דעלי יוד עקספאסט
43 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2407868
.
די דעילי יוד איז אפגעשפארט????
זיינע קעפלעך זענען געווען גאנץ אינטערעסאנט
דאס איז א ריכטיגע בשורה טובה.
די באקאנטע שמוציגע סייט "דעילי איד" איז אפגעשפארט.
בחדרי חרדים יודיש איז שוין ב"ה פארמאכט
בערל, אז די ווילסט שטארק קען איך עפענען א סייט ווי סוועט זיין אינטערסאנטע קעפלעך מיט שמיץ קעגן דיר
א שאד ער האט שוין צי געמאכט זיין סייט ווייל איך האב געוואלט זיין די נייעס אויף דעלי יוד
אהרונישי מניוולישע שומציגע היידפארק שמוצט אויס חשוב'ן עסקן
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 09/05/2008 19:50:23
Dont get me wrong
כ'האב נישט געזאגט אז ס'איז געווען א גוטע זאך,
כ'האב געזאגט אז "זיינע קעפלעך זענען געווען גאנץ אינטערעסאנט"
ס'איז געווען אינטערעסאנט ווי א דעפרעסטע איד וויל פארדרייען א קאפ פאר די מענטשהייט,
ס'איז געווען אינטערעסאנט ווי ער האט געקענט האבען א קעפל ווי ס'איז געשטאנען כל דברי נבלה, און ווען מ'האט געקליקט אויף די לינק האט עס נישט געהאט צו טון קיין כי הוא זה נישט מיט זיין שמוציגען קעפל.
וואס סווינדערט מיך ווי אזוי ער האט געקענט אנגיין קרוב צי צען יאר מיט שמוץ אין קיינער האט גארנישט געטאן דערצו סדארף אן ערנסטען תירוץ ?!
פשוט ער איז א זאלי סא גייט עס נישט אן פאר חיים הערש פר"מ וקאמפני, האבן זיי אים געלאזט.
אויב קענען אפאר אינגעלייט וואס האבן געזען אז באו מים עד הנפש, אין מען דארף אפשטעלן די מנוובל פין זיינע טמא'ע מעשים, אים געקענט אויפדעקן די פרצוף פין ווער עס שטייט מאחורי הפרגוד, אין אים אפגעשטעלט אין אפאר מניט, וואלטן זיי ווען זיי מיינען ווען אמת'דיג זייער ארבעט אים שוין פין לאנג אפגעשטעלט.
איין זאך וואס מען ארויס נעמען פין די גאנצע זאך, אז ווי עס איז נאר דא א מנוובל אין א טמאנער יונג ציט ער צי איין פראטיי... ודוק ותשכח.
פון אידיש וויקיפידיע ביז בחדרי חרדים אידיש און לעצטענס דעילי יוד איז א 5 יאר זיכער
געארבעט יארן ממש 24 שעה מיט ניוול
אנשי שלומינו האט ער שוין אויך אפגעשפארט
מענטשן האבן צוויי סארט טענות איינס מען פארשעמט א יחיד אין צווייטנס כבוד המשפחה
איז אז מען פארשעמט א יחיד דארף מען וויסן ווער איז דער יחיד ?
דא רעדט מען פין איינעם לית מאן דפליג האט עובר געווען בשאט נפש אויף אלע דריי עבירות שבתורה,אין פילן זון געזאגט,ער האט זיך געשפליט מיט זיינע קרבנות ווי ביי זיין טאטן אין וויינגראטן
ניוויל, רציחה ,ע"ז געלויבט דעם קריסט ,אזא איינעם איז א חיוב מגלה צי זיין מען דארף פין שטיין ווייט פין אים דמיו בו
אין יעצט וועגן כבוד המשפחה, קודם ווי זענען זיי געווען ביז יעצט, זיי האבן אלע פיין געוואסט וואס דער בענאק איז אין וואס ער איז עלול אלץ צי טיען אין
צווייטנס בקרבו אקדש זיי זאלן ארויס קומען אין איבער בעטן וועם ער האט מבזה אין פארגאסן יודיש בלוט יעדן טאג פאר גארנישט אין פאר נישט, אויף זיינע קרבנות האבן זיי נישט רחמנות נאר אויף דעם דעספאט רוצח אין מינוויל האבן רחמנות
נישט דא אויף וואס רחמנות צי האבן !!!!!!!!!
