היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » וואס איז געשען מיט ראוזען'ס פאשקעוויל???

וואס איז געשען מיט ראוזען'ס פאשקעוויל???

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2415697

קהל_יטב_לב » 22/5/2008 23:47

דער עולם וואונדערט זיך אין גרויסען... ס'האט שוין לאנג געדארפט ארויסקומען דער פאשקעוויל "דברים כהוויתן" פון דעם בעלזער יונגערמאן מרדכי יעקב ראוזען וואס ער איז מחבר ומוציא לאור זיין "דעת תורה" אקעגן ראשי ומנהלי מוסדות סאטמאר פון ב"פ.

דארט ברענגט ער שטארק ארויס די פאקטן פון די השתלשלות הדברים ווען ר' יונתן פייערווערקער ע"ה האט זיך שטארק איינגעבעטן ביי רבי'ן ז"ל דער ברך משה אז ער זאל אויפנעמען ר' יעקב בערקאוויטש מיט ר' אהרן וועלץ אין די הנהלת המוסדות... [אן עלטערער איד האט ערווענט ווי אינטערעסאנט עס האט זיך אויסגעשטעלט אז ר' אהרן וועלץ איז דארט געבליבן און ר' יעקב נישט....]

ס'האט שוין געהייסן פאר פסח אז די באמבע אויף וואס דער עולם ווארט שוין בכליון עינים, איז פארטיג... אבער עפעס צוליב טעכנישע סיבות איז עס עפעס  שטעקן  געבליבן  ערגעץ וואו...  



תוקן על ידי קהל_יטב_לב ב- 23/05/2008 0:10:33