סאיז לעבעדיג אין טאהש
ער זאגט אז די טאהש אידן דארפן זיך אריינרייסן מיט די ווייבער אין קינדער צום טאשער רבי'ן און דערציילן וואס עס גייט פאר...
אויסער די אלע זאכן.
די יודן מעגן שוין אנפאנגען צו צאלן רענט, זיי וואוינען שוין דארט טאקע יארן אן רענט, אבער מען קען נישט מער, מ'בעט זיי צו צאלן דאס ביסל רענט און זיי ווילן דארט וואוינען פאר גענצליך פריי, ס'איז נישטא היינט מער די זאכן, אלעס קאסט געלט און א דירה צו וואוינען קאסט אויך געלט.
נאר ער איז נישט אינגאנצען מיט די טאהש'ע רב'ס פארטיי.
אזוי צו אזוי ווארפט מען נישט ארויס א גאנצע משפחה פון זייער הויז.
תוקן על ידי איש_גמזי ב- 09/05/2008 6:12:27
מען זעהט ווי מען ווארפט ארויס גער אינגערמאן, און איינער וויינט איינער שרייט איינער לאכט איינער טאנצט
עס איז מורא'דיג
לחצתי במוסמן " הורד עכשיו בטח", ונפתח חלון חדש עם שלש ברירות.
בחרתי לשמור הקלטה, ותחל להוריד.
עבר עכשיו כעשרה מוניטין ולא הוריד אף 10 אחוזות.
אויב האב איך געהאט די מינדעסטע סימפאטיע מיט די שונאים פון ר' אלימלך האבן זיי עס פארלוירן ביי מיר. מען זעט אז זיי זענען א באנדע מחללי שם שמים, ליידיג גייערס און פאראזיטן וואס לעבן אויף יענעמ'ס חשבון, און ווילן נאר אונטערברענגען און חרוב מאכן.
קוקטס גוט אויף די קליפ וועט איר זען אז ס'רעדט זיך פון די זעלבע סארט קרעציגע מענטשן פון וועלכע מען האט זיך צוזאמגעליטן אין סאטמאר מיט 20 יאר צוריק, און מען איז פון זיי ב"ה פטור געווארן.
איך האף אז ר' אלימלך וועט האבן א פולן נצחון אין די אלע משוגעים און זיי ארויסזען פון שטעטל, און אז ער זאל קענען פירן דעם שטעטל אזוי ווי זיין הייליגער טאטע וויל אז ער זאל עס פירן.
אגב, האט דער עולם געזען וויאזוי אידן מיט ברייטע ביבער היטן און בערד און פיאות ביז צו די פיס שרייען, "נאציס" אויף שטאטישע ארבעטערס, פאליסלייט וואס זענען געקומען אויספירן זייער ארבעט און נישט מער?
אזא קידוש השם צו מאכן, דאס קענען נאר שלעכטע און רשעות'דיגע מענטשן.
און הער איך גוט? האט יענער משוגענער געזאגט אז די גאווערמענט האט געגעבן די שטאט פאר טאהש און ס'באלאנגט פאר די גאווערמענט און נישט פאר טאהשער רבי? איך בין אויף אדער איך שלאף?
נאכאמאל, איך האף אז ר' אלימלך וועט אויספירן און זיי אלע שיקן לעזאזאל, ווייל די מענטשן באלאנגען נישט אין קיין נארמאל פלאץ.
ווער זענען די צוויי הויפט מוחים דארט? (איינעם מיט די שווארצע בארד רופט מען "דוד שלמה", דער בעל דרשן קוקט מיר אויס ווי ר' חיים יוסף גאטליעב?)
אבער איין נקודה . דער ח"י ג_טליב .(בעל דארשער) האט געמוזט אנטלויפן פון ארץ ישראל פאר יארן צוריק וועגן מעשה אלמות כידוע. און ער איז געווען ווינטער דערנאך אין האט ספרינגס קאליפארניע און פרובירט דארטן איבערקערן נאכשרייען אידען אזוי וויא דער דרך פון אלע משוגעים מהרסים נאכשרייערס נאך יענעם.
