מען קומט צו דערצו, ער רעדט פשוט ווי אנערמאלע מענטש אז עס איז דא פראבלעמען וואס מען טוט נישט געהעריג עס צו סאלוון
און ער האט אויך נישט ארויפגעלייגט א שמוציגער נאס ליילעך אויף 70% פון אונזערע מלמדים אז זיי טויגן נישט, נחום האט יא אזוי געזאגט, ער האט נאכגעזאגט פון א געוויסע סקייעטריסט (גיי גלייב) אז פון א כתה פון 20 קינדער זענען 6 צו 7 קינדער געטשעפעט דורך די מלמד,
אונז זעמיר נישט היינט געבוירן אוינז האמיר אויך געלערנט אין חדר און  קיינער ווייסט נישט צו פארציילן אין די מאסן פון אזעלכע נידריגע מעשיות אויף אזא פארנעם, יא עס מאכט זיך אבער נישט אזוי ווי נחום דער מנוול חלומט אריין 
און צוריק אז די עיקר פראבלעים איז דער וועג וויאזוי ער לייגט אראפ אזעלכע נידריגע זאכן אויף אז מיאוסן פארנעם מיט אדרעסן און מהלכים וד"ל וואס דוב הייקינד רעדט בכלל נישט אויף אזא שטייגער 

findodort » 4/8/2008 23:36

ער האט נאכגעזאגט פון א געוויסע סקייעטריסט (גיי גלייב) אז פון א כתה פון 20 קינדער זענען 6 צו 7 קינדער געטשעפעט דורך די מלמד

"דארך די מלמד" האט צדקתך ציגעלייגט.


תוקן על ידי findodort ב- 04/08/2008 23:36:09

שסופסקים » 5/8/2008 00:10

איך ווייס נישט וואס דו האסט מיט נחום, אבער יעדער איינער וועס ליסענט צו נחום ראזענבערגס האטליין האט געהערט ווי נחום זאגט דורעך די מלמדים, גיי האק א קאפ א צווייטן

ultrayid » 5/8/2008 03:37

ווען נישט נחום וואלט דוב הייקינד זיך קיינמאל נישט אריינגעלייגט און די נושא,
רוב רובא האלטען אז ער איז גערכט מיט כמעט אלעס וואס ער זאגט, נאר ער איז מגזם יעדע זאך,

דאס ווי די זאגטס אז ער איז א מנוובל ווייל ער איז מסביר בפרטיות, איז פשוט, ווען ער האט געזאגט ברמוזא איז יעדער געשלאפען. ווען ער האט אנגעפאנגען צו רעדען מער פרטיות דעלמאטס איז ער געווארען זייער גרויס, מען האט געמאכט קול קורא'ס אויף אים, ער איז געווארען א זאך!
און די רעזאלטס איז טאקע געקומען וואס ער האט געוואלט .

צדקתך » 5/8/2008 07:51

אלטרעיד לאמיר זיך איינרעדן אז ער האט אויפגעטון קומט דאס נאכנישט צו צו דאס וואס ער האט פארדארבן, און גארנישט פארענטפערט עס נישט, ער וועט פארבלייבן אין די היסטאריע אלס איינער וואס האט אריינגערענגט אפיציעל די  שמוציגער שפראך ביים היימישן עולם און "עדזשיקעטעד" דעם עולם פונקטליך וויאזוי מען טוט שמוץ און אלעס ארום און ארום מיט די אדרעסן, היינט צוטאגס א בחור וואס הערט זיין האטליין דארף שוין נישט גיין צום לאנדסבערגער רב וד"ל  אלע קינדער ווייסן אלע זאכן וואס זיי וואלטן נישט געטארט וויסן און אונזערע בחורים דארפן נאך אים ליידער  אויסהערן כדי מען זאל האבן שפעטער וואס איבער צו שמועסן מיט שלעכטע חברים וד"ל. 
אויב קענסטו אים פארענטפערן איז אדער האסטו אים נישט גענוג געהערט אדער גייט דיך סתם אזוי נישט אהן קיין אידישקייט צו סאך, ווייל צו קענען פארענטפערן זיינע גראבע שטיקער ניבול ווייל עס ליגט אין דעם א תועלת איז בכלל נישט קיין גערעדאכטס,
 א חוץ המעשה וואס ווער עס האט אים שוין אסאך געהערט ווייסט אז רוב פון זיינע מעשיות זענען פשוט דמיונות שאין כדוגמתו, יעדער קאלט אים מען לאזט אים פון לאנדאן הונדערטער מעסעדזשעס אים מחזק צו זיין און מען קאלט אים פון דא און פון דארט אלעס קאלט נחום ווי נאר איינער טוט אן עבירה די נעקסטע צופרי קאלט ער גלייך אהן נחוש.... מען האט מיך היינט אנגערופן פון ... רבי'ס הויז וכו' וכו' (איך האב נישט קיין געדולד צו שרייבן זיינע חלומות אבער מען רעדט שוין אסאך דערפון דא אויף הייד פארק ) מען דארף זיין א פשוטער מעשוגענער צו גלייבן אלע זיינע דמיונות





