היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » נעבעך... עקשטיין פליט. וואלן פארלירט...

נעבעך... עקשטיין פליט. וואלן פארלירט...

27 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2422440

שלחןערוך » 2/6/2008 22:28

איטס אפישעל

דער הולך בערכאות האט זיך געבראכן פאר די וואוטס און האט ארויסגעגעבן אן ארדער אז דער גענגסטער און ד.ע. מוז פליען פון וועד הצניעות.

דער שוטה רעדט זיך נעבעך איין אז ס'וועט אים העלפן ביי די וואלן.
עקשטיין איז א איין קליין פיצל פראבלעם.

דער הויפט פראבלעם איז ער. ביז ווילאנג ער אליינס וועט נישט פליען - איז גארנישט.

שלחןערוך » 2/6/2008 22:33

נאך א פראבלעם איז די הירש סעגעדין כעלמער אדמיניסטראציע פון גנבים, טעראריסטן און פאשיסטן.

די פאשיסטן וועלכע צאפן דאס בלוט פון רוב תושבים אויפן באפעל פונעם הולך בערכאות ובוטע באביו וברבו פון צאנז קאורט דארף פליען אינאיינעם מיט זיין כעלמער ווילידזש.

עקלשטיין קען רואיג בלייבן ווי ער וויל. פליען דארפן קודם די באנדיטן און הולכי בערכאות בראש.

שלחןערוך » 2/6/2008 22:37

מיין קשיא איז צו דעם הויפט שלעגער און הולך בערכאות.

וואס ווילסטו פון דוד עקלשטיין?
ער איז דאך געווען דיין אגענט די אלע יארן? וואס שלאגסטו אים פאר גארנישט?

עקלשטיין האט צעשניטן הרה"ח ר' יוסף וואלדמאן אויף דיין באפעל.
עקלשטיין איז געקומען צעשטערן דעם טיש פון מרן בעל משה זי"ע אויף דיין באפעל
עקלשטיין איז געגאנגען אין קאורט אויף דיין באפעל.
עקלשטיין איז יעצט אין קאורט קעגן ביהמ"ד בית יואל, אויף דיין באפעל

אומפארשעמטער יונג: פארוואוס ווישטו דיך אפ אין זיין בלוט?
ווייל די רעדסט דיר אז אזוי וועסטו שטיל מאכן די טויזענטער שטימעס וואס וועלן גיין קעגן דיר?

א שאד פאר דיין מיה און פלאג.
לייג נישט אן דעם שולד אויף דיין שיק יונגעל. דו ביסט דער פראבלעם נישט ער.

שלחןערוך » 2/6/2008 22:41

נאך א קשיא האב איך צו דעם הולך בערכאות

וואס קומט נעקסט?

וואס דארף געשען אז די זאלסט ווארפען די אנדערע באנדיטן און טעראריסטן און נאציס

ווידער סעגעדין הירש מיט  יאנקעלע פאטאקי?

און מיט וועמען וועסטו זיי רעפלעיסען?


און ווען גייסטו דערשיסן די אנדערע הינט פון ברוקלין
איצי ראזענבערג מיט בערעלע פרידמאן?

ארגינעלער » 2/6/2008 23:18

איך האף אז ס'ווערט דיר בעסער ווען די זאגסט איצי.

וואלןסח » 2/6/2008 23:22

פון ווי איזדער מקור ווער מעלדט עס אפ]שר נחום רז"ב

דעקלעראציע » 2/6/2008 23:26



כ'האב מורא אז דאס איז בלויז א זיסער חלום?

שלחןערוך » 2/6/2008 23:30

דוד עקשטיין שעלט שוין אויף כח.
נישט כ"ק אדמו"ר מהרז"ל מסאטמאר שליט"א ווי אמאל.

נאר זיין משלח, דעם הולך בערכאות שעלט ער שוין.
אוי ווי זיס, יכה יוסי את יוסי.