מען האט עהם ב"ה נישט געלאזט.
דער הייליגער טאשער רבי שליט"א האט עהם געטון א טובה און אריינגענומען אין טאש. און ער איז יעצט א משלם רעה תחת טובה. א כפוי טובה. ער בילט און פארפירט אז נישט דער טאשער רבי שליט"א האט געבויעט דאס שטעטל מיט בלוט און שווייס מיט מסירת נפש נאר די גויישע רעגירונג רח"ל.
מען וואלט געדארפט זאגן אויף דעהם ח"י גטליב " ימ"ש " . נאר אונדז טוען מיר נישט דאס. אונז זענען מיר נישט אזא באנדיט ווי ער. ווייל ווען יא וואלט מען עהם און זיין גלייכען "העלבראנס" וכדומה שוין לאנג געדארפט איבערגעבן פאר די אינסטאנצען פון וויא ער איז אנטלאפן און זיי וואלטן עהם שוין געטון וואס עס קומט עהם.
דאס זעלבע מיט דעם אנדערן שרייער. וואס איז נעבעך בארירט אויפן זינען.
אז עס געפעלט עהם נישט. זאל ער זיך אוועקמופן פון טאש און גיין מופן אויף קאשוי אדער ווי ער וויל . און נישט חרוב מאכען אזא הייליג שטעטל יצ"ו . און אוודאי נישט מאכן אזוי א חילול השם וואס אחד שוגג ואחד מזיד בחילול השם רח"ל.
און להוי ידוע. אז כבר היה לעולמים אזעלכע זאכען זענען שוין פארגעקומן אין יודישע שטעט אין מיטל אלטער צייטן און נאך פריער בזמן הגאונים . וואס מען האט אזעלכע מורדים איבערגעגעבן פאר די רעגירונג. כמבואר בספרי היהדות ובשו"ת שונים שנשארו אף אחר הצענזור וד"ל.(איך וויל נישט פאקן דא אויפן קאמפיוטער . שו"ת זאכען און הלכה היסטורי)
עס איז ידוע בזמננו אז ווען די מורדים אין וויזניץ בזמן האמרי חיים זצ"ל האבען געוואלט ווערן סאטמארע חסידים. און עס איז געווען א מיטינג ביי רבה"ק זי"ע . עס איז געווען דעות אז מען זאל זיי אהנעמען ווייל עס איז געווען צווישן זיי חשובע יונגעלייט.
האט רבה"ק זי"ע געזאגט אז דער וואס איז א עזות פנים אויף איין פלאץ . דער ווערט נאכדעם א עזות פנים אין א צווייטן פלאץ. און קיין מחצפים ועזי פנים דארף ער נישט..
נאך א מעשה... א יוד האט געוואלט נעמען פאר א איידעם . גאר א חשובן בחור פון סאטמאר ישיבה א ת"ח עצום א מתמיד. א ירא שמים. האט ער בימים ההם געפרעגט דעם סקווערער רבין הרה"ק זי"ע. האט דער הייליגער סקווערער רבי זי"ע עהם געזאגט אז ער זאל זיך נאכפרעגען אויב דער בחור האט אין זיך עזות. האט מען עהם גענטפערט אז דער בחור האט אין זיך א ביסעל עזות דקדושה. האט דער סקווירער רבי זי"ע געזאגט אז ער זאל בשום אופן נישט טון דעם שידוך.
אבער דער איד האט זיך נישט געקענט צוריקהאלטן פון נעמען אזא חשובן בחור א ת"ח האט ער יא געטון דעם שידוך.
