היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הערליכער יו"ט ל"ג בעומר אין קרית יואל

הערליכער יו"ט ל"ג בעומר אין קרית יואל

5 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2416182

וואלןסח » 23/5/2008 17:10

די געפילן זענען צו ארים צו באשרייבן די געוואלדיגע התלהבות און התעוררות נעכטן נאכט ביי די הדלקה אין קרית יואל, ווען טויזענטער אידן האבן כאיש אחד בלב אחד געטאנצן לכבוד התנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי.

און דאס אלעס איז נאר די פארשפייז וואס ס'האט זיך נאכדעם אפגעטון אינעווייניג אין ביהמ"ד.

די פייערדיגע דברות קודש פון רבינו שליט"א, די הפלא'דיגע חידושים, די געוואלדיגע אויפטוען

(איך שרייב וואס איך געדענק)
א) די מבול האט זיך אנגעהויבן ל"ג בעומר און דאס איז א חסד (עי' זרע קודש) אז דורכדעם האט מען מקבל געווען די תורה
ב) כתנות או"ר מיט עו"ר וואס איז געווען ביי רשב"י אין די מערה
ג) והא"ר עינינ"ו בתורתיך לעטיג מאכן די עי"ן
ד) היא מאיר"ת עינינ"ו אין אלע דורות
ה) לכל ישראל האי"ר אפילו אין אונזער דור


אשרי עין ראתה כל אלה, אשרי אוזן שמעתן

אדמיראל » 25/5/2008 08:11

דוד'ל ענדערש פארענטפערן א רבי'ן מיט אן הדלקה
ווי איידער פארענטפערן א רבי'נ וואס איז א ליידאק אין  יעדע תורה וואס איז איין שטיק עם הארצות

זשוליאני08 » 25/5/2008 23:08

1) רביה"ק בעל דברי יואל האט קיינמאל נישט געפירט ל"ג בעומר ביינאכט. נאר בייטאג. זאלי האט אפגענויגט.
2) רביה"ק בעל דברי יואל האט נישט געזאגט קיין דברי תורה ל"ג בעומר.  זאלי האט אפגענויגט.
3) רביה"ק בעל דברי יואל האט נישט מסדר קידושין געווען ל"ג בעומר צוליב חומרא פון ספירה. זאלי האט אפגענויגט.

יעצט קענט איר זיך דינגען צי ס'איז א קוצו של יו"ד, אדער זיז כלשהוא. אדער איז עס מותר צוליב להגדיל הטראסק.

זאלונים טייערע, דער עירוב איז אויך מותר פאר פאליטיק. ושלמה גראס יוכיח. 

דוד46 » 27/5/2008 02:24

א רבי'ן וואס מען דארף כסדר פארענטפערן, איז א ביג פראבלעם, מיין פריינט!

יא! דו מוזט כסדר פארענטפערן דיין רבי'ן פארוואס טוט ער אנדערש אזוי און פארוואס אזוי.

ארגינעלער » 27/5/2008 02:26

סאיז גארנישט דוד'ל ווען וועט אינטעראיילן שמואל קאמפאט אין אלעס וועט זיין מסודר
סוועט שוין נישט זיין קיין מיסטעיק