היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » תענית היינט אין סאטמאר מאנטריאל

תענית היינט אין סאטמאר מאנטריאל

6 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2411628

האקאבו » 16/5/2008 01:11

היינט דאנרשטיג איז געווען א יום תפלה אין א תענית אין סאטמאר מאנטריאל ווייל פאריגע וואך שבת איז איינע פין די סאטמארע דיינים ר' משה מנחם טירנויער געגאנגען הגבה אויפן ספר תורה אין די ספר תורה איז אראפ געפאלן

נישט פארגעסן ר' משה מנחם זייענדיג א תלמוד פינעם רבי' ז"ל איז געווען פין די  גרויסע מחצופים פארן רבי'ן ז"ל באקאנט פין די שווארצע וואס האבן זיך נאך אין די געזינטע יארן פארשטנען בעסער פינעם רבי'ן

דוד46 » 16/5/2008 01:32

א פלא אז נאך פסח תשט"ז איז אראפגעפאלן א ספר תורה ביים רבי'ן אין ביהמ"ד און דער רבי זי"ע האט גוזר תענית געווען ה' אייר (עיין בחידו"ת ס"ג תזו"מ תשט"ז).

ס'קען זיין אז דעמאלסט איז געגאנגען הגבה אברהם מאיר פאגעל

רבי_יונה » 16/5/2008 01:39

א דיין וואס טרעט ליידער אויף די תורה הק' בשאט ובנפש, איז נישט קיין חידוש אז ער לאזט אראפ א ספר תורה רח"ל.

האקאבו » 16/5/2008 01:40

זיי מוחל דיי לייען די אינטערוויע מיט ר' אברהם מאיר וועסטו אנדערש רעדן
אין בדרך אגב ר' אברהם מאיר האט קיינמאל נישט געזאגט בי"ד חצוף

דוד46 » 16/5/2008 02:30

האקאבו

דו גלייבסט בכלל נישט יענעם אינטערוויו, דו ווילסט אז דיינע חברים זאלן עס גלייבן.

דער זעלבער אברהם מאיר פאגעל האט זיך געשוואוירן תשמ"ה אז דיין היינטיגע רביצין וועט קיין סאטמארע רביצין נישט זיין, ער האט דעמאלסט איבערגעקערט א וועלט קעגן א רביצין וואס רעדו עברית. 

האקאבו » 16/5/2008 02:55

ווער געדענקט דען נישט ווען ר' אברהם מאיר פלעגט זאגן ה' מלך ביז איינמאל האט הערש מילך כהנא אנגעשריגן היתכן ער זאגט ה' מלך האט אים ר' אברהם מאיר גענפערט וואס ווילסטו איך זאל זאגן זלמן לייב מלך
נישט אומזיסט פלעגט די רבי ז"ל נאכזאגן ר' אברהם מאיר'ס ווערטלעך