ויהי היום און עס איז געקומען פסח נאכט צום סדר. האט דער שווער געזאגט הא לחמא עניא וכו' לשנה הבאה בארעא דישראל ..האט דער איידעם געשריגען ח"ו נישט אין דעם טמנעם ארץ ישראל רח"ל. האט דער דער שווער געזאגט "ח"ו ארץ ישראל איז נישט טמא" האט דער איידעם גענומען זיך שרייען און ליארמען מיט קולות.. דער שווער איז א אפיקורס פאי. ימ"ש. און אלע וויינען דא אויפן טיש זענען יין נסך. . האט דער שווער געזאגט. אוי ווייא א שאד איך האב נישט געפאלגט דעם סקווערער רבין זאל זיין געזונט (כוונתו על מרן הרה"ק רבי יעקב יוסף זי"ע)
האט דער איידעם געשריגען אז דער סקווערער רבי איז אויך א אפיקורס. יעדער איז א אפיקורס. . פארשטייט זיך אז נאך פסח איז שוין געווען דער גט רח"ל .( ווייל מען איז ארומגעלאפן צו רבנים און צדיקים. און יעדער איינער וואס האט געזאגט פארקערט וויא דער יונגערמאן . האט דער יונגערמאן געשריגען אז ער איז אריינגעכאפט אין מינות ואפיקורסת) און דער יונגערמאן האט זיך שוין זייט דעמאלס נאכאמאל געגט רח"ל און היינט דרייט ער זיך ארום וויא א צודרייטער גרוש. און מען דאנקט דעם הייליגן באשעפער וואס מען איז באצייטענס פטור געווארן פון עהם. און די פרוי האט היינט א שיין יודיש חסידיש דור לתפארת.
יא, די זעלבע מטורפים און משוגעים וואס האבן איבערגעקערט דא אין קרית יואל קערן יעצט איבער דארט אין טאהש.
יעצט שפירט טאהש וואס סאטמאר האט געשפירט מיט יארן צוריק.
די חוצפה פון דעם ג-טליב איז זייער גרויס, ער שרייט ארויס דעם נאמען פונעם רבי'נס זון, וועמען דער רבי האט ממנה געווען אלס רב אין שטאט, מיט גרויס בזיון.
איך וועל עס געדענקען און אי"ה די נעקסטע מאל ווען ג-טליב קומט אהער דא נאך געלט וועל איך אים פארשרייען און קיין פעני נישט געבן.
ווען מען קוקט אויפ'ן קליפ זעט מען תיכף די עקלדיגקייט פון די באנדע מחוצפים וואס ווילן צוברעכן די קהלה קדושה טאהש.
זאגטס פאר דעם קוקו גאטליב אז היות די "גאוורעמענט" טיילט דאך שטעטעלעך זאל ער גיין און פארלאנגען א שטעטל פאר אלע משוגעים דארט און זיי זאלן זיך דארט באזעצן און איבערלאזן די קהלה קדושה טאהש במנוחה.
עס דערמאנט פון די בני יואל יארן
אבער איין זאך און וועלט פון 08 דארף די טאשע קהלה אביסל בעסער קליגער ארבעטן
מען טראגט ארויס ביינאכט, מען שפארט אפ די גאסס ווייט אוועק, מען בלאקט די הויז פון בילדער
גירוש טאהש |
|||||||||||
|
אזוי ווי איך האב נישט קיין רשות כתיבה אינעם פארום, ביטע אריינלייגן.
