נאכדעם וואס מען האט אזוי אויפגעדעקט זייער מיאוס'ן פרצוף ביי די פאריגע וואלן ווען זיי האבן געברענגט זייערע מענער, די הייליגע תלמידים פון קווינס ישיבה און פון בני יואל צו שטיין אינאיינעם מיט די נשים, די קרית יואלער פרויען, האבן זיי באשלאסן אז דאסמאל קענען זיי נישט ברענגען קיין מענער.
וואס מיינט איר האט דער טיפש פנחס יאקאבאווישט געטאן? ער האט זיך געוואנדן צו זיין חבר דזשאנעטען סווילער, דער פירער פון די מאנרא ברענטש פון די קו קלוקס קלען (AKA סאקע) און האט אים געבעטן צו ארעינדזשן א טיעם פון "טאף לעידיס" אז זיי זאלן קומען קיין קרית יואל, און מאניטארן די וואלן, כדי אנצואווארפן א שרעק אויף דעם היימישן ציבור אידן, יראי השם אז זיי זאלן מורא האבן צו קומען שטימען.
וכך הוה, היינט צופרי האבן זיך אנגערוקט די אלע פרויען פון די מאנרא קו קלוקס קלען אנטיסעמיטן און זיי שטייען און מאניטארן די וואלן און זיי זענען די וואס פירן זיך אויף אזוי אגרעסיוו און באליידיגן דעם ציבור אידן.
דער אנטיסעמיט דזשאנעטען סווילער ימ"ש וזכרו, ער זאל האבן אזא סוף ווי אלע זיינע נאצי פארגייערס, דרייט זיך ארום מיט א ברייטן שמייכל צווישן די וואוטינג בוטס און האט הנאה צו זען וויאזוי די הייליגע אלייענס מאכט דעם דזשאב פאר זיי.
דאס זענען די אלייענס, די קאפּאס פונעם היינטיגן דור.
זיי זענען די גלגולים פון די אידן וועלכע האבן פארקויפט די נשמה צום שטן און געפירט זייערע ברידער צו די גאז קאמערן.
איז דאס וואס דער ציבור וויל אין קרית יואל? אז דזשאנעטען סווילער, דער אנטיסעמיט וועלכער וויל נאר איין זאך, זען יעדן איד אין קרית יואל טויט, אז ער זאל זיין א יוצא ונכנס אין דעם ווילידזש די קומענדיגע פיר יאר?