די וואך האט ער ארויפגעלייגט א דרשה פון עפעס א מטורף אין מאנסי
ווייסט אפשר איינער ווער דאס איז
איין טאג זאגט ער האט נישט מורא פון קיינעם, דא האט ער מורא פרעגן א מיידעל, ווייל וועד הצניעות וועט אים ''חושד'' זיין און פארלאנגען געלט...
איין טאג שרייעט ער אפי' מלמדים זענען פארדארבען, ''ער'' ארבעט מיט די גאווערמענט פאר א האטליין פאר מסרן (ווייסט איינער אויב ער דמיון'ט נאך דערוועגן...) דא שרייעט ער היתכן מזאגט פאר רעגירונג ליגענט אז מזינדיגט פאר פראגרעמס
דא שרייעט ער היתכן מ'ווארפט ארויס פארדארבענע בחורים, יעצט שרייעט ער מדארף ארויסווארפען מיידלעך וואס האבען אליין אהיים געוואקט... ווייל ''אפשר'' איז עפעס געשעהן...
דא ער טענות לשיטתו אז א ''יונגערמאן'' כדי צו באקומען לייסענס פאר ספעשעל עד געווען אין קלאס מיט 6 יעריגע שיקסעס, ער האט אפי' בילדער... (אויב אזוי וואס האט נחום דארט געזיכט?) אנדערע מאל לויבט ער זיינס א משפחה מיטגליד א ''בחור'' א דאקטאר, איך גלייב נישט עס געווען א היימישע קלעס וואס צענזירט וואס מלערנט וד''ל
נ.ב. ווער נעמט איבער די צענדליגע קאלס וואס ער באקומט בשעת'ן אפדעיטען זיין האטליין... און בשעת ער איז אין אויסלאנד? איך מיין עס אומ'אחריות'דיג פון אים כסדר זיין און אויסלאנד... בשעת ער באקומט יעדען טאג אפי' אינמיטען ביינאכט... (זיין נומבער איז ליסטעט און עמערדשענסי אפטיילונג) צענדליגער קאלס פון בחורים, טאטעס, מנהלים, און אפי' די גאווערמענט...
ידידי היקר "פלעכטעל " נר"ו.
דאס וואס ער (נחום) איז . (אפשר?) . איז קיינעם נישט נוגע. זאל ער זיין וואס ער איז. גילט דא דער כלל "קבל את האמת ממי שאמרו" . נישט קיין חילוק ווער דער מי שאמרו איז.
איין זאך איז יא נוגע. אז א פארטיי מיט א רבין בראש גייט נאך היינט אין די היינטיגע וועלט. און לאזט בחורים טעראריזירען אנדערע יודען בפרהסיא. פאר דעם איינעם חטא ווייל מען גייט נישט אין זיין שפאן.
וואס ווען ער וואלט חאטשיג געווען פערטל אזוי גרויס וויא זיין עלטער פעטער דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע וואלטן מיר נאך עס אראפגעשלונגן. אבער ער אליין און יעדער ווייס דאך ליידער דעם ביטערן אמת. זיינע מדריגות און חכמת התורה.
וויא האט ער א חוצפה. צוצולאזן טעראריזם. בפרט נאך פורץ צו זיין קדושת ישראל אז יונגעלייט און בחורי ישראל זאלן שרייען אויף נשים און בתולות. וואס דאס איז נאך קיינמאל נישט געווען אפילו אין בלעם הרשע'ס צייטן.
דאס איז נישט א פרייוועט מענטש. דאס איז א בכיה לדורות לשימצה בקמיהם.
עס איז געווען א מיטינג מיט די רבנים הגדולים דער בי"ד המיוחד לענייני עירובין שליט"א צוזאמען מיט די ראשי הוועד לתיקוני עירובין בוויליאמסבורג. עס איז געווען א פארשלאג דורך רבנים. אז מען זאל ארויסגעבען א קול קורא און א כרוז. אז יעדער איינער איז מחוייב מקיים זיין לא תעמוד על דם רעך. און ווען מען זעהט אז א בחור אדער א צווייטער אויסווארף אדער משוגענער. שרייט נאך א מאן אדער א פרוי. זאל דער גאנצער עולם וואס זעהט דאס. מענער מיט פרויען מיט קינדער אנשים נשים וטף יעדער זיך נעמען צו שרייען אויף דעם יונגאטש..
שייגעץ!!! חזיר!!! מנוול!!! פושעי ישראל!! צדוקי!! עוכר ישראל!!.
נאר סוף כל סוף איז באשלאסן געווארן דורך רוב דעות . אז אזוי וויא דאס ווילן זיי דאך די מחרחרי ריב. די פינסטערע פארטייי שקצים. אז מען זאל זיך ארומשלאגן אויף די גאסען. ממילא זאל מען זיי נישט נאכגעבן. און מען זאל זיי לאזן בילן ווייטער וויא הונט אהן ציין. אזוי וויא די הייליגע גמרא זאגט (גיטין ז) והם כלים מאליהם. זיי זענען ממילא נחשב ביי יעדען נארמאלן מענטש. אזוי וויא אש און פארעך. מחוץ למחנה ישראל.
מיר ווארטן שוין קוים אויף דעם קומעדיגען שבת חזק
אויב עס וועט זיין א שיינע צייט אי"ה וועלן די מייז נאכאמאל ארויסקריכען פון זייערע לעכער און בילן וויא כלבים (צווחין ככלבין(תיקו"ז) יעדער ווייס דאך וואס דער רבי בעל דבר"י זי"ע פלעגט טייטשען "להוציא מליבם של צדוקים" וואס הייסט דאס להוציא מליבם.? וואס דארף מען ארויסציען פון זייער הארץ? נאר די צדוקים האלטן זייערע אומווערדיגע מעשים און מחשבות באהאלטן אין זיך אין זייער הארץ. מען זאל נישט וויסן ווער זיי זענען !! אבער ווען מען רעגט זיי אויף קומט ארויס פון זייער טמא הארץ זייער שייגעץ שטיק. אויף די אויבערפלאך און יעדער זעהט למי החותמת ולמי הפסילים וער זיי זענען. דאס מיינט להוציא מליבם של צדוקים.
אזוי וויא די מעשה הידוע פונעם רבין רב יונתן אייבשיץ זי"ע אז א קאץ איז געווען פארשטעלט וויא א סארווער ביי א סעודה און ארייגעברענגט א טאץ פול מיט גוטע עסן. אינמיטן האט די קאץ באמערקט א מויז האט זי אראפגעלאזט די גאנצע טאץ מיט אלע עסן און מיט אלע טייערע כלים נאכצולויפן חאפען די מויז. ווייל דאס איז איינגעווארצלט אין איר הארץ.
עס שטייט אין מדרש אז שבת דערקענט מען ווער עס האט גוטע מידות און ווער נישט! וויאזוי? (דער מדרש מיינט דורכן מן וואס איז געפאלן אין מדבר כידוע (עיין ערוגת הבושם גבי דתן ואבירם) אבער לענייננו זעהט מען יעדען שבת
ווער עס האלט ביי א שידוך ער האט א פיינע טאכטער און ער וויל וויסן וועלכער בחור איז א גוטער בחור. און וועלכע משפחה איז א חשובע משפחה. זאל ער ארויסגיין אויף די גאס. און ער וועט זעהן אז דער בחור וואס זיצט נישט און לערנט און לויפט נאך פרויען . דער האט נישט קיין מידות און ער איז א אויסווארף און ער זאל אוועקשטיין פון עהם און פון זיין משפחה. כמובן