היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רז"ל דו היפאקריט, פארשפאר יעצט די טמאנע אינטערנעט

רז"ל דו היפאקריט, פארשפאר יעצט די טמאנע אינטערנעט

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2431077

פעטרסאן08 » 17/6/2008 23:55

ווער געדענקט נאך וויאזוי מיט אפאר יאר צוריק האבן די זאליס געפאמפעט אז ר' זלמן בכבודו ובעצמו האט פארשפארט דעם אינטערנעט, אז ער האט אריבערגערופן די מענטשן וואס פירן אן די אינטערנעט און זיי עס געהייסן פארשפארן.

ס'איז געווען על גאור קעגן ר' זלמן און ר' זלמנ'ס כח התורא האט פיינעלי גובר געווען.

למעשה איז אריבער אפאר יאר און די אינטערנעט איז אפן און די זאליס שרייבן געהעריג אויף היידפארק כאילו לא הי'.

קיינער האט נישט געטראכט אנדערש, ווייל היידפארק שרייבערס זענען אנאנים און קיינער האט נישט קיין אהנונג ווער ס'שרייבט וואס, און די גאנצע בעלאוני אז רז"ל האט אויסגעפונען ווער היידפארק איז און עס אפגעשטעלט איז געווען איין גרויסע בעלאוני. די זאליס האבן אלעמאל ווייטער געשריבן אזוי ווי פאר דעם איסור.

וואס ס'דארף אבער יא ארויסרופן אלעמענ'ס וואונדער איז דער פאקט אז איינער פון די גרויסע קעפ פון די זאלי UTA, יצחק שלום ווערטהיימער, פירט אן דעם סייט וואס איז נייעס, און די גאנצע וועלט ווייסט דערפון. ס'איז נישט קיין סוד, אבער דער אלץ-ווייסנדער ר' זלמן ווייסט עפעס נישט ווער ס'פירט אן דעם סייט, פלוצלינג ווייסט ער נישט וועמען צו רופן.

וואס איז נייעס גייט שוין אן א שיינע פאר יאר מיט'ן אויסשמוצן אידן און זיי מבזה זיין אויף די ערגסטע אופנים וואס נאר שייך, מיט די פולסטע שטיצע פון די זאלי UTA, און די קאמפאני פון ר' זלמן.

די וואך האט וואס איז נייעס גענומען א טייערן איד פון מאנסי, וואס העלפט ארויס אידן בייטאג און ביינאכט, און ער האט אים ביטער מבזה געווען, ווייל יצחק שלום ווערטהיימער האט געזען א נייעס אין די שמוציגע ניו יארקער פרעסע און באשלאסן אז מען דארף דאס איינמעלדן פאר'ן היימישן ציבור.

פונקט ווי אין רוב פעלער וואס רייכע ביזנעסלייט ווערן ארעסטירט פאר אזעלכע עבירות, רעדט זיך עס פון א בלבול וואס איז ארויסגעלאזט געווארן קעגן דעם מאנסיער איד, כדי צו קאלעקטן געלט פון זיינע גרויסע רייכטומען. אבער יצחק שלום ווערטהיימער מעלדט די נייעס טרוקן און שארף, אן געבן פאר דעם איד א טשענס צו פארציילן זיין זייט פון די געשיכטע און פארציילן דעם אמת.

אין די לעצטע פאר וואכן אליינס האט שוין יצחק שלום אויסגעשמוצט און מבזה געווען כמעט 10 היימישע אידן פון וויליאמסבורג וועלכע האבן בטעות זיך געטראפן אויף א פארשטופטע סייט דא אדער דארט. יצחק שלום האט זיכער געמאכט אז ס'בלייבט נישט קיין סוד נאר ס'ווערט ברייט אויסגעפויקט און פארשפרייט צווישן דעם היימישן עולם דורך זיין סייט.

דעריבער ווערט יעדער איינער געבעטן אנצורופן רז"ל און די זאלי UTA און פארלאנגען אז דער געמיינער שמוציאן יצחק שלום זאל ארויסגעטראסקעט ווערן פון זיין דזשאב חוץ אויב ער שטעלט אפ זיין סייט און הערט אויף צו באשמוצן אידן.

ביבער » 18/6/2008 01:10

דא דארף מען מעלדן דעם עולם אז סאיז דא א אנדערע סייט "די ישיבה ווארלד.קאם" וואס ווערט אנגעפירט דורך בני תורה ליטווישע יונגעלייט, וואס מעלדט נישט קיין שום שמוציגע נייעס קעגן קיין אידן, אין קיין שום אומשטענדן, און דאך האבן זיי גוטע נייעסן

זאל יעדער איינער מחזק זיין דעם ישיבה וואלרד דורך שטיצן זייערע אדווערטייזערס.

און זאל מען מוחה זיין קעגן די רשעות פון וואס איז נייעס דורך "נישט" שטיצן זיינע אדווערטייזערס.

עס איז א בושה און א חרפה אז ליטווישע יונגעלייט האבן אזויפיל שכל וואס אונזערע היימישע חסידישע יונגעלייט האבן נישט.