איך קען נישט די טאהשע פאליטיק, און ס'אינטרעסירט מיך נישט קיין פרטים, די עצם זאך אז אידישע קינדער ווארפן ארויס אנדערע אידן פון זייער וואוינונג איז א שוידערליכע זאך שאין לשער. איך האב געזען דעם קליפ פרייטאג, ס'איז מיר גערינען טרערן פון די אויגן, איך האב די מעשי אכזריות נישט געקענט צוצוקוקן. איך קען ענק אזויפיל זאגן, איך האב היינט געוויזן דעם קליפ פאר אסאך מענטשן, עטליכע פון זיי בעלי בתי'שע מענטשן וועלכע האבן אליינס דירות צו פארדינגען, זיי האבן מיר געזאגט אז זיי האבן שוין אסאך מאל געהאט ארימע מענטשן וואס האבן נישט געהאט צו באצאלן רענט חדשים לאנג, און זיי האבן זיך נישט געוואגט צו רופן א מארשאל יענעם ארויסשטעלן אויף די גאס. א איד איז נישט קיין אכזר!!! מען שטעלט נישט ארויס אנדערע אידן אויף די גאס! איך זע ס'איז דא מענטשן וואס נעמען זיך נאך אן פאר די רשעות, ס'איז גאר א דזשאוק. איינער זאגט זיי זענען אזוי ווי די בני יואל, פרומע, נטורי קרתא, בעק, משוגעים, און אלע אנדערע שמות נרדפים, נישט קיין חילוק די אלע זאכן, זיי זענען אידישע קינדער... קינדער פון אברהם יצחק ויעקב... זיי האלטן שבת, לייגן תפילין, דאווענען און לערנען, ווי קען א אידיש קינד מיט אביסל רחמנות געפילן נעמען א אידישע משפחה און ארויסווארפן אויף די גאס מיט פאליציי. ס'איז ממש א געוויין, אז אין א שטעטל וואס איז געווארן געבויט דורך א צדיק וקדוש, דער הייליגער טאהשער רבי שליט"א, וואס האט זיין גאנץ לעבן זיך אויסגעצייכנט אין מדת הצדקה, און מדת החסד, מדת הרחמים, נאר זיכער געמאכט אז מען זאל קיין איד נישט מצער געווען, פאר יעדן צובראכענעם מענטש געווען ווי א באליבטער טאטע, זיך געזארגט פאר זיינע פראבלעמען, געשיקט געלט און זיכער געמאכט עס זאל אים גארנישט פעלן, ווי איז מעגליך אז אין זיין הייליג שטעטל, זאל פארקומען אזא מעשה אכזריות בעצם היום הזה??? דער טאהשער רבי האט אמאל איינעם נאכגעקוקט די ציצית? ווי ער באלאנגט אדער פון וועמען ער האלט??? ער האט זיך מקריב געווען פאר יעדן צובראכענעם מענטש? און איך פארשטיי נישט די טאהש'ע מאכערס, וואס איז זייער חשבון מיט רשעות וועלן זיי אויפבויען ר' אלימלך, היעלה על הדעת אז דאס וועט אים ברענגען עפעס נוצן? איך זע דא ווי איינער שרייבט אז פונקט ווי מען האט געדארפט רודפ'ן די בני יואל אין סאטמאר אזוי אויך דארף מען רודפ'ן די מענטשן אין טאהש.
מיין שאלה איז וואס דער ציל פון ר' אלימלך, וואו וועט ער אנקומען מיט די נארישע מחלוקת'לעך, וואס וועט ער פארדינען אז א האלבע שטאט, וועלן זיין זיינע געשוואוירענע שונאים? לאמיר זאגן ס'איז נישט קיין האלבע שטאט, ס'איז נאר 20 פראצענט פון די שטאט, ווי קען ער זיך ערלויבן אז מענטשן וואס וואוינען אקעגן איבער אים, זאלן אים ווערן אנגעווייטאגטע שונאים. אויב די מענטשן פילן אז ער פייניגט זיי וועלן זיי דאס אים דאך נישט פארשווייגן, וויאזוי קען מען לעבן מיט אזעלכע דם שונאים האנט ביי האנט.