----- איז סתם א שקרן, און זי וויל זיך נוקם זיין און אים, ווייל ער האט איר אנגערופן -----. פארשטייט זיך אז יעצט איז נקמה צייט וועגן די אנדערע יונגלייט וואס מען האט פארשעמט, אבער וויסן זאלן די וואס פירן יעצט אן די נקמה אקציע אז די וועלט איז נישט הפקר און פונקט אזוי ווי ער איז אריינגעפאלן און דעם לאך וואס ער האט געגראבן וועלן זיי אויכט אריינפאלן, יש דין ויש דיין!
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 10/05/2008 2:00:52
געדאנקען לייג אוועק דיינע קראנקע נגיעות אין א זייט ווייל איך האב פשוט נישט קיין געדולד זיך מטפל צי זיין דערמיט יעצט
תוקן על ידי ניהול_גרופ ב- 09/05/2008 21:23:13
אית דין ואית דיין מיינט אז ווען מען טרינקט איינעמס בלוט ווען עס איז נישט אמת און נישט געשטויגן
ער איז שגץ פון קאפ ביז פיס, ער איז ווייטער דענזשער, ער איז ווייטער א כופר, ער דרייעט זיך און וומס גאסן
אזא איינער דארף א דאקטער, די משפחה דארף איהם היילן, דארף איהם אידישן, נישט סתם פרובירן צו דערשטיקן
יעדע משפחה טוט זייער וויי, אבער ווען מען נעמט נישט אכט?
שויו יארן זיצט ער אויפן וועב, ער איז מינימום 20 שעה א טאג דערויף, ווי זענען זיי געווען?
מען קען דעם אינגערמאן נישט לאזן און א שול אליין, נישט מיט א סעלל פאון, נישט מיט קיין קינדער, ווי איז זיין משפחה?
עס טוט זייער וויי, אבער די משפחה האט מסתמא נישט קיין אנונג ווי ווייט ער איז
געדאנקן, האט איינער מיט דיר שוין געהאט צו טון, אדער ענליך?
די האסט עפעס זייער א שטארק געפיל צו איהם
געדאנקען איך בין ערשיטערט אבער נישט דערציטערט ווי אזוי די נעמסט דיך אן פאר א מניוויל אין א רוצח אין קיין שום בושה, איינער וואס די ביסט מודה אז ער האט געצאפט יודיש בלוט אכט יאר
תוקן על ידי דעקלעראציע ב- 09/05/2008 21:32:29
דעס הייסט מישין אקאמפלישט
איך הער אז ער איז א גרויסער חסיד נלהב פונעם יפוער.
און ער איז זייער נאט מיט אים.
קיין גרויסער באזיכער ביי דעם דעלי יוד בין איך נישט געווען אבער די וואך שבת האב אין געדאוונעט אין עצי תמרים האב איך געזען אז דעס פארמאכן דעם שמןץ בלאג האט
אנגעמאכט אן ערד ציטערניש
צי ווייסט מען אויף זיכער אז סאיז דער יוגערמאן ??
פרייטיג האב איך געהערט פון זיין קרוב אז ער איז נישט ארויס פון שטיב,
נאכן זעין אז סאיז נתגלה קלונו ברבים
אזהרה, אין נאמען פון די מערכת ווילן מיר מזהיר זיין נישט צו לייגן קיין שום לינק וואס פירט צו א סייט וואס פארמאגט לשון הרע קעגן א יחיד. דאס איז קעגן די פאליסי פון היידפארק, און יעדער וואס וועט פארלעצן די אזהרה וועט תיכף נחסם ווערן, און וועט נישט געעפנט ווערן אונטער קיין שום אנדערע ניק.
דעלי יוד איז די נייעס
אבער די אישו איז אלע בלאגס, די אידיש וויקי, די מיאוסע פאסטס, די בחדרי חרדים-אידיש
און וואס אלץ
די ניוויל וואס ער האט אריינגעברענגט, די שמוץ וואס ער האט מלקט געווען און די בילבולים פון איהם אויף יעדן חרדי
די היסטארי איז
עסקן פאר דעם יעהודא לעווין פון די מיאוסע דרשה'ס
קלובער רבי בעלי תשובה'ס
מארטי נידעלמאן חבר און מתפלל ביי איהם
א פאליטישאן און א וועב גארא
מתפלל און בית שלמה
איך געדענק אים נאך פון דעם אור אלטער פורום אין היידפארק "חדשות ניו יארק" ווי עס פלעגט נאך דארט שרייבען מיטן ניק גליק צווישען אונז, ער פלעגט זיין זייער פרא יאשקע ביז מען איז פטור געווארן פון איהם.
