און איז ב"ה ארויס גענצליך לחירות אן קיין הויז ארעסט (ווי שמילזאדע) ב"ה.
ב"ה און קיין איין טאג פון זיצן אין טורמע (ווי די יאקאבאוויטש ברידער, אדער יצחק ברוך ברוין).
ממש אפענע נסים וויאזוי דער פראקורער און דער ריכטער האבן אים געלאזט גיין אינגאנצן פריי, בחסדי ה'.
אויך האט ער ב"ה נישט געדארפט צאלן קיין איין פרוטה קנס פאר די רעגירונג, וואס איז עקסטער א גרויסער נס.
דעם שבת קודש האט הרב ר' יעקב שליט"א געמאכט א ריזיגן גרויסארטיגן קידוש אין העלמעצער ביהמ"ד ווי הונדערטער גוטע פריינד און ידידים פון הרב ר' יעקב'ן זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט זיין אומגלויבליכע שמחה.
הודו לה' כי טוב.