און צו אחינו בני ישראל וואס האבן נאך אין זיך די מדת הרחמנות, און די מדת החסד דארף מען זיך ווענדן זיי זאלן נישט צולאזן די געפערליכע רשעות'ער, יעדער אויף זיין אופן זאל נוצן צייט מח אדער געלט צו העלפן די אידן אין זייער נויט. איך האב יעצט מנדב געווען פון מיין צייט זיי צו העלפן. יעדער זאל פרובירן צו העלפן לויט זיין מעגליכקייט. כלל ישראל איז נאכנישט אזוי געפאלן אז מען אזעלכע זאכן צולאזן!
|
|||||||||||
לאמיר זאגען די יונגערמאן איז א בני יואל און א קאושיער און פאפענע אייניקל, און ער האט נישט געצאלט קיין רענט פערציג יאר
א) פארוואס האט מען אים גערופען בערכאות של עכום, און נישט גערופען צו דין תורה ווי די הלכה איז ביי יודען?
ב) פארוואס ווען ער האט שוין יא געצאלט, פאלט דעך אוועק אלע תירוצים, נו פארוואס האט מען אים ארויס געטראסקעט, ער האט דעך שוין געצאלט?
ג) ווען די יונגערמאן בעט זיך ווי ביי א רויבער, געב מיר א האלבע שעה זיך צאמצופאקען, האבען זיי מיט אכזריות אפגעזאגט, וואלט ער טאקע אין איין האלבע שעה געמאכט די גאנצע שטעטעל פאר בני יואל???
די תירוץ ענפערט זיך אליינס!
סאיז נישט קיין פארגלייך, די בני יואל האבען זיך גענומען א ציהל צו מתחצף זיין אקעגען דעם ברך משה זצוק"ל, און זיין זון דער מרא דאתרא שליט"א, מיט א ציהל צו עפענען אייגענע מוסדות און בתי מדרשים, און אונטערברעכען די גאנצע כח ההנהגה פון קרית יואל
אנדרעש איז אין טאהש, ווי די יונגעלייט זענען הייסע חסידים פון טאהשע רבי שליט"א, זיי דארפען נישט קיין מוסדות און קיין אנדערע בתי מדרשים, זיי האבען אפילו נישט קיין קפראבלעם אז ר' אלימלך זאל זיין רב, נאר זיי שפילען נישט מיט פאליטיק מיט די נייע ווילדע חברה, (ס'איז אויך אויסדריקלעך נישטא מערכה אקעגען ר' אלימלך, נאר דער חכם שטיפט זיך אריין איבעראל ווי ער דארף נישט, אשטאטץ האבען שכל און לאזען אנדערע טוהן די ארבעט, שטעקט ער זיך איבעראל אריין)
פארגלייכען זיי מיט בני יואל איז א עולה
- מען זעט וויאזוי זיי פירן זיך אויף ווי וואנזיניגע משוגעים.
- מען זעט וויאזוי זיי מאכן א געפערליכן חילול השם ביים זיך רייצן מיט די פאליציי, שטאטישע ארבעטער, און שרייען אויף זיי "נאציס" (רח"ל). אלעס פאר'ן פרובירן צו מאכן ארדענונג. (אגב, נאציס שרייט עטס? דא אין אמעריקע וואלט מען שוין אריינגעברענגט די גאנצע פאליס דעפארטמענט, און 60 מענטשן וואלטן שוין געווען אין סענטראל בוקינג. איך וואונדער זיך איבער די איינגעהאלטנקייט פון די לאקאלע פאליציי אין טאהש)
- מען זעט וויאזוי א איד וואס דארף צו הייסן א קנאי שטעלט זיך אויף און מאכט התגרות באומות.
- דער זעלבער מענטש רעדט אויך אזעלכע שטותים אז די "גאוורעמענט" האט געבויט טאהש. (אין קרית יואל וואו דער רבי זי"ע לעבט נישט שרייען זייערע קאזינס אז דער רבי האט געבויט קרית יואל, אבער אין טאהש וואו דער רבי לעבט קען מען דאך דאס נישט זאגן, וועגן דעם שרייען זיי אז די גאווערמענט האט געבויט טאהש.) וואס דאס איז א געפערליכע חוצפה און עזות קעגן טאהשער רבי'ן, דער מייסד און רבי פון טאהש.