למעשה אויב ער איז שוין אראפ פון מארק, וואס פארדינט מען פון דעם וואס מען איז אים מבזה? אדרבה מען דארף עס אויסמעקן אין האלטען די פרטים פאר א שטעקן אז ער זאך נישט נאכאמאל כאפען די זעלבע רוח שטות
חוץ פון דעם וואס אויב ער איז א יתום, איז דא יתום ואלמנה לא תענון, און דער אייבישטער נעמט זיך אן..
מיסטער דעקלעראציע, דיין קרוסייד קעגען דיילי ייד איז 98% לפי שיטתו פון גוזמאות און איבערחזערונגען און אויך דו האסט דיך געמאכט א נייעם ניק לכבוד המאורע. ער איז טאקע באגאנגן עוולות אבער ער האט אויך צוגעשטעלט ענטערנטענינג פארן עולם. נאר א שוטה האט אים גענומן ערענסט. איך פלעג גיין צו אים כמעט יעדן טאג פשוט ווייל אסאך לינקס זענען געווען אינטערסטאנט און עס האט געברענגט צו לאכן ווי משוגע עמעצער קען זיין. אין דער זעלבער צייט האב איך באוונדערט זיין ענערגיע.
טו דו ווייניקער מצוות פון ובערת הרע און זיי מקיים בנפול אויביך אל תשמח.
ראביי ענדע צדיק, קאן זיין אז פאר דיר איז עס געווען א וויץ, די האסט עס אינדזשויט, האסט געלאכט, זיך מחיה געווען אויף יענעם'ס חשבון.
אבער ס'איז דא אומצאליגע אידן, היימישע אינגעלייט וועמען ער האט געטרינקן דאס בלוט, צוגרינט געלייגט זייער לעבן, זייערע משפחות, מענטשן אויף וועמען ער האט רעגעלמעסיג געשריבן שמיץ אן אפשטעל און פאר זיי איז עס קיין וויץ נישט געווען, זיי האבן שוין גארנישט געלאכט ווען דער טמה'ניאק האט ארויפגעלייגט זייער נאמען אויפן וועב-סייט מיט שמיצוגע נייעס דערצו.
איך האף אז די פארשטייסט עס. ס'איז נישט אזוי שווער.
און פאר דער וואס טראכט איין מינוט אז ס'איז נישט דער אינגערמאן, זאל פארשטיין אז אויב וואלט עס נישט געווען ער וואלט נאך "דעילי איד" געווען היינט צוטאגס ברייט אפען, דאס אז עס איז געווארן אפגעשפארט א שעה נאכדעם וואס דער בלאג קעגן אום האט זיך געפענט איז דער גרעסטע באווייז דערצו.
ענדע צדיק
| ענדע_צדיק כתב: | [בילד – נישט אפגעהיט] | . איך פלעג גיין צו אים כמעט יעדן טאג פשוט ווייל אסאך לינקס זענען געווען אינטערסטאנט
. |
|
די פלעגסט גיין צי אים ווייל די האסט ליב געהאט חאזריי אין מאכט דיך נישט פאר קיין צדיק
איך וויל דא דערמאנען א מעשה פין אכט יאר צוריק
סאיז דא וואס געדנקען דער סייט פין סאטמאר רעפארט וואס סאך הכל איז עס באשטנען פין פינעף בלעטער זשאקס אויף משה פריעדמאן אין איין טאג האט משה פריעדמאן געלאנזשאט א העווי אינוועסטיגעשען אין סהאט געצויגן פעדימער צי בי ענד עיטש
דעמאלס איז געלאפן ארטיקלען אין דער יוד אפאר וואכן אז מען האט געכאפט א גאנצען נעץ פין מניוולים אין מושחתים, וואס סך הכל ווי פריער געזאגט איז געווען אפאר וויצן אויף משה פריעדמאנ'ס חשבון, קיין איין זאלי האט דעמאלס נישט געבעטן מען זאל עס דן ביי א דין תורה,
מען האט נישט דערמאנט קיין ווארט פין כבוד המשפחה, סהאט קיינער נישט געפרעגט צי סאיז אמת אדער ליגענט
למשעה יעצט האט מען געכאפט א מניוויל וואס סאיז נאך נישט געווען קיינמאל בעפאר
ער האט זיך מודה געווען, זיין משפחה זאגט אז סאיז ער,אין זיי זאגן אז ער גייט ארויס ווארפן דעם קאמפיוטער פין שטוב, אבער ווי באלד ער האט געדעקט די זאליס וועלן אים די זאליס מאכן פאר צדיק אין אימשולדיג אין די וואס האבן אים געכאפט זענען מלבין פני חבירו
דעס הייסט אשר התרתי אסרתי ואת אשר אסרתי התרתי
איף יו וואנט טו געט פערסאנעל דערצייל זיי מוחל וואס דיין געווענדלעכער ניק איז און מיר וועלן נאכקוקן דיין היסטאריע. דערווייל באהאלטסט דו דיך הינטער א נייער שום וחניכא און אן אנאנימאס בלאג און דו טוסט גענוי וואס אבישי האט געטון.
