אז אזוי וויא א פאר יחידים תמימי לב רעדן זיך איין אז די אסיפה דחופה מאנטיג גייט עפעס זיין פאר די תועלת פונעם ציבור להורות לעם השם דרכי השם.
ליגט א חוב מודיע צו זיין. אז א פאר עסקנים וואס מיינען געלט און כבוד ובראשם ק . מאכען די גאנצע איבערקערעניש כאילו זיי מיינען די אינטערעסע פון ציבור אדער עפעס כבוד שמים. . לא מיניה ולא מקצתיה. סתם צו ווייזן אז מען טוט און מען רידערט.
עפעס קנאות וועט מען יא רעדן. נישט פון די טרייפענע פליישן וואס מען שטאפט אהן דעם ערליכן חסידישן עולם. ניין פון דעם וועט מען נישט רעדן. אויך נישט וועגן די מחלוקת וואס גייט פאר אין די חסידישע גאסן. פון דעם וועט מען אויכעט נישט רעדן. ווייל מען האט דאך מורא אז עס וועט ווערן כאיש אחד בלב אחד אזוי וויא דעמאלס ביי מתן תורה.ויחן שם ישראל . וועט מען ח"ו באקומען די תורה. דאס ווילן זיי דאך נישט. ווייל די תורה מיינען זיי דאך זיכער נישט.
א ביסעל וועט מען רעדן פון די גרעסטע פירצה בדורינו. ליידער דער טמנאר עירוב. וואס די פאפא חברה מיט די די אנדערע חסידותער דא אין וויליאמסבורג באנוצען זיך ליידער דערמיט.
און דערווייל אפילו אמאל ווען מען האט יא גענוצט א עירוב אויף ראדני וכדומה איז דאס נאר געמאכט געווארן פאר גויים כידוע. ווייל די אמאליגע יודען וואס האבען זיך משתמש געווען דערמיט בימים ההם וויא למשל רבי שלום לויפער ז"ל זענען געווען ח"ו גויים . (קען זיין אז אמאל יארן שפעטער וועט מען זאגן אז די דרשה(םון די אסיפה דחופה) איז אויך געמאכט געווארן פאר גויים)
און דער רב הלל וועט זיין ראש המדברים צו פארדעקן דעם ענין פון מאכלות אסורות . (מאכען א קאווער אפ) און ער וועט גוט אויסלערנען אונזערע קינדער. א שיעור בהלכות עזות וחוצפה. און ער וועט עס אריינלייגן אין קנאות און שייגעץ שטיק.
און נאך די דרשות וועט מען טאקע קענען האבען די זכיה און תענוג צו זעהן וויא די בחורי חמד און פארשטעלטע פרומע
(פול רשעות ווייניג מצוות) יונגעליטלעך. וועלן שבת נאכלויפן מיט תאוה אלע פרויען(מילך קעסטלעך) און מיידלעך אויף די גאסען כמנהג וויליאמסבורג.(להוציא מליבם פון דעם קרית יואלער וואס האט געזאגכט אז עס האט נישט קיין פשט מוחה צו זיין)
אזוי וויא די גלחים פלעגען העצן די יוגענט אמאל אין די שטעטאלעך קעגן די די יודישע קינדער מענער און פרויען. און נאך די העצערישע רעדעס האבען זיך די סטודענטן ארויסגעלאזט מיט אימפעט צו רצחענען און פלינדערן פאר זייער לשם שמים (לשונו של הגה"צ אב"ד קארלסבורג של"ס פרשת קדושים)
נאכדעם וועט טאקע רבי בערל כ"ץ שליט"א רעדן וועגען די געפערליכע רשעות וואס מען נעמט פאר א דירה אזויפיל געלט אז די יטונגעלייט קענען עס נישט דערשטרייטן און מען ברעכט ממש אונטער רח"ל
און כדאי אז עס זאל נישט אויסזעהן סתם וויא א פארטייאישע אסיפה. און כדי די אהרונים זאלן אויך קומען עס זאל אויסזעהן וויא עס איז פול. דער ויואל משה זאל וועט מען אויך צושטעלען הרה"ג רבי משה גרין שליט"א רעדן וועגן וויאזוי מען מעג ארויסווארפן בחורי חמד פון די ישיבות נאכדעם וואס מען זיי אויסגעלערנט עזות און מחלוקת און פאליטיק. און פארענטפערן פארוואס מען האט ארויסגעווארפן די בחורים פון די ישיבות
אויך וועט ער רעדן וועגן די וויכטיגע תקנות פוון די חתונות צו שפארען געלט ווייל עס הויבט זיך שוין יעצט אהן די חתונה סיזען.