- דער זעלבער מענטש שרייט ארויס דעם נאמען פונעם רבי'נס זון, און דער רב פון שטאט, מיט א געפערליכן זלזול, וואס דאס איז קלאר מצער דעם טאהשער רבי'ן
- די מכלומר'שטע קנאים מיט ברייטע ביבער היטן און שווארצע ברילן דרייען זיך אלע ארום מיט קעמקארדערס, און שעמען זיך נישט אפצוכאפן ווידיא פון נשים און גויטעס.
דאס זענען פאקטן וואס מען זעט אויף די קליפ. קומען די חברה דא און פרובירן אונז צו איבערצייגן מיט זאכן וואס מען זעט נישט אויפ'ן קליפ.
well, איך זאג נאר וואס איך זע, און פון דאס וואס איך זע מאכט איר זייער א שלעכטן רושם.
דאס אז א "איד" האט געוואלט ארויסווארפן אן אנדער "איד" דאס איז "קידוש השם", דאס קוק אן די פאליציי העכסט נארמאל, זייט ווען איז א בעלי"וו און א טראק דרייווער לאקסטמיט שטאטישע ארבעטער?
די הייזער האט מען געבויעט מיט "גאווערמענט געלטער" און עס ווערט אויסגעהאלטן א טייל פון גאווערמענט געלטער, עס איז א געוואלדיגער חכמה אויסצודרייען ר' חיים יוסף ווערטער ווי גלייך ער זאגט אז די גאווערמענט האט געבויעט טאש.
גענומען פון חדשות בית טאש געשריבן דורך אידישבלוט
איך האב דורכגעליינט די אלע תגובות פון פארשידענע שרייבערס אויף כל העולם כולו און אחים לדעה, אזוי ווי איך האב נישט דארט קיין רשות כתיבה וועל איך אפשרייבן דא עטליכע פוינטס וואס איך האב צו זאגן אויף דעם ענין, און ווער עס וויל קען עס קאפיען אהין.
עטליכע שרייבערס לאכן אפ פון די אידן אין טאהש אז זיי גייען מיט ברייטע ביבער היטן, לאנגע פיאות ביז די פיס, רויטע בערד, און שווארצע גלעזער, אבער מען טרעפט נישט אין די תורה הקדושה אז ביי אידן מיט אזא לבוש גייט נישט אן דער "לא תחמוד בית רעיך". דער הייליגער טאהשער רבי האט געבויט קרית טאהש, כדי די אלע אידן אפילו וואס דו האסט פיינט ווייל זיי גייען מיט "ברייטע ביבער היטן" און "פיאות ביז צו די פיס", און שווארצע גלעזער, זאלן דארט קענען וואוינען, די אידן זאלן זיך קענען אפהיטן די אויגן, און נישט דארפן וואוינען אין די שמוציגע שטאט.
עס איז א חרפה און א בושה אז מען נעמט זיך נאך אן פאר אזעלכע עוולות. א איד מיט א ברייטן ביבער היט, איז נאך אלץ א איד...
און א איד טאר מען נישט ארויסווארפן אויף די גאס פון זיין דירה... אפילו מען האלט ער איז משוגע...
א איד טאר מען נישט ארויסווארפן אויף די גאס פון זיין דירה...
מען רופט אן די גע'רודפ'טע אידן מיט צונעמען, וואנזיניגע משוגעים, שונאים פון די "מענטשהייט", משוגעים.- לאמיר זאגן אז זיי זענען די אלע זאכן, גיט דאס נאך אלס נישט קיין רעכט צו פייניגן מענטשן.
עס איז א שרעקליכער פארברעכן פון צונעמען א "גאוורעמענט" דירה פון אן איינוואוינער צוליב זיינע רעליגיעזע מיינונגען, דא אין אמעריקע וואלט שוין די גאנצע באורד געווען אין סענטראל בוקינג, פאר אזא האס פארברעכן.עס איז באמת א פלא וויאזוי די פאליציי אין טאהש דולדעט אזא זאך.
