היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » וואלען און קרית יואל

וואלען און קרית יואל

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2420073

ultrayid » 30/5/2008 02:25

נקעסטע וואך קומט פאר וואלען און קרית יואל פאר טראסטיס פון די ווילעדש.
 און עס איז לעבעדיג דארטען ווייל די אהרונים ווילען נישט וואיטען פאר זייערע אייגענע קאנדידאטען, ווייל זיי ווילען שיקען א מסעדזש אז זיי ווילען נישט האבען די מניוול דוד עקשטיין אלס ראש הקהל.
 גייען זיי נישט גיין וואויטען, וועלען די זאליס געווינען די עלעקשאנס.
 
און כה''כ רעגען זיך אלע אהרונים וואס וואוינען אינדרויסען פון קר''י אויף די קרית יואלער אידן פארוואס זיי גייען נישט גיין וואויטען,
 
איין זאך פרשטיי איך נישט, אז אויב רוב אהרונים ווילען נישט האבען דוד עקשטיין פארוואס ווארפט מען איהם נישט? און אויב עס איז נישט דא קיין אנדרע וועג ווי אזוי איהם צו ווארפען נאר דורך נישט שטימען, דארף מען טאקע נישט שטימען.

און אפשר זאלען די אלע חברה אויף כה''כ אויפקומען מיט א נארמאלע עצה וויאזוי איהם אראפצוווארפען פון בענקעל, נישט סתם אטאקירען די קר''י אז זיי זענען געספוילט.
 מען קען דאך נישט און א קאמיוניסטשע לעבען. אפילו רוסלאנד ווי מען האט געלעבט אויף די רעגירונג, האט עס נישט געטויגט.

תוקן על ידי ultrayid ב- 30/05/2008 2:27:21

ultrayid » 3/6/2008 03:08

די ארונים מעלדען אז דוד עקשטיין האט זיך אפגעזאגט פון די וועד הצניעות פון קרית יואל.
מיין שאלה איז נאר, ווער זאגט אז דארנשטאג נאך דער וואלען וועט ער נישט צורוק קומען?

פרעסטראק » 3/6/2008 04:12

גראדע איך האב הנאה פון די קר''י ווילעדזש, זיי שטעלען צו אסאך סערוויס פאר די קר''י מענטשען.
למשל די אשת חיל, זייערע ביזנעס סענטר וכו' און די טעקס איז נישט אזוי טייער דארט אנטקעגן אלע אנדרע אפסטעיט שטעטלעך.

אבער אויף זייער פורם זעה קוקט אויס ווי זיי האלטען אויף א גאנצע סטעף פון שרייבערס צו זיכער מאכען אז די עולם קומט ארויס שטומען פאר זיי. און זיי האבען אפילו ניקס וואס מאכען זיך ווי זאלונים
און שרייבען נישט צודערזאך, כדי צו דערשרעקן די אלע ארונים צו גייען וואויטען.

אבער סוף פסוק שטעלען זיי צו סערוויס.
 ווער זאגט אז די זאלונים וועלען צושטעלען סערוויס?

ultrayid » 3/6/2008 22:18

זיי שטעלען צו סערוויס נאכען נעמען מיליאנס און טאש.

אויף כל העולם כולו קען מען זעהן ווי דעספערט זיי ווילען געווינען. ווי פלוצלונג אין  די לעצטע וואך איז אויפגעקומען 10 נייע ניקס.
 
אויכט, נארמאל ווען אן אשכול ווערט היציג פארשפארען זיי עס אפ מיטען תירוץ "עד יעבור זעם"
אבער יעצט גייט אלעס מיטען גאנצען אייפער אן פארשפארען גארנישט, (חוץ פון מעקען...)