די אהרונים זענען ליגנערס אין אימפארגינערס
תיכף ווען מען האט געהאנגען די צעטילך פרייטאג אז די רבי גייט זאגן די חיזוק דרשה איז געווארן א קאכריי וואס מען האט נאך נישט געהערט
די יונגע חסידים האבן געזאגט אז די רבי גייט זאגן א קנאית דרשה אז מען זאל נישט פארן אויף מירון וואס ווי באקאנט האלט די רבי קיינמאל נישט קיין דרשה קעגן די ציונים ווייל די רבי איז יעצט נאר ביזי מיט מידות אריין ציפרעלגן וואס מער מידות אין די חסידים
טייל חסידים האבן געהאלטן אז די רבי גייט מסביר פארוואס מען מעג גיין צים בג"ץ ווייל ווי באוואסט רירט זיך נישט אן די דיינים "ככל אשר יוריך" ער טוט גארנישט אליינס אפילו ער איז די דעת תורה אבער די רבי איז דער בעל מידות אין ער טוט נאר וואס תורה הייסט איז ממילא גייט ער עס מסביר זיין
אבער די עלטערע אויס גערייכרטע חסידים (פין זיפנוק אין קינגס טערעס )האבן געהאלטן אז די רבי וועט גאר שארף ארויס קומען קעגן ר' אהרן ווייל ער האט פאריגע וואך אויפגענימען ר' חיים לייב כ"ץ ,דעם חב"ד רב פין ניו זשערזי,מיט ר' מתתי' סאלאמאן ,
אזוי איז פרייטאג מיט שבת נאכט אנגעגאנגען העווי דיבעטס איבראל די חסידים האבן זיך געקאכט אבער ווי פארשטענדליך ביים טיש האט געהערשט א דרך ארץ אין אריבער 20 חסידים זענען געווען מיט דרך ארץ
שבת אינדערפרי איז די שול געווען געפאקט מיט טויזנטער חסידים תיכף ווי דער רבי האט זיך אויף געשטעלט האט מען געזען ביי זקני חסידים טרערן אין די אויגן ווייל זיי האבן זיך דערמאנט פין דער עצי חיים ווייל ווי באקאנט קוקט די רבי אויס גענוי ווי דער עצי חיים
(אין די אלע בילדער פין עצי חיים וואס קוקט אויס קאמפליטילי אנדערש איז אהרוינים פאבראצירט מיט דעם שפיטצער זיי האבן פארבאצירט די פאלשע בילדער פין יענקעלע גליק צוויי מאל
ארויס געשינטען שפטיווקער רבי'ן פינעם שטענדער ,זיי פעלשען די נעילת החג בילדער אין נאך מער פין אלעם דער רבי איזס קעגן בילדער "ככל אשר יוריך" )
דער רבי האט גערעדט 10 מינוט קודם האט ער אנגעהויבן מיט א אייגנעם דרוש ציזאם געווארפן גאנץ ש"ס אין ויואל משה ווייל דברי יואל זאגט שוין דער רבי נישט נאך ווייל די טומאה האט עס פארכאפט אין רבי האט געזאגט מיט א ב'חנ'עטן עניות אז מען זאל קומען אין ראדני דאוונען נישט וועגן די שול איז ליידיג, נישט ווי ר' משה יודא פריעדמאן האט די וואך געזאגט פאר די בחורים אז די בחורים זאלן ברענגען זייערע טאטעס אין שול וויין שול איז ליידיג צי ר' נפתלי בלומנפעלד האט געזאגט אז מען זאל קומען אין ראדני מחזק זיין די "זאך"
נאר די רבי האט געזאגט בזה הלשון "די נקודה איז מען זאל קומען וועגן עס איז דעם רבי'נס שול "
אין מען האט געזען דעם רבי'נס עניות ער זאגט נישט דער "פעטער"
אלעס מיט א חן "ככל אשר יוריך " ער רירט זיך נישט אן די תורה
תיכף נאך די חיזוק דרשה האבן די יונגע שארפע חסידים געגאנגען פרעגן אבער מיט דרך ארץ צי יואל בן ר' חיים הערש לעווי אין ר' מרדכי דוד גבאי היתכן דער רבי רעדט קיינמאל נישט קיין קינאות
אין אז מען מען זאל נישט פארן אויף א"י , האבן זיי געזאגט צוויי טעמים איינס וויבאלד די אינטיפאדע גייט אן קען דער רבי נישט רעדן אז מען זאל נישט פארן אויף א"י סזאל נישט אויסקוקן אז מען רייצט זיך מיט די ציונים
אין צווייטנעס דער רבי איז א בעל מידות אין אזוי ווי אסאך מענטשן האבן שוין געקויפט טיקעטס גייט די רבי נישט זאגן מען זאל עס צירייסן
אין ווי פארשטענדליך האט די חיזוק דרשה פריש אריינגעברעגט הויפנעס פין באגזאשן מיט חיזוק
וואס וועט לאנג געדענקט ווערן פאר די באטייליגטע
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 18/05/2008 21:54:14