היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » יישר כח פרעזידענט בוש יר"ה

יישר כח פרעזידענט בוש יר"ה

10 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2408096

בערל550 » 9/5/2008 15:51

היינט צופרי בין איך ארויף אנליין צו טשעקן די באנק, זעה איך ווי אין מיין פערסאנאל אקאונט איז דא מער געלט ווי נעכטען, איון איך בין זיכער אז איך האב נעכטען קיין דעפאזיט נישט געמאכט.
וואס מיינט איר ווער איז געווען אזוי גוט הארציג צו מיר?

נישט קיין צווייטער ווי דער גרויסער פעטער שמואל....
זיי האבן מיך באשאנקען מיט א עקסטערע פאר טאלער וואס איך קען זייער וויכטיג ניצען.

[בילד – נישט אפגעהיט] [בילד – נישט אפגעהיט] ACH CREDIT US TREASURY
TAX REFUND ON 05/09
$1,200.00
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]

בערגער213 » 16/5/2008 17:49

איך וויל מיך אויך באדאנקען..סאיז אריינגעקימען קרוב צי $3,000

בערגער213 » 16/5/2008 18:36

באמת קימט זיך א דאנק פאר די דעמאקרטען אויך, פאקטיש אן זיי וואלט דאס נישט דורך

מוזיקנט » 16/5/2008 21:41

בערל, מסתם איז דיין פאמיליע סייז אין די דאבעל דידזשעס.
קע"ה.

זאל זיין אויף שמחות.

ארגינעלער » 16/5/2008 21:46

מוזיקנט לויט ווי סקוקט אויס האט נאך בערל נישט קיין קינדער ווייל א חתונה געהאטער באקומט בלויז 1200

בערל550 » 16/5/2008 21:54

כ'האב ק'נעהארע 3 קינדערלעך

ארגינעלער » 16/5/2008 22:00

וואלסטו געדארפט באקומען 2100 $

מוזיקנט » 16/5/2008 22:18

מאן און ווייב באקומען 12 מאות.
פאר יעדע קינד אונטער 19 באקומט מען 300 דאלאר

אלזא, אדער האט די רעגירונג געמאכט אן אויסנאם פון ידידינו ר' בערל'ן
אדער איז פון 21 מאות געבוירן נאך 900 דאלאר.

elmonsey » 17/5/2008 01:23

איך האב היינט באקימען מיין $600

_________________

[בילד – נישט אפגעהיט] 
 
           [בילד – נישט אפגעהיט]
 www.rushlimbaugh.com

allgood1s » 17/5/2008 02:23

מאן און ווייב באקומען 1,200 נאר אויב מ'האט געצאלט מכס.

אויב די אינקאם איז געווען גענוג נידריג אז מהאט נישט געדארפט צאלען מכס באקומען זיי נאר 600

אויך אויב די אינקאם איז איבער א געוויסע סכום, הייבט אן אראפצוגיין א געוויסע פערצענט לפי די אינקאם.

בערל'ס דריטע קינד איז מסתם געבוירען אין 08 (מז''ט...) האט ער באקומען נאר פאר צוויי קינדער.