(בכלל איז א בושה און חרפה וואסערע ענגליש ס'ווערט דארט געשריבן אויף דעם וואס איז נייעס סייט, וואס פאסט פאר 7 יעריגע קינדער)

דעקלעראציע » 18/6/2008 02:28

איך האב שוין געהאט געפענט אן אשכול וועגן  אבער איך וויל דא ארויסברענגען אן אנדערען פאינט

ווי באקאנט האט זיך יצחק שלום ווערטהיימער אין די בחור'שיע יארן געדרייט אין די ספינקער הויף
ווי ער איז זייער נאנט געווען מיט די גאנצע הלך ילך
נאר זיין טאטע ר' חיים שלמה האט עס אפ'געהרג'עט צוליב געוויסע סיבות

פארדעם בעט איך יעדן ווער עס האט אן השפעה אויף דעם ווערטהיימער זאל זעהן ער זאל צוריק גיין קיין ספינקא זיך ווייטער דארט דרייען אין ער זאל אפלאזן דאס מענטשהייט

איך גלייב לתעולת הענין וועט חיים שלמה אויך מסכים

דעקלעראציע » 18/6/2008 02:58

דער מינוול יצחק שלום ווערטהיימער האט שוין היינט ארויסגעשמוצט נאך איינעם פין ניו זשערסי

יצחק שלום סטאפ מיט גוטן

האקאבו » 18/6/2008 06:35

וואס וויל עטץ פין ווערטהיימער מיט זשערי פרוינד

דער זשערי פרוינד האט אנגעהויבן זיין קאדנעץ מיטן נאכלויפן דעם בירגערמייסטער בלומבערג
ביי די וואלן, ער האט זיך איינגערעדט אויף א פאסטן ער איז געווארן פאניא בראד מיט
בלומבערגס טאכטער אנשטאט א פאזיצע האט ער באקומען א פייג

נאכדעם האט ער זיך איינגערעדט אז וועסלי קלארק וועט אים ראטעווען ,פרוינד איז שוין געפלויגן אין די הימלען ער האט שוין געמיינט ער איז אין ווייסן הויז, זיין טאטע דער רב פין מאנרא יאנג איזרעל שול
דער טפסר אין פילנטראפ יעקב לייב האט זיך שוין בארימט אז אט זענען מיר אין עיר פארס וואן
אין אויסגעלאזט האט זיך עס מיט דעם רבוש"ע פין דוכנ'ען

אוודאי מיז ער היינט באשמיצען מענטשן ווייל אזוי מאכט ער היינט א ליווינג

דערסיגעטער » 18/6/2008 07:52

אן עקל צו זען וויאזוי יצחק שלום ווערטהיימער און דזשערי פרוינד מאכן א ליווינג פון אויסשמוצן אנדערע אידן.

פוי פוי פוי.

ווער ס'קען זאל רעדן צו חיים שלמה ווערטהיימער. אפשר האט ער א שפראך אויפ'ן קינד.

דערסיגעטער » 18/6/2008 07:59

אגב, דער וועג וויאזוי זיי ברענגען דארט נייעס ברענגט ממש זיך אונטערצולאכן. יצחק שלום קען נישט קיין ווארט ענגליש און ווען ער שרייבט עפעס קען מען לאכן ביז נעקסטע יאר פורים.

ער האלט אין איין שרייבן נייעס פון עפעס איינעם "עידעד". איך וואונדער מיך שוין יארן ווער "עידעד" איז. ווי ס'שטעלט זיך ארויס מיינט נעבעך דער יצחק שלום אז "עידעד" מיינט א קרבן, א געליטענער (וויקטים) און איבעראל וואו ער דארף שרייבן דעם ווארט "וויקטים" שרייבט ער "עידעד". אזוי קוקט אויס זיין צובראכענע ענגליש.

אויך ווייסט נישט דער טיפש, וואס DOA מיינט. ער מיינט אז DOA מיינט יעדער טויטער מענטש. לעצטנס שרייבט ער א נייעס איבער א מענטש וואס איז אראפגעשפרונגען פון א ברידזש און ווען ער איז אנגעקומען צום וואסער איז ער געווען DOA...

די איינציגסטע נייעס וואס איז גוט געשריבן איז די נייעס וואס זיי גנב'ענען פון אנדערע צייטונגען און קאפיען עס אראפ אויף זייער סייט.

911zalis » 18/6/2008 08:48

דא איז א ליסט פין זיינע אדווערטייזערס וואס שטיצען דעם בלוט צאפער - מאכט זיכער זיי נישט צו שטיצען אין פרובירט זיי צוקאלען אין צובעטן אז זיי זענען מסייע לדבר עבירה!
Advertisements:

ביבער » 19/6/2008 01:28

זאלי 911
אפשר זאגסטו ווער די ספאנסערס זענען
אז מען זאל זיי קענען אויפקלערן וואספארא ברעכן זיי טוען מיט אים שטיצן

פעטרסאן08 » 26/6/2008 03:26

באקומען די צוויי בלאגס אין אישית

http://themanbehindvin.blogspot.com/

http://www.dervinhefker.blogspot.com/

bp11219 » 30/10/2008 17:13

איך האב נעכטן געזעהן דארט א שמוציגע נייעס אויף עפעס א אינגערמאן פון מאנסי. איך קען אים נישט און איך ווייס נישט פארוואס ער איז ארעסטירט געווארן, אבער איך האב זיך געשעמט דאס צו לייענען אויף א סייט וואס סערווירט דעם היימישן ציבור.

איז דא עפעס אן עצה אויף דעם? ווייסן די אדווערטייזערס וואספארא שוואכע סחורה ער פארקויפט?