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/06/2008 2:10:45

שלחןערוך » 2/6/2008 23:34

דעקלעראציע ליבער

איך ווייס אז עס שמעקט דיר נישט צו הערן אז דיין פירער כאפט אטאקעס
איך ווייס אז די ציטערסט וועמען ער וועט נעמען נעקסט אויפן צימבעל

TOO BAD דאס איז אלעס די פרייז פאר'ן רופן זיין טאטען אין קאורט.
דאס איז דער פרייז פון אנפירן א רעזשים ווי טשאטשעסקו און סטאלין



TWO MORE DAYS !!!



תוקן על ידי שלחןערוך ב- 02/06/2008 23:34:05

דעקלעראציע » 2/6/2008 23:50


שלחן ערוך,
אלע קללות פארשטיי איך, אבער קודם דארף די מעשה זיין אמת!
 

שלחןערוך » 3/6/2008 00:03

א נייע טאקטיק פון א לוזער
לייקענען...

ער איז היסטארי.

פראסקעס » 3/6/2008 00:11

שולחן, זאג נאר נאך וויפיל תגובות שעלטענדיג בזה אחר זה, פילסטו אז דו האסט שוין אויסגעשאסן דיין כעס?

סתם פאר אינטערעסאנטקייט, וואס מאכט דיך באבלען? אז דו מוזט ממש שרייבן עקלשטיין, דאס איז דאך געפערילך פון דיין זייט.

ממש א שאנדע, ער ריזיינט ווען שוין א יאר צוריק לויט די חשבון.

אין בכלל רעדסטו עפעס זייער בנסתר, געב ארויס מער דעטאלן וואס עס האנדעלט זיך , דיינעמעשיות קוקן נאר אויס אביסעלע נישט אזוי אויסגעארבעט.

ליבער לוזער, זאג נאר ווער וועט געווינען די וואך? קענסט קנאקן נאך תגובות, יאר צוויי טויזענט אין אכט וועלן די סאטמארער חסידים נאכאמאל האבן א נקמה אין די בנ"י/זאלי טריאומף אין קעי דזשעי.

גיי אן...

דעקלעראציע » 3/6/2008 00:14


ווייסט איינער צו דער שלחן ערוך ווייסט וואס ער רעדט אדער ער רעדט אין די וועלט אריין כנהוג?
 

עבדעברי43 » 3/6/2008 00:15

צום  ניק שלחן ערוך. איך מיש מיך נישט אריין .  איך זעה אז דו ביסט זייער פארווייטאגט.. פון מיינעט וועגן זאל משה גבאי מיט דוד עקשטיין בלייבן ביי ענק.

אבער איין קשיא מעג איך פרעגן. אז מה דאך פאר רופן א טאטן אין קאורט לטובתו עהם מציל זיין פון אנשים שהשתלטו עליו.  זאגסטו און דו ווייסט אז וועגן דעם חטא איז עהם געקומען אזוי א עונש אז יכה יוסי את יוסי.

דעמאלס מה דאך מה דאך?  מכל שכן  מכ"ש.?  וואס פאר א עונש וועט קומען פאר א זון וואס מאכט זיין טאטען ללעג ולקלס עד סוך כל הדורות און איז מקרב אלע וואס האבן געשפיגן אויף עהם פארקערט וויא דוד המלך האט געבעטן שלמה המלך זיין געטרייען זון אז ער זאל אויסראטן אלע זיינע שונאים וואס ער האט נישט געקענט אויסראטן (להבדיל) (מלכים א) .
 און ער(שלמה המלך)   האט טאקע געהארגעט שמעי בן גרא ראש הסנהדרין מרדכי הצדיקס זיידע ווייל ער האט איינמאל געשאלטן דוד המלך'ן.

און א זון וואס האט ברשותו ובהסכמתו געמאכט פון א עיר ואם בישראל וויליאמסבורג יצ"ו א ריכטיגע זאא גן החיות. און איז מצער יעדען שבת צענדליגער יודען און איז מבזה אלע קהילות פון דאהי . .

