אצינד קומט פאר אין שטאט אנטווערפען די פייערליכע מעמד העשור צום צענטן יאר זינטן גרינדונג פונען "כולל ויואל משה ד'סאטמאר" אין אנטווערפן. בהתייסדות הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א (דאן אב"ד אנטווערפן)
די גרויסארטיגע מסיבה ווערט אפגעהאלטן אין די זאלן פון בית רחל ד'סאטמאר בהשתתפות די גרויסע גאסט הגה"צ אב"ד ווויליאמסבורג שליט"א.
די זאל איז איבערגפולט עד אפס מקום, ביידע זאלן זענען אפען צם באניץ, פרישע בענקלעך ווערן אריינגעברענגט די גאנצע צייט און די מענשטן הערן נישט אויף צו שטראמען.
יושב ראש המסיבה איז ר' ישראל יצחק היימאן הי"ו.
הגאון הגדול רבי חיים יוסף דוד (חיד"א) ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפן האט אויפגעטרעטן מיט א פייערליכע דרשה ארויסברענגענדיג וואס די רב שליט"א האט אלס אויפגעטוען זייענדיג רב אין דער שטאט ווי איינע פון די זאכן האט ער געבויט דער כולל וואס דאס האלט אן דער גאנצער שטאט און אלעס איז נאר בזכיתם.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ג רבי בעריש קאהן שליט"א די ראש הכולל.
דערנאך איז באעהרט געווארן העסקן הנמרץ ר' יואל פויגעל נ"י וואס ער איז פון די סאמע גרענסטע עסקנים למען קהלתינו אין שטאט אנטווערפן און שטייט א גאנץ יאר צו הילךף פאר די כולל.
"אורח הכבוד" איז געווען הרבני הנגיד ר' משה ארי' פריינד גבאי דביהמ"ד סאטמאר-לאנדאן.
"דבר הכולל" האט געזאגט הרה"ג רבי ליפא טייטעלבוים, א איידעם ביי הגה"צ חיד"א ווייס שליט"א.
מיט א עקסטערע דרשה האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רב פאללאק שליט"א, דיין עיר אנטווערפען.
פאר עטליכע מינוט צוריק איז אריינגעקומען אין זאל כ"ק אדמ"ר מ'פשסווארסק שליט"א.
אצינד קען מען מיטהאלטן די דרשה פון הגה"צ אב"ד וויליאמסבורג שליט"א אויפן נומער 718-487-9469 דערנאך לייגט אריין די דאזיגער פין נומער 470059771#
הויפט זייט » כל העולם כולו » מעמד "יובל העשור" בעיר אנטווערפען.
מעמד "יובל העשור" בעיר אנטווערפען.
15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2418040
מורא'דיג
אלס (געוועזענער) רב פון די דארטיגע סאטמארער קהילה האט ער כאטש באזוכט די מוסדות?
איז די סיקרעט סערוויס געווען אזוי ווי ביים הייליגען רבי'ן ?
האט ער כאטש איבערגעלאזט עפעס "טאשן געלט" פאר זיינע געוועזענע אונטערטאנען מיטן זאגן ווילדע סטעיטמענטס ביי זיין דרשה ווי ער האט געטאן אלס רב דארט?
דוד'ל מה ענין שמיטה אצל הר סיני ?
איך מיין נישט דעם הייליגען רבי'ן דער ת"ח שאלה פין כולל שומרי החומות
איך מיין נישט דעם הייליגען רבי'ן דער ת"ח שאלה פין כולל שומרי החומות
ר' לייביש איז געקומען איך פארשטיי נישט ווי זעמיר
ר' מעכעלעלעלע שלעזינגער האט ציגעזאט פארן הייליגען רבי'ן דער נועם המדות אז ר' לייביש קומט נישט וואס טוט זיך דא ווי זענען אינזערע מענטשן
פאריאר האבן מיר די זעלבע געהאט מיט סקלענער רבי ווען ער איז געווען ביים וויזניצער ארון
ווי איז ברוך מרדכי אקערמאן מיט מאיר ראטה אינזער גרעסע חסידים ?

מה ענין שמיטה אצל הר סיני?
פשעווארסקער רבי שליט"א גייט איבעראל
דו מעגסט דאס וויסן אלס אהרוני וואס ליינט יעדע וואך דעם כל העולם כולו
וואס רעדסטו דוד'ל ר' לייביש איז דאך אינזער
א שאלה?
ער פארפאסט נישט קיין באזוך אין ק"י ביי דיין רבי'ן ווען ער איז אין ניו יארק....
מה ענין שמיטה אצל הר סיני ער קומט צים רבי'ן אין וויליאמסבורג
ווען איז ער געווען דאס לעצטע מאל ביי אים אין וומס"ב?
יעדעס מאל
דער גאנצער אשכול איז פארדרייט קען ארויף לייגן בילדער פין די מסיבה
גאב"ד סאטמאר שליט"א איז געווען אויף א באזיך ביי אדמו"ר מ'פעשסווארק שליט"א ווי עס איז אנטוויקלט געווארן א שיינער שמועס צווישן די צוויי פאר בערך צוואנציג מינוט.
דערנאך האט מען ארויסגעשיקט אלע באגלייטער ווי זיי זענען געבליבן פריוואט פאר צען מינוט בחדרו הפרטי און פשעווארסק רבי האט אום דערנאך ארויסבאגלייט ביז צו די קאר.
נאכמיטאג איז פארגעקומען א דרשה אין ביהמ"ד פאר אלע תושבי איירופה וואס זענען געקומען צו פארן קיין אנטווערפען.