דא איז א פיקטשער פון דער וואנזיניגער

ם [בילד – נישט אפגעהיט]

תוקן על ידי צדקתך ב- 05/08/2008 7:52:39

 



תוקן על ידי צדקתך ב- 05/08/2008 7:52:55

tatenyu » 5/8/2008 09:19

און מכתב מאליהו שטייט אז ניבול פה וואס א מענטש האלט און איין רעדן פון דעם דאס קומט ווייל בעצם האט ער דאס געוואלט טוהן אבער ער האט נישט די מעגליכקייט, דעריבער רעדט ער פון דעם  אז יענער און יענער האט אזוי און אזוי געטוהן השם ירחם געוואלד ווי די וועלט האלט, אבער בעצם אינעווייניג ליגט אין קאפ פונקט די פארקערטע וד"ל

tatenyu » 5/8/2008 09:21

און מכתב מאליהו שטייט אז ניבול פה וואס א מענטש האלט און איין רעדן פון דעם דאס קומט ווייל בעצם האט ער דאס געוואלט טוהן אבער ער האט נישט די מעגליכקייט, דעריבער רעדט ער פון דעם  "אז יענער און יענער האט אזוי און אזוי געטוהן, השם ירחם געוואלד, ווי די וועלט האלט", אבער בעצם אינעווייניג ליגט אין קאפ פונקט די פארקערטע וד"ל

שסופסקים » 5/8/2008 20:21

איינער וואס נעמט זיך אן פאר דעם משוגענעם אין ער איז מיט אלעמען, מיז זיין אז ער קען אים נישט, ווייל ווער עס קען אים, ווייסט וואס א פראסטער מענטש ער איז, אין ווי שטארק יודישקייט באדערט אים, אין ווי שטארק ער האט ליב אויפצוטון, אין ווי שטארק קראנט ער איז,

א יוד וואס דאווענט שוין יארן לאנג אין קליימער, ווי דער הינט פלעגט צו דאווענען, זאגט מיר אז ער גלייבט ניטאמאהל אז ער הייסט נחום ראזענבערג

ultrayid » 6/8/2008 04:29

צדקתך, טאמיר ער וואלט נישט "עדזשיקעטעד" די עולם וואלט ער גארנישט אויפגעטוהן. מיט דעם וואס די און די אנדרע שרייבען דא וועגען אים, דאס ער האט געוואלט.

נאכדעם שרייבסטו אז א בחור וואס הערט אים דארף גיין צום לאנדסבערגער רב, ביסט אביסעל אוו טרעק. אפשר ווען מען מאכט פראטעסטען אנטגעקן די געי פאראדע'ס דארפען מען שוין אויכט גיין צום לאנדסבערגער רב?

קענסט זיין די ווייסט נישט די פאקטען, אבער רוב זאכען וואס ער דערציילט איז אמת. ער לייגט טאקע צו זאלץ און פעפער צו יעדע מעשה אבער באדאם ליין איז עס אמת.

דאס פראבלעם איז דיי מערסטע איז אז די רבנים נעמען אן א פילע מויל מיט א וואסער, און שרייען נאר מנוובלת.

וועגען דעם ווערט מען נישט קיין רב נאר צו שרייען פוי אויף יעדע זאך, אינטערשרייבען אויף ליפא, נחום, עירוב, וואסער, קאנצנרט, פרעס טראק, וכו' קען איך אויכט


ליידיגעקאפ » 6/8/2008 16:48

כהיום פעלט שוין נישט אויס די גאנצע מערכה ער איז שוין ג'דעמעטשט ער וועפט שוין אויף כח כמעט ווי אלטער משה

שסופסקים » 6/8/2008 18:31

מיינסט צו זאגען אז אלטער משה וועפט כמעט ווי אים

ארילייב » 6/8/2008 21:37

ווען נחום מיט אלטר משה וואלטן נישט געגאנגען אף טרעק, און גערעדט שטותים, נאר אראפגעריסן די פאלשע מנהיגים וואלטן זיי ווען אנגעקומען זייער ווייט, דער פראבלעם איז אז די אטענשאן וואס זיי באקומען מאכט זיי פילן זייער גרויס ביי זיך און זיי הייבן אן צו דמיונ'ען און רעדן צוזאם כל מיני שטותים
בלאט: 1 2