און האט פורץ געווען קדושת ישראל. וואס דאס איז נאך קיינמאל נישט געווען מיום היות ישראל לגוי קדוש במעמד הנבחר. אז בחורים אדער יונגעלייט זאלן נאכשרייען פרויען בכלל.  בשום אופן נישט ...  אפילו פאר ענייני מחאה מממש.    און בפרט ומכ"ש  פאר דעם איינעם חטא ווייל זיי פארלאזן זיך אויף רבנים און זיי ווארפן זיך נישט אונטער צו זיין טמנא פארטיי

הקב"ה איז א מאריך אף אבער סוף כל סוף זעסטו לדעתך וואס געשעט. ווען עס ווערט נתמלא סאתו זיין מעסטל ווערט פול.  "געוואלד אונזער בלוט איז הפקר?" מיט אונז וויליאמסבורגער תושבים וואס אונדז וואין מיר שוין דא פון תש"ח ממש באותו שנה ווען רבה"ק זי"ע איז אנגעקומען. מעג מען טון וואס מען וויל?  אזוי דיקטירט דיין קאפ? . ענטפער!! טייערע שלחן ערוך. וואס דו רופסט דיך מיט אזוי הייליגן נאמען וואס איז נתקדש ונתקבל בכל תפוצות ישראל. .

זעסט נישט איין דאס פאלשקייט. פון  דעם פינסטערן כלל  אז איך מעג ..  נאר יענער האט נישט געטארט און יענער טאר נאך אלץ נישט. .
 וויאזוי פארלאנסטו רחמנות אויף די טעראר וואס מען האט געטון אין קרית יואל. ווייל מען האט זיך מתחצף געווען צו א מרא דאתרא. ווען עטץ טוט און הערט נישט אויף צו טון רשעות ואכזריות פאר אומשולדיגע מענטשען אין א שטאט וואס באלאנגט בכלל נישט פאר ענק. און עס איז נישטא בכלל נישט קיין מרא דאתרא לכל הדיעות.

שטייט דען אזוי אין הייליגן שולחן ערוך.

געוואלד!! אין שו"ע ווערט געפאסקענט להלכה אז טאמער איינער פארלאזט זיך אפילו אויף א דעת יחידאה אפילו באיסורי דאורייתא ממש טאר מען עהם נישט פארהאלטן און עס איז נישט שייך קיין מחאה.
און ווייסטו דען נישט אז נשים זענען נישט בכלל עריבות עס איז נישטא קיין ענין פון מחאה. נאר דער ליידאק ג. מיט זיינע טמנע ביכלעך וואס דער איש בליעל פון סטרא אחרא רוט אויף זיי . וואס ער גאנבעט די דיסקס  פון בר אילן ארץ ישראל  און פארקויפט זיי וכדומה. . ער פאסקענט קעגן שולחן ערוך ווייל ער מיט זיין טומאה איז ער דאך גרעסער וויא דער שולחן ערוך. . אבער דו רופסט דיך דאך שלחן ערוך נו! היתכן     ביטע.   ענטפער א גוטן תירוץ.

הער אויף מיט די לגיונות. און זיי אויפריכטיג.

שלחןערוך » 3/6/2008 00:26

אה, מ'הייבט שוין אן אטאקירן און אלע אינאיינעם. מיט א פעסטקייט.

זייט וויסן ענקער ערא איז פארטיג.
נישט ווייל עקשטיין איז געפלויגן,

נאר ווייל מיטוואך וועט אי"ה זיין דער גרויסער טאג אויף וואס מיר קיקן שוין ארויס לאנגע יארן.
ווען עס וועט אי"ה נתרומם ווערן דער קרן התורה וישראל, דער טאג וואס טויזענטער אידן וועלן אויסשרייען דעם נצח ישראל לא ישקר.