מיין נאמן איז מעיד אז איך מאך מיך נישט פאר קיין צדיק אבער מאך דו דיך אויך נישט אזא צדיק אז מען דארף גיין צו אבישי צו טרעפן שמוץ. אויב דו ווייסט נישט פון לייכטערע וועגן קענסט דו מיך פרעגן אין אישית. חוץ מזה זענען א מיעוט שבמיעוט פון זיינע פאסטס געווען שמוץ. באלד וועסט דו זאגן אז איך האב מיך געוואלט טויפן. למעשה געדענק איך נישט אפילו איין מאל וואס ער האט געשריבן וועגן קריסטן.
אבער יעצט צום עיקר טענה. אלעס אויף דיילי ייד איז געווען לינקס. אלעס. 100%. ווען ער האט געלינקט וועגן א היימישער יחיד על פי רוב האט ער געלינקט דא צו כל העולם כולו! איז ממילא לאו עכברא גנב אלא חורא און דער חורא איז דא. מען קען זיך דינגן וועגן דער בחור וואס איז אוועק מחמת דראגס און ער האט מפרסם געווען זיין נאמן אבער דאס איז אויך געווען א לינק און סייווי האבן רוב געווסט ווער עס איז.
אויף דעם פארום טוט מען כסדר און נאך אלץ אין דער נאמן פון מלחמת מצווה און לשם שמים באשמוצען דיינים, רבנים, תלמידי חכמים און פריוואטע מענטשן. מען טאנצן אויף די קברים פון טויטע און מען פרייט זיך ווען מען שפארט איין יידן אויף לאנגע יארן. איז זיי מוחל טול קורה מבין עיניך און פריי דיך נישט אויף יענעמס בזיונות און ווייטאג. אז דו ווילסט מוחה זיין און זיי א מוסטער איז קום נישט אהער אוו אל פלייסיז.
קיין איין אומשולדיגען מענטש האט מען נאך דא נישט אויס געשמועסט
דעקלאראציע
מאך דיך נישט אזוי תאמעוואטע
סאטמאר רעפארט האט אפגעשפעט פון רבן של רבבות אלפי ישראל רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל, און האט דאס נישט געטאן אויף זיין אייגענער האנט ביים ארבעטן ביי זיין קאמפעני. זיין מענעדזשער האט "פון אלעם געוואוסט" (בלשון סגי נהור)! זיין דזשאבס איז געווען דירעקט פאר די ק"י פארטיי.
און צום יעצטיגן ענין. דער יונגערמאן פון דעילי איד האט נישט קיין שייכות מיט סאטמאר, מען זעט אים נישט בכלל נישט אין סאטמאר, און אויב ער האט עס טאקע געטאן איז עס געווען אויף דער אייגענער האנט, צוליב פריוואטע סיבות וואס דו האסט שוין אויסגערעכענט.
דוד'ל אפשר זאגסטו מיר וואס מען האט דארט אפגעשפעט פון רבן של רבבות אלפי ישראל רבינו הגה"ק בעל ברך משה זצוק"ל
מיר דארפן זעהן ווער האט איהם געפיטערט מיט שטאף, וויפיל יאר איז ער שוין אנגעקניפט מיט די זאלי קא
וועלן מיר זעהן ווי זיינע קינדער לערנען !
