היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » בני יואל דערלייגט קעגן ק"י סקול דיסטריקט

בני יואל דערלייגט קעגן ק"י סקול דיסטריקט

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2407713

רבי_יונה » 8/5/2008 22:38

 

דוד46 » 8/5/2008 22:55

איז דען א וואונדער פארוואס משפחות מיט אזעלכע פעלער מופן ענדערש צו די דרויסנדיגע געגענטער פון ק"י, ווי וואודבורי, בלומינגגראוו און מאנראו, ווי זיי קענען געניסן פון די ארטיגע סקול דיסטריקטס ווי איידער די "אידישע" סקול דיסטריקט???

גאסט » 8/5/2008 23:09

דוד טייערער אזעלעכע שטותים מיט הבלים

ווער געט דיר דען די סערוויס אין דיין סקול? מאונרא וואדבערי? טשעסטער?

יעדער זאגט דיר (קרית יואל אינקלאדעט), זיי מוחל קום אריבער און איך וועל דיר געבן אלעס וואס די דארפסט

און די סטעיט האט אויך איינגעזען אז מען האנדעלט דא מיט (אנטשולדיגט פארן זיי אנרופן וואס זיי זענען) חזירים, וואס שרייען פובליק סקול יהרג ואל יעבור און פון די אנדערע זייט דארף די טרייפענע פובליק סקול קומען אין בני יואל צו דערליווערען סערוויס פאר א קראנק קינד וואס קומט ווען צו גיין אין שפיטאל - אנטשולדיגטס- פובליק סקול.



יודלע » 8/5/2008 23:26


יא יא דוד'ל טאקע ענדערשט אז די קינדער זאלן גיין לערנען מיט גוישע קינדער אין פרויען טיטשערס, אין לערנען פין די גוישע חגא'ס אין אהיים קומען אין זינגען גוישע נגונים, למשל חנוכה זאל ער זינגען א "שיינע" קראצמעך סאנג אין פסח ביים סדר וועט ער זינגען א איסטער סאנג וכדומה. (אויב גלייבסטו מיר נישט פרעג איינע פין די עלטרען וואס האבן נעבעך אזא קינד אין וויליאמסבורג).

ווי "ח"ו" לערנען מיט אידישע קינדער ביי אידישע טיטשערס, ווי מען לערענט אים אויס צי זאגן ברכות, ליינען ק"ש, אלף בית, אידישקייט, פין א יו"ט, וכו'  וכו'.

אין ביי די וועי לאמיר נישט פארגעסן אפי' פין די אזוי גערופענע גרויסע "אוסרים", האבן בשעת די מערכה געהאט אייניקליך וואס האבן געלערענט אין שערי חמלה, אין אויך אפי' רב לייטנער ז"ל האט געזאגט אין זיין באקאנטע פייערלעשער דרשה אז ער רעדט נישט פין די קראנקע קינדער ווייל פאר זיי קען ער גארנישט זאגען.

נ.ב. איך האלט אז די טאטע פין דעם קינד דארף גיין אין שערי חמלה

דוד46 » 8/5/2008 23:31

לויט'ן סופרים קאורט דעסישן פון עטליכע יאר צוריק קען יעדע פריוואטע סקול דאס באקומען , מען דארף נישט גיין צו די גויאישע סקולס

יודלע » 8/5/2008 23:36


וואס קען מען באקומען? אין אויב קען מען עס באקומען פארוואס נעמט עס נישט חמלה ואמונה?

אוי כ'האב שיעור פארגעסן מען טאר דאך נישט נעמען עס איז דאך מינות וכפירה, נישט געפערליך הא לן והא להו.

דוד46 » 8/5/2008 23:46

פרעג מיין קינד פרעג...

האקאבו » 9/5/2008 01:10

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
איז דען א וואונדער פארוואס משפחות מיט אזעלכע פעלער מופן ענדערש צו די דרויסנדיגע געגענטער פון ק"י, ווי וואודבורי, בלומינגגראוו און מאנראו, ווי זיי קענען געניסן פון די ארטיגע סקול דיסטריקטס ווי איידער די "אידישע" סקול דיסטריקט???



דוד'ל האסט פארגעסן אז צוויי טעג צוריק האסטו געשריבן אז בני יואל מיט סאטמאר זענען שוין היינט איינס
אין פלוצלינג יעצט מאפען זיי אוועק אין אנדערע געגענטער

זכור לך אתה אתמול מה שדברת

דוד46 » 9/5/2008 01:14

וואס האט דאס מיט בני יואל?

פערצופעל איז דער קלעגער א בני יואל.

עס איז דא גענוג פון די בני אהרן וואס זענען האבן טענות אויף די ווירטשאפט פון די קהילה פירער און לאקעל-רעגירונגס פירער.

בפרט ווען זיי קענען מאכן א מאניאנטעק מיט געלט אויפ'ן חשבון פון פראבלעמאטישע קינדער אדער שטובער, איז ביי קיין שום חילוק צווישן א בני אהרן און א בני יואל!

ומעשה ר' אברהם יושע לאנדא איז די בעסטע באווייז דערצו!

האקאבו » 9/5/2008 01:35

דוד46 כתב:[בילד – נישט אפגעהיט]
וואס האט דאס מיט בני יואל?

פערצופעל איז דער קלעגער א בני יואל.



דוד'ל איך האב געמיינט אז סנעמט דיר צוויי טעג צי פארגעסן אבער תוך כדי דיבור האב איך מיך שוין נישט גערישט

דוד46 » 9/5/2008 05:36

יא! איך זאג עס נאכאמאל!

דאסמאל איז עס א בני יואל וועלכער האט נישט מורא אז דיין רבי וועט ארויסווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות ווייל ער קלאגט דעם סקול דיסטריקט.

אן אהרוני האט נישט די לוקסוס דאס צו טון ווייל ער וועט זיך טרעפן מיט זיינע קינדער אויף דער גאס.

אבער פאקטיש דער זעלבער סקול דיסטריקט פירט שמוציגע מערכות מיט אהרונים.

ומעשה לאנדא איז דער בעסטער באווייז!

רבי_יונה » 9/5/2008 22:08

איך פארשטיי נשיט מען טאר דאך נישט נהנה זיין פונעם טריפנעם פאבליק סקול, און ח"ו נישט פונעם טריפענם ווילידטש פוי טמא, מען ברויך זיך לאזן ענדערש הרגנן אויף טויט ווי הנה צו האבן דערפון....

טא ווי אזוי מעגן די הייליגע בני המן נהנה זיין דערפון?

וואס איז דא געשעהן?

עכשיו מת ר' אברהם לייטנער, עכשיו מת ר' משה טארעם, וכו'!

בלויז ווייל די הייליגע צדיקים לעבן שוין מער נישט טוען די בני יואל היינט אזאלעכע טריפה'נע זאכן.