ווען רבבות אידן איבער דער גארער וועלט וועלן זינגען און שאלן אין די גאסן, בחוצות קרית יואל, ובחוצות ירושלים  אויף דעם הולך בערכאות העולמי, וואס איז ענדליך באזיגט געווארן פינקט ווי סאדאם כוסעין ווען ער איז געהאנגען געווארן אין באגדאד.

דער טיראן פון צאנז קאורט האט גערופן זיין טאטן אין קאורט (נישט אז איך האלט עפעס א טראפ פון אים, אבער איז דאך זיין פאטער). איך קען שוין קוים ווארטען ווען ר' מענדעלע וועט רופן ר' אהרן אין געריכט. און ווען מ'וועט מאכן פון אים וואס ער האט געמאכט פון זיין טאטן.

מיטוואך איז נאר די התחלה.

נאכדעם וועט אי"ה נאקומען די ענדעע פון די אנדערע רוצחים און פאשיסטן
איצי ראזענבערג
בערעלע פרידמאן

די מוסרים און מלשינים וואס האבן אומאליגע אידן גע'מסרט, דורך זייער אגענט יאסי בראך.

דעם מיטוואך ראש חודש, וועט אי"ה זיין דער "ראש השנה לרוצחים".
פאר די באנדידטן סעגעדין, הירש, פאטאקי, ווידער.

איך ווייס אז עטס גלייבטס נישט. אין בוכ"ע גלייבט איר אויך נישט. נישט קיין שום חידוש!!!
אין די 13 אני מאמינ'ס גלייבט איר אויך נישט.

איר וועט אי"ה אויפשטייין דאנערשטאג צו א נייעם מציאות. וואס וועט אי"ה פאטשען אין פרצוף.

בארואיג זיך אביסל, די תקנות פונעם פארום וועלן שטרענג פארסירט ווערן. ראה הזהרתיך.

דער מנהל


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 03/06/2008 2:12:40

עבדעברי43 » 3/6/2008 00:36

אקעי !!

אבער ווען וועלן מיר תושבי וויליאמסבורג האבען די זכיה אויפצושטיין צו א לעכטיגן שבת קודש ווען די רשעי ארץ ובראשם זייער אנפירער וועט שוין האבן זיין פארדינטן מפלה.

אה"נ ווען משיח וועט קומען וועט ער באקומען זיין ויז נצחם על בגדיו. יעדעס צער וואס יעדער יוד האט געהאט דורך עהם און זיינע בחורים וועלן פאלן אויף זיין קאפ.

אבער וויאזוי זאגט דער הייליגער רבי רב אלימלך זי"ע  ביז די קרעטשמע דארף מען אויך א ביסל בראנפן. . ביז ביאת המשיח ווילן מיר אויך א ביסעל אפדעכענען

ביז יעצט האב איך געמיינט אז די ביסט דער שלחן ערוך אבער אז איך זעה אז דו ביסט א נביא אויך
עס קען דאך נישט זיין . ווייל שלחן ערוך לא בשמים היא(תורה לא בשמים היא) א שלחן ערוך קען דאך נישט זיין קיין נביא.

מוז זיין אויף א אנדערן אופן.  אז משחרב בית המקדש ניתנה נבואה לשוטים. אזוי  א מין נביא ביסטו. דעמאלס זיי חאטשיג מודה אז דו ביסט נישט קיין שלחן ערוך. ווייל דו חכמי ישראל רבותינו בעלי השו"ע זענען דאך נישט געווען קיין שוטים . ווייל אדרבה זיי זענען דאך די חכמי ישראל.

שלחןערוך » 3/6/2008 00:49

פאר א נאר ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט.
האלט דיך רואיג... קנעכט!


