היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » מעמד "פתיחת המבצר" - נייע סאטמארער תלמוד תורה

מעמד "פתיחת המבצר" - נייע סאטמארער תלמוד תורה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2432381

לעבעדיגער » 20/6/2008 05:39

דער קומענדיגער וואך זונטאג פרשת קרח גייט אי"ה פארקומען דעם "מעמד פתיחת המבצר" פון די נייער גיגאנטישער תלמוד תורה שע"י ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר אין וויליאמסבורג, אויף די ווייט עוועניו גאס, וואס ציעט זיך פון פען סט. ביז ראטלידזש סט.

ביי דעם מעמד וועט זיין א געלעגענהייט פאר אלע מנדבים פון די מוסדות - די אלע וואס האבן ביישטייערט צום יעצטיגן "השלם זה הבנין" קאמפיין כדאי מ'זאל קענען צוענדיגן די געבוי פונעם תלמוד תורה, נאכדעם וואס די פלאץ איז ענג און עס איז נישטא ווי צו לייגן די קינדער קומענדיגע זמן - צו זעהן דעם בנין פון דער נאנט און ווי עס האלט דער געבוי.

דער מעמד וועט זיין מיט די פערזענליכע השתתפות פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ווי ער וועט אויפנעמען די נגידים. אינמיטן טאג וועט פארקומען א לחיים ווי רבינו שליט"א וועט אויפטרעטן מיט דברי ברכה פאר אלע משתתפים.

די לעצטיגע וואכן זענען אריינגעלייגט געווארן אסאך ארבייט אונעם בנין, א זאך וואס קאסט אפ שווערע מיליאנען פאר די הנהלת המוסדות, וואס דאס איז חוץ דאס קויפן דעם עצם בנין פאר די אסטרענאמישע ציפער פון זעכצן מיליון דאללער!

מענטשן וואס גייען אריין אהין אין די טעג און זעהן וואס טוט זיך דארט און ווי אזוי עס קוקט אויס ווערן איבעראשט. הערשט עטליכע וואכן צוריק האט נאך דער בנין אויסגעקוקט נאכגעלאזט, מיט ביימער אויף די ווענט, אנע פענטער, ברייטע אייזענעס, א ביעם יעדע צוויי פיס אא"וו ווי עס איז באקאנט פאר די וויליאמסבורגער איינוואוינער, היינט איז עס אינגאנצן געטוישט געווארן פאר א ריכטיגער בנין מפואר, א הערליכער תלמוד תורה.

דער תלמוד תורה ווערט דער גרעסטער בנין התלמוד תורה דא אין די שטאט וויליאמסבורג, עס וועט אנהאלטן אריבער הונדערט לערן צומערען (קלאס רומס) א ריזיגער בית מדרש גאנץ אויבן, גרויסע לאנטש רום'ס און אסאך אפיסעס.

ווי דער פלאן איז יעצט גייען שוין די מיידלעך - וואס האבן שוין נישט קיין פלאץ אין די סענפארד געביידע - זיך אריינציען באלד אנפאנג פונעם קומענדיגען נייעם לערן יאר צו די פלאשינג-סקילמאן געביידע, דארט ווי עס איז יעצט די תלמוד תורה.

קומט אלע זונטאג מיטאג פון 10:00 אינדערפרי ביז 3:30 נאכמיטאג. איבערצייגט אייך אליין די ווינדער.



לעבעדיגער » 20/6/2008 05:46

[בילד – נישט אפגעהיט]

לעבעדיגער » 20/6/2008 05:48

[בילד – נישט אפגעהיט]

 



תוקן על ידי לעבעדיגער ב- 20/06/2008 5:49:46

לעבעדיגער » 20/6/2008 05:51

[בילד – נישט אפגעהיט]

true_fact » 21/6/2008 01:08

קיק בעסער וועסטו זעהן אז אלע שטאקען האבן קלענערע אין גרעסערע פענסטער
דאס איז וועיגן טייל פענסטער איז די אויבערשטע חלק נישט אריינגעפילט מיט גלאז נאר מיט א שווארצע בלעך לכאורה פאר די עירקאנדישען

גאסט » 24/6/2008 02:32

באקומען אין אימעיל kjgast@gmail.com שיינע בילדער פונעם מעמד

גאסט » 24/6/2008 02:33

  קודם בילדער פונעם בנין אינעווייניג
[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]

[בילד – נישט אפגעהיט]



תוקן על ידי גאסט ב- 24/06/2008 2:48:04