א גוטן מחרת הוואלן.
אביסל אוועק פון די וואלן נייעס, לאמיר אייך מיטטיילן אביסל רציחה על טהרת הקודש.
גלייבט יא אדער נישט, אין היינטיגן איד אנגעהויבן אויף זייט 11 און פארגעזעצט אויף זייט 72 איז דא א בריוו וואו מ'גיסט א קיתון של שופכין אויף די ישיבה הק' אין קרית יואל, זיך באציענדיג צום פאריגע וואכ'דיגן גאסט עדיטאריעל אין בלאט איבער די רוסישע קעץ, וואו ס'ווערט ארויסגעברענגט בגנות פון די בחור'לעך וועלכע פארפלייצן חוצות וומסב"ג מדי שבת בשבתו און שרייען נאך נשים ובתולות.
אויף דעם קומט דער בריוו אין איד מלא שנאה והסתה אויף די ישיבה הק' אין קרית יואל, און לייענט די ווערטער וואס די אויגן קענען נאך יעצט נישט פארדייען:
זה לשונו המתועב:
"איז דען א וואונדער אז די בחורים וועלכע מ'נוצט ליידער אויס אפצוטאן כל דבר אסור, דורכצופירן אכזריות אן קיין פחד און אן קיין זעלבסט-שולד, וואקסן שפעטער אויס יונגאטשעס וועלכע ציען אריין אנדערע אומוויסנדע אין קרימינאלע אקטיוויטעטן וועלכע פאראומגליקליכן די צעירי הצאן און זייערע משפחות? מען שיקט זיי טאקע נישט ארויס שבת נאכמיטאג, נאר מען שיקט זיי קיין יאפאן און מען פארוויקלט זיי אין אונטערוועלט אקטיוויטעטן, וואס דאס אלעס איז נעבעך די פירות פון דעם ביטערן חינוך". עכ"ל.
רציחה עליך דער איד.
וויפיל בלוט און טרערן איז שוין פארגאסן געווארן די לעצטע חדשים דורך די נאענטע משפחה פון די דריי בחורים וועלכע שמאכטן אין יאפאנישן געפענגעניש מיט יסורים ועינויים קשים, און דאס אלעס שטעלט נישט אפ די רציחה ושנאה געפילן פון הייליגן איד.
זה חטאת וזה פריה.
פארגעסט נישט, "לאמיר ראטעווען די נקודה הפנימית פון רעבען זעכרוינוילעווראכע"!!!!!!!!!!!!