ענדע צדיק, פראווסט מיר אז דו ביסט א נאר, ווייל ס'איז דא א כלל אז פאר א נאר ווייזט מען נישט א האלבע ארבעט.
דו האסט געליינט דעם דעילי איד וואס איז נאר א הונדערטסטל ארבעט, פון דעם קינדער באלעסטיגער, און דו קומסט צו קאנקלוזשענס. די אלע אנדערע מענטשן דא האבן געליינט זיינע אלע ארבעט, זיינע אלע וועבסייטס פון אנפאנג ווען ער האט אנגעפאנגען צו שרייבן אויפ'ן אינטערנעט. (דאן איז ער נאך געווען אן אהרוני, אבער דער אינטערנעט האט אים פארדארבן)
סתם אזוי איז א גוטער כלל פאר איינעם וואס איז א קינד זיך נישט אריינצומישן ווען ער זעט עלטערע ערוואקסענע מענטשן רעדן.
גוטזאגער עס איז זייער אינטערעסאנט אז רוב עולם רייסט אים דא אראפ אבער, אזויווי די אליין שרייבסט "די אלע אנדערע מענטשן דא האבן געליינט זיינע אלע ארבעט, זיינע אלע וועבסייטס פון אנפאנג ווען ער האט אנגעפאנגען צו שרייבן אויפ'ן אינטערנעט.", מען האט אלס מיטגעהאלטן און געליינט זיינע כפירה און מנובלת!
אפילו ער איז טאקע געווען דער מחטא אבער די אלע חוטאים דא זענען נישט פאסיג אים צו באשמיצן.
און צו דיר דעקלעראציע, די שטעלסט זיך אהער ווי דאס איז געטהן געווארן לשם שמים ווען למעשה איז דאס נאר געווען א נקמה אקציע, ווי די אליינס האסט געשריבן, ווייל ער האט אויפגעדעקט שמוץ אויף דיינס א משפחה מיטגליד.
און לויט ווי איך לייען איז ער נישט געווארן אנדעקט דורך דיינע טייערע פרייואט אינוועסטיגעטארס נאר דורך זיך באנארישן און זיך באקענען מיט דעם דעפרעסטן לובאוויטשער אויסווארפן לאה ק..
איז מזל טוב פאר די געלונגינע אויפדעקונג אפילו עס קומט דיר גארנישט קיין קרעדיט דערפאר.
און צו דיר יודעלע, די שרייבסט: "איין זאך וואס מען ארויס נעמען פין די גאנצע זאך, אז ווי עס איז נאר דא א מנוובל אין א טמאנער יונג ציט ער צי איין פראטיי... ודוק ותשכח."
איך האב גע'דוק'ט און איך האב גע'תשכח'ט אז דער זעלבער לאה ק. וואס האט איהם אינטער געברענגט האט לעצטען זימער אינטער געברענגט 2 גרויסע ארונים, איז מאך דיך נישט נאריש, דער יצר הרע שטעלט נסיונות פאר יעדער יוד, מאך עס נישט פארטיי'יש ווייל עס וועט דיר נאר מאכן בושות.
יהושע550 איך בין איינשטימונג מיט דיין באזעסענע מיינונג.
כל המחלל שם שמים בסתר נפרעין ממנו בגלוי
די אשכול איז פארשפארט אויף צייטווייליג, עד יעבור זעם.
עס קוקט אויס אז דעלי יוד איז ציריק אופען....
דער דעילי איד שטייט צום פארקויפן.
נאכ'ן אונטערגעברענגט ווערן דורך דעם "דעילי אידן" בלאג וואס האט אויפגעדעקט אז דעילי איז א טרויעריגער מנובל, מיט לאנגיעריגע פראבלעמען מיט'ן געזעץ, האט דעילי איד נישט געהאט קיין אנדערע ברירה נאר אויפצוגעבן.
ער האט נאך נעכטן פרובירט צוריק צו עפענען זיין בלאג, אבער ער האט שנעל אויפגעגעבן נאכדעם וואס מען האט אים געווארנט אז מען וועט זיך ווענדן צו די מוסדות וואו זיינע קינדער לערנען, און מפרסם זיין זיין בילד ברבים.