קרית יואל'ער אידן וועלן אי"ה טאן דעם ריכטיגן שריט קומענדיגן מיטוואך
נאכדעם וועט די מלכות הרשעה קאלעפסן ווי א זייפן בלאז

און איצי ראזענבערג מיט בערעלע וועלן זיכן רעפיוזש ערגעץ אין די הרי חושך.

וואלןסח » 3/6/2008 01:05

איך האף אז דער בלאט וועט דרוקן די וואך די אלע תגובות פון "שלחן ערוך" ס'וועט זיין וואס צו לאכן

איך געדענק נאך ווען יעקב מאיר פערענץ האט געזאגט ווען דא וועט וואקסן האר וועט אברהם ווידער געווינען.

א חודש שפעטער האט אים א איד געפרעגט, יעקב מאיר געב מיר די הענט לאז מיר זען דיין האר
אוי האט ער געזינקען

שלחןערוך » 3/6/2008 01:12

וועסט אי"ה פונקטליך געוואויר ווערן

kj2008 » 3/6/2008 01:44

ס'איז מיר ממש מאדנע ווי עבדעברי לאזט זיך אזוי אראפ, זיך צו טענה'ן מיט דעם נארישן שלחן ערוך וואס מאכט זיך דא משוגע און פארדינט נישט קיין ערנסטע תגובה.

משנתחסידים » 3/6/2008 02:23

פון ליינען די אלע תגובות פון שלחןערוך איז מיר קלאר ווי די טאג איז דאס איז א נייע ווערסיע פון זאלידאון 2008

געלעכטער » 3/6/2008 02:47

איך האב פינקט יעצט דעס געטראכט
איינער פון די ווילעדז חברה טרייען אנצוען די ארונים
ארויסברענגן זייער כעס אויף האלצער-פעדער
במילא ווען איינער איז אין כעס טראכט ער נישט וואס עס איז גוט פאר אים
אין וועלן זיי וואטן בלינד אבער מיר קוקט אויס מענטשן הייבן אן צו טראכטן אליין
ווי איידער מען זאל טראכטן פאר זיי

זשוליאני08 » 3/6/2008 02:58

דאס זעה איך אויך אז סיי
משנת חסידים און סיי זיין נייע ניק, זענען ביידע זאלונים.

משנתחסידים » 3/6/2008 03:07

זשוליאני

אויפן גנב ברענט דאס היטל

זשוליאני08 » 3/6/2008 03:59

נישטא קיין גנב און נישט קיין היטל.

אזא פנים האט עטס נעבעך. יעקב מאיר פערענצ'ס קאלעגעס, שווערן זיך אז זיי גייען געווינען
און אז מ'לאכט פון זיי זאגט ער גלייך:

ער איז א ארויני. דאס איז ביי מיר טיפיקל יפו'ער.

געלעכטער » 3/6/2008 05:40

זשוליאני
איך האף אז די ווילידזש באצאלט דיר אווערטיים
ווייל די האסט היינט אראפגעלייגט א שווערע ארבייט
גלאפן פון אשכול צו אשכול אין געפירטעלט
עטליסט זיי זאלן דיר באצאלן אויף די קערעקטערס

זשוליאני08 » 3/6/2008 05:43

וועסט זיין סופרייזד געלעכטער.

מיר האבן א סקול דיסטריקט מיט 15 מיליאן דאלאר.
מיר האבן א ווילידזש מיט שווערע מיליאנען

און זיי באצאלן נישט נאר פאר מיינע קערעקטערס. נאר אויך פאר די שטותים וואס די פירקלסט אן.

אלזא שרייב נאך, ווייל מיין קאנטע וואקסט ב"ה. און זיי באצאלן ב"ה עד פ"א.

יעצט קענסטו ב"ה ווייטער גוט פלאצן.
מיטוואך נאכט ווען דו וועסט אי"ה פארשוואונדען ווערן, וועסטו מיך קענען שיקן אין אישית, און איך וועל דיר געבן אפאר טיפס וויאזוי מ'קען דזשוינען ווינערס, נישט נאר לוזערס.