דאס גרויסע קרעפל, מיטן קליינעם פשעטל
דוד'ל, כ'פארשטיי ביסט אנגעווייטאגט און כ'פארשטיי דיך באמת.
לאמיר זיך נישט פאפן.
דיין לאשיק האט זיך אראפגעציפט 2 שעה פון זיין שינת צהרים און געקומען צו די סאכדעס אסיפה.
ער האט געקאסט אלע מיני אויל און שמנים, שמן זית, שמן דקלים, שמן תאנים, שמן רמונים און שמן ירקות. כדי ווען ער קומט צי די מעכטיגע אסיפה זאל ער זיין גוט באהאווענט אין אלע אויל.
אויך האט ער זיך צוגעגרייט מיט אפאר קיפעלעך, ראגעלעך, מארשמעלאוס וואס זענען געמאכט מיט די פאלם אויל, אז ער זאל פונקטליך קענען ארויסצייגן זיין בקיאות ביי די אסיפה.
זיצט ער דארט ווי די יאפאנעזער בחורים אין תפיסה, און פארשטייט נישט קיין איין ווארט וואס די רבנים רעדן דארט. ער ווינקט פאר איצא אז מ'זאל שוין אנהייבן רעדן עפעס צו "דער זאך"... פון די קאקאש קעיס און ראגעלעך ס'איז דאך נישט קיין תכלית סתם בטל'ן אזויפיל צייט. ס'איז דאך נישט זיין דרך.
דער נועם המידות האט דארט ארויסגעוויזן וואסערע גרויסע כח המעצור ער האט.
ער האט דארט קיין פיפס נישט ארויסגערעדט במשך די גאנצע זיצונג.
זיין ברידער פון קרית יואל, דער באוואוסטער רידערער איז א פיסטער שטריק וואס רופט זיך איבעראל אן. און די שפלות פון דור איז אזוי גרויס אז אלע הארכען אים. דאס מוז שוין אפגעשטעלט ווערן.
מיידלעך שטערן מיט פראפרעסאר דייטש וועלן מיזן שרייבן נאך 42378 ארטיקלען יעדע וואך, אפשר אזוי וועלן די רבנים זיך אויסלערנען אז ער איז א פשוט'ער הולך בערכאות... און אני ואפסי'ניק.
און דעמאלטס וועט ער קען שוין בלייבן מיט די מתים און שערי חמלה יונגלעך, ביי זיינע פאלשע וואלן.
דוד, פאלג מיך.
טוה וואס דיין שטריק טוט ווען ער קען זיך נישט עפענען ס'פרעסערל:
שווייג
האסט דאך גרויסע קאנעקשאנס צו דיין נועם המידות
ביסט דאך זיין (אומ)אפיציעלער שיסער דא אויפן פארק.
ווער מיר ביטע געוואויר וועלכע פסוק ער האט אזוי שטארק פראבירט נאכצוזאגן פון משלי.
אווב דאס איז אויך צי שווער פאר דיר, ווער געוואויר צי ער האט געהאט א געפינטעלטע משלי אדער האט דער מלמד'ל נישט מדייק געווען כדבעי'. און אים געמאכט צו שאנד.
אוי כהאב פארגעסן א דריי פערטעל שעה'דיגע פשעטיל,
יעדער שטעלט מיך אפ און פרעגט מיר "לעבעדיגער, דאס אלעס וואס דיין רבי קען זאגן? ער קען זיך נישט צוגרייטן - כאטש אויף יו"ט שבועות ווען עס קומען צופארן טויזענטער אידן - עפעס א נארמאלער פשעטל?" פרעגן זיי.
און וואס זאל איך ענטפערען? איך האב נישט.
ס'פנים פלאמט פאר בושה ווען ער ווארפט מיך נאך פאר "היתכן דיין רבי'ס אינגערע ברודער קען אן זיך פארקוקען זאגן לאנגע פשעטלעך יעדע וואך, אזש ער האט געזאגט דעם שבועות א פשעטל פון א דריי פערטעל שעה!" איך קוק אום אן און איך האב נישט וואס צו ענטפערן.
וואס ברענגסטו מיר אומזינסטע בזיונות דוד?
דוד'ל, הער מיין עצה.
איך זעה אז די האסט אסאך אריינגע'ארבייט פאר די חתונה און זינט דאן ביסטו נאכנישט געהעריג געשלאפן, די פארסט יעדן טאג ארום צו אלע שבע ברכות'ער און דערנאך קומסטו אין דער ארבייט און די שרייבסט אויף הייד פארק פארשלאפענערהייט תגיבות וואס ברענגט דיר בזיונות פאר דיין פארטיי און רבי. פאלג דיין חבר פון הייד פארק, לייג זיך צו עטליכע טעג, כאפ א דרימעל אביסקעלע און דערנאך קום צוריק און שרייב.
אבער קוק נישט צוריק אויף דיינע אלטע תגיבות, די וועסט פארפירן אז מ'זאל עס מעקן און איך גלייב נישט אז די מנהל וועט עס טוען.
די גמרא זאגט אין מסכת שבת (דף ל') אז די חכמים האבן געוואלט גונז זיין דעם ספר משלי, און צום סופר האבן זיי עס נישט גונז זיין.
אפשר וועט יעצט די לישקע קישקע מיט זאלישל מחזיר זיין די עטרה ליושנה, און בא'קנס'ן שלמה המיילכ'ן - אז צוליב אים האט אונזער גאון און צדיק פארקאכט אזא קאשע, אז די זאלונים שפרינגען שוין פון שבת.
און די לישקע וועט הייסן גונז זיין דעם הייליגן ספר משלי... לקיים מה שנאמר (משלי כ"ד כ"א):
ירא בני את ה' ומלך ועם שונים אל תתערב.