יעצט אז מען האלט שוין נאך די וואלן אין קר"י איז אינטערסאנט צי געבן א טראכט
1}האבן נאך די זאליס/בני יואל א טשאנס צי געווינען אמאל די וואלען אין קר"י??
איך מיין אז זיי האבן יעצט געהאט די בעסטע אין שטערקסטע מעגליכקייט, אין אויב זיי האבן עס פארשפילט, איז לכאורה קלאר אז זיי וועלן מער קיינמאל נישט האבן קיין טשאנס צי קענענן צוקימען צי עפעס א פירשאפט דארט, עס בלייבט נאר איבער זיך צי וואנדערן אויב א נערמאלער מענטש פין זייער זייט וועט נאך אמאל זיין גרייט צי לויפען אויף א פאזציע דארט, וויבאל עס וועט זיין פאר אים א זיכערע פארלוסט,
בכלל איז די שאלה אויב זיי גייען נאך בכלל אנפירען וואלען דארט, אדער אפשר האבן זיי יעצט איינגעזן אז עס איז ארויסגעווארפען די מי אין געלט, אין זיי קענענן סיי ווי נישט געווינען, אפשר וועלן זיי פראבירען בדרכי נועם
2}עס איז בלי שום ספק אז די וואלען אין קר"י גייט לויט פארטיי לינעס, א ארוני האט געוואט פאר די פירשאפט, אין א זאלי פאר די אליינס
מיט דעם אלעם האבן זיי נאר געהאט 40% פראצענט, איז די שאלה, שפיגעלט קר"י אפ גאנץ סאטמער??
אז אויב אלמלא עס וואלט געווען די זעלבע יושר'דיגע וואלן אין וומסב"ג {ווי נאר סאטמערע קענענן וואטען, מ'קען וואטען נאר איינמאל, וכדו'} וואלט די {פראצענט} רוזעלטאטען געווען די זעלבע ווי אין קר"י?? אדער קען זיין אז אין קר"י איז משום איזה סיבה דא מער ארוניס ווי זאליס אדער פארקערט?!
נאך מער, פין די 40% פראצענט וואס די זאליס האבן געהאט איז דאך בני יואל זיכער געווען צום ווייניגסטענס 15% פראצענט,
איז טייטש אז די זאליס זענענן נישט מער ווי 25% פין קר"י אין דאס איז שוין איבערגעשאצט, איז דאס א שפיגעל פין גאנץ סאטמער?? אז אויב הגז"ל מיט הגר"א וועלן מסכים זיין צי מאכען אמת'ע וואלן אין סאטמער אין וומסב"ג ווי נאר חסידים פין ברך משה קענענן וואטען, אין בני יואל נישט, וועלן די רוזלטאטען זיין די זעלבע ווי אין קר"י אז הגרז"ל וועט נישט מער פין 25% פראצענט פין די וואטס??!! אדער קען זיין אז אין קר"י איז מחמת איזה סיבה שיהא דא ווייניגער זאליס ווי אין גאנץ סאטמער?!
תוקן על ידי השר_מקוצי ב- 05/06/2008 20:10:45