עס דרייען זיך ארום שמועות אז די דריי בחורים וואס זענען געזעצן אין יאפאן איבער 3 חדשים זענען יעצט אויפן וועג קיין ארץ ישראל וואו זיי וועלן אריבערגיין די משפטים און מיטן באשעפער'ס הילף ארויסגיין אויף די פריי!!!
קען איינער עס באשטעטיגן ביטע?
איך האב אויך געהערט דערפון. די גאנצע שמועה קומט פון לאנדאן
עס איז שוין געווען אמאל אזא שמועה און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אלס פאלש הלוואי זאל עס יעצט יא זיין אמת
כ'האב מברר געווען און זיי קומען אן מארגן נאכמיטאג!!!
ס'פארט ארויס א ווען פון ירושלים קיין בן גוריון לופטפעלד
צו גייט מען יעצט אויך קענען איינזעצן די וואס האבן זיי פארפירט וואס ווי באקאנט ווייסט מען ווער זיי זענען נאר עס איז נישט דא קיין באווייזן און מען האט געהאט געשמועסט אז ווען די בחורים וועלן קענען אויפטרעטן אין געריכט אין ארץ ישראל וועט מען זיי קענען איינזעצן (איינע פון די פארפירערס איז די דרייווער פון א באוויסטע רבי ווען ער קומט אויף ארץ ישראל)
שטענדיג דא וואס גייט פאר מיט דיך? ביזט ok?
האסט מברר געווען פאר האסט געשריבען?!?!?!
די גאנצע מעשה איז ליידער נישט אמת, אבער נישט געזארגט די עסקנים ארבעטען ביטער שווער, אין שלאפן נישט קיין נעכט, ווי די אנטווערפענער רב הרב ווייס האט זיך אויסגעדריקט אז זייט ער איז געוואר געווארן אז די 3 בחורים זיצן אין יאפאן האט ער נאכנישט געהאט צייט צו מעיין זיין אין א ספר!!!
בשורות טובות
איך האב גערעדט מיט איינע פון די עסקנים און ער זאגט אז לפי ידעתו איז דאס ליידער נישט אמת איך שיה' דארף מען נאך ווייטער מתפלל זיין
טופשים הערטס אויף צו שרייבן שטוסים יישר כח
שטותים איז דאס אליינס אז ס'איז שטותים ודו"ק