יא מיר קענען זאגן ברנה יקצרו מען האט אפ געשפארט דעם טשיילד מלעסטער
אין מיר האבן זיך נישט געמיזט באניצן מיט עקזעקטיוו פאוער
אין די נייעס האט אויך געמאכט העדליינעס אין די פאפאלער יודישער אויסגאבע דער בלאט אויף זייט 20 אז מען האט אפגעשטעלט א שמוץ בךאג אין נעקסטע וואךבעז"ה וועט נאכפאלגן א לענגערע באריכט
אין די זעלבע צייט וויל איך בעטן פינעם ציבור היות מיר האבן באקומען הארטע אינפארמציע אז סיבה וואס האט צי געברנגעט דעם יונגערמאן צי א זעלכע זאכן איז ווייל ער ארבעט
נישט וויל איך בעטן ווער עס ווייסט פין א ארבעט זאל זיך מעלדן ולמצוה גדולה יחשב
די בושות וואס דער דעילי איד האט אונז אנגעמאכט איז געפערליך. איך טראג עס נישט איבער, און ווען איך רעד צו אנדערע חסידים פון אונזער רבי'ן זאגן זיי מיר די זעלבע זאך.
יעדער וואס האט געזען דעם בלאט די וואך האט געפלאמט פאר בושה, צו זען ווי די אהרונים באלעקן זיך די פינגער אז אזא גרויסער חסיד פון אונזער רבי'ן שליט"א, מהרז"ל, האט געפירט א מנובלישן וועבסייט.
יעצט זעט יעדער איינער אז ווען דער רבי האט מכלומרשט אפגעשטעלט אונזערע מענטשן פון שרייבן אויף היידפארק, איז עס געווען נישט מער ווי א נארישע וויץ, וואס דער רבי האט געטון נאר פאר פובליסיטי כדי אז דער אלגעמיינער זאל שרייבן אז ער טוט אויף פאר אידישקייט
אויב איז נישט גענוג די בושה אז חסידים פון רבי'ן שליטא האבן צוריק אנגעפאנגען צו שרייבן געהעריג אויף היידפארק און צוריק געעפנט א פארום קומט נאך צו די געפערליכע פאטש פון דעם אבישי, אזא גרויסער חסיד פון רבין, וואס האט פאר לאנגע יארן זיך אנגעפיפן אויפן פסק פון רבינו שליטא און געשריבן אויפן אינטערנעט כאילו לאה היה, נישט נאר קעגן די וויזניצע אהרונים נאר אויך סתם אזוי ניבול פה, די בושות זענען געוואלדיג. אנה נוליך את חרפתינו
מיט אפאר יאר צוריק האט אונזער צייטונג דער איד, וואס פארקויפט 50,000 קאפיס א וואך, געשריבן א שטארקע ארטיקל אז מען האט געכאפט אז סאשע האט אליינס אנגעפירט די אינטערנעט פון איר הויז. אונז האב מיר דעמאלטס אויסגעקוקט ווי צודרייטע לוזערס מיטן קומען מיט אזעלכע ווילדע באשולדיגונגען. יעצט קוקן מיר אויס ווי נאכמער קראנקע מענטשן, אז אונז זוך מיר שמוץ ביי יענעם בשעת אזא קראנקער טשיילד מאלעסטער, וואס איז א שיינער איד ביי אונז, פירט אן מיט אזא שמוציגן וועבסייט
פארוואס ציען אלע מנובלים צו אונז? פארוואס? געוואלד. דער רבי שליטא דארף ארויסקומען מיט א שארפע קול קורא אז אלע מנובלים מוזן אריבערגיין צו די וויזניצע אהרונים
פרייליכע נייעס.
יעצט ווער איך געוואר אז ס'איז נישט אמת וואס די וויזניצע אהרונים זאגן אז דעילי איד, דער איד וואס האט באלעסטיגט זיינע קינדער, איז א זאלי.
יעדער קען זען דעם אמת אז ער איז אן אהרוני, ער שרייבט אויף דעם אנדערן זאלונישן פארום מיט די אהרונישע ניקס שור שגנח און אריגנעלער (נישט פארמישן מיט די נעמען שור שנגח און ארגינעלער). ער איז קלאר אן אהרוני
נחמתני
יעצט וועלן די בושות מער נישט זיין גרויס פאר אונז חסידי רבינו, ווייל מיר וועלן קענען אויפווייזן אז ער איז נישט קיין זאלי.