און מאנסי איז פאריגע וואך פארגעקומען שטימען פון די קאונטי סקולס צו מען זאל העכרונען די פראפערטי שטייער מיט איבער 13%,
גאנץ מאנסי האט געהאנגען פיל צעטלעך צו גיין שטימען אנטגעקן די %13 העכרונג. און שטימען פאר 2 היימישע באורד מעמבער'ס
מען האט צוגעשטעלט אימזינסט קאר סערוויס וכו' אבי יעדער זאל שטימען.
למעשה האט מען טאקע געווינען, און א רוב פון 3 אויף 1 האבען געשטימט אנטקעגען.
יעצט אז די העכרונג איז דורכגעפאלען, האט די באורד זיך צוזאמען געזעצט צו שטימען נאכאמאל,
היות %13 איז דורך געפאלען דארפען זיי אויפקומען מיט א נייע בודשעט וואס איז ווייניגער ווי 13%,
האבען זיי געשטימט פאר א העכרונג פון 10%!!
אין וואס איז געשעהן מיט די נייע באורד מעמבער'ס וואס די היימישע אידען האבען אריינגעברענגט?
נישט צו גלייבען: זיי האבען באקומען פאון קאולס פון רבנים אז זיי זאלען שטימען פאר די העכרונג!!
פרעגט זיך די מיליאן דאלאר קשיה, פארוואס? ווער וויל א העכרונג פון 10% אויף פראפערטי שטייער?
טאמיר איינער צאלט $5,000 יעצט וועט עס אים קאסטען נאך $500 א יאר!!
נאר די אלע רבנים הייזער זענען אויף א congregation נאמען, און זיי באצאלען ממילא נישט קיין פראפערטי שטייער,
און זיי האבען מורא אז טאמיר מען וועט נישט אנידערשטימען די 10% העכרונג,
וועט די איסט ראמפוי סקול דסטיריקט זיך נעמען צו די ביינער פון די רבנים און מאכן אן סוף צו אלע פאלשעcongregation הייזער.
און מען האט אויכט צוגעזאגט נאך זאכען פאר די מאנסי מוסדות, אבי זאלען זיי זאלען לאזען מען זאל שטימען אויף די העכרונג
תוקן על ידי ultrayid ב- 03/06/2008 3:48:26