פארן סוף וועט אויפטרעטן הרה"ח רבי מלך שטערן מסביר זיין אז מען דארף און מען מעג גיין צום ציוניסטישן ערכאות ווייל פאר די פארטיי מעג מען אלעס
און צום שלוס וועט אויפטרעטן הרב נ בלומענפעלד. בעטן אז וועגן די נקודה פנימית פון רבין בהיכלא דמלכא בעט מען יעדן זאל קומען דאווענען אין ראדני שבועות אז עס זאל אויסזעהן וויא א גרויסער עולם. און אויך אז צו די גרויסע חתונה פון רבין זאל די גאנצע שטאט קומען אפילו דער וואס וויל נישט קומען וועגן רבין. זאל ער עכ"פ קומען וועגן כבוד הבי"ד וואס רבי ז"ל פילאפף שליט"א איז דאך חבר הבי"ד .
רעזאלאציעס פון די אסיפה. קען מען שוין באקומען אין די בתי מדרשים.
1 ק מיט נאך עטליכע עסקנים דארפן האבען געלט
2 די חתונה תקנות טאר מען נישט האלטן בשום אופן נאר אויסרייסען און אויסברענגן וואס מער געלט אבי מען זאל עובר זיין די תקנות
3 אזוי וויא יעצט הויבט זיך אהן די חתונה סיזען. דארפן די בחורים דירעקט גיין יעדע נאכט צו חתונות להוציא פון דעם וואס האט אויסגעטראכט אז בחורים טארן נישט גיין צו קיין חתונה.
4 מען דארף לאכען פון יעדען רבין ווייל אלעס איז נאר א ליצנות נאר כדי אנצוהאלטן די נקודה פנימית פון רבין דארף מען מחזק זיין די זאך דא אין ראדני
5 פלייש טאר מען קויפן מיט א השגחה. נאר אזא פלייש מעג מען קויפן. וואס די השגחה איז נאר ממליחה ואילך.
6 מען מעג זיין א שייגעץ ווייל נאכדעם קען מען דאך האבען א זכיה צו האבען א קינד א רבין א נועם המידות
7 אזוי וויא די גאס איז לעצטענס פול געווארן מיט גויים פון די שכנתדיגע געגענטען. מעג קיינער נישט פארקויפן דירות פאר גויים אדער ארטיסטן. נאר ווער עס שטיצט די מוסדות פון רז"ל.
8 און די גרויסע טיפלא פון מארסי קארנער הופער. טאמער עס וועט איינקומען געלט פאר די עסקנים דעמאלס זאל מעג מען עס לאזן אוועקגעבען פאר די שמוציגע גויים
9 מען טאר נישט לייענען דעם בלאט אדער די היידפארק אדער הערן די האט ליינס ווייל מען קען ח"ו הערן א ווארט אמת. און עס וועט אריינווארפן ספיקות אין די עסקנים און אין די פארטיי.
10 די גרעסטע עבירה בדורנו. איז דער עירוב סיי אין בארא פארק און סיי אין וויליאמסבורג מען זעהט דאך קלאר. אז סיי דער ביד"צ פון די עדה החרדית און סיי אלע רבנים פון די וועלט הערן נישט אויף צו רעדן נאר פון די שרעקליכע פירצה . און וועגן דעם עירוב דארף מען און מען מעג מפקיר זיין אונזערע קינדער און אפילו אראפנעמען פון זיי דאס ביסל מענטשליכקייט וואס קומט נאך פאר תורה ווייל דרך ארץ קדמה לתורה.
למה נקרא שמה אסיפה דחופה. שדוחפין רגלי השכינה רח"ל
ווער עס האט עפעס מוסיף צו זיין אויף די זאכען פון וואס מען וועט יא רעדן ביי די אסיפה אדער נישט רעדן דער זאל מוחל זיין דא ארויפצולייגן ותבא עליו ברכה.