איט העפענס טו בי, אז דער טאהשער רבי האט דוקא יא ליב געהאט ברייטע ביבער היטן מיט גאר לאנגע פאות און ריזיגע גארטלעך מיט שווארצע גלעזער.
א איד מיט פיאות ביז צו די פיס, איז נאך אלץ א איד...
א איד מיט שווארצע גלעזער, איז נאך אלץ א איד...
א איד מיט א ברייטן גארטל איז נאך אלץ א איד...
אפילו מען האט נישט ליב זיין קאלער האר...
אפילו מען האט נישט זיין אקצענט...
אפילו ער זייפט זיך נישט יעדן טאג...
תגובות אויף כל העולם כולו.
איך האב דורכגעליינט דעם גאנצן אשכול, און איך וויל אביסל אפענטפערן פאר די אריינמישערס, וואס זיצן זיך באקוועם אין שיינע רחבות'דיגע דירות, און האבן נישט קיין דאגה אז מען גייט זיי ארויסווארפן, און זיי קענען זיך אננעמען פאר דעם רשעות פון ארויסווארפן א אידישע משפחה פון זייער שטוב.
איך מיין נישט חלילה אנצוגרייפן פערזענליך די חשוב'ע שרייבערס וועמען איך רעספעקטיר זייער שטארק, אבער איך מיין אז מען האט אנגענומען דעם נישט ריכטיגן צוגאנג צו די גאנצע זאך, און מען דארף דאס אפענטפערן.
ארענדאר שרייבט:
1) איך האף אז ר' אלימלך וועט האבן א פולן נצחון אין די אלע משוגעים און זיי ארויסזען פון שטעטל.
2) ער זאל קענען פירן דעם שטעטל אזוי ווי זיין הייליגער טאטע וויל אז ער זאל עס פירן.
3) אידן מיט "ברייטע ביבער היטן" און "בערד און פיאות ביז צו די פיס" און "שווארצע ברילן".
ר' אלימלך איז נישט דער ערשטער וואס האט געוואלט האבן א "פולן נצחון" און ארויס זען אידן פון זייער שטעטל, אדער לענדל.
טארקוועמאדא, האט אנגעפירט א גאנצע אינקוויזיציע אין שפאניע ארויסצעווארפן אידן פון זייערע הייזער ווייל זיי האבן זיך נישט "אונטערגעווארפן" די קריסטליכע רעליגיע.
[בילד – נישט אפגעהיט]
לייג נישט אן די אלע רשעות אויף זיין הייליגן טאטן.
זיי רעאליסטיש, ר' אלימלך וועט די אלע אידן נישט קענען אויספירן צו שיקן קיין "עזאזאל" ווייל לויט ווי איך פארשטיי איז קאנאדא א דעמאקראטיש לאנד, און דער פראנצויזישער ריכטער האט פונקט אזוי ליב ר' אלימלך מיט זיינע מענטשן ווי די "ברייטע ביבער היטן מיט פיאות ביז צו די פיס". און פונקט ווי ער פארשיקט נישט ר' אלימלך קיין "עזאזאל" כאטש ער גייט אויך מיט א "ברייטן ביבער היט" מיט "פיאות ביז די פיס". און זיינע קינדער גייען נישט אנגעטאן ווי די גוי'אישע קינדער, זיי רעדן נישט ענגליש אדער פראנצויזיש, וועט ער אויך נישט לאזן פארשיקן די אנדערע אידן.
ביבער שרייבט
דעס זענען די זעלבע קראנקע בני יואל וואס מען האט פארשיקט פון מאנרא...
א יישר כחכם פאר די אינפארמאציע, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז די בני יואל זענען שוין נישט אין מאנרא.
האק דיר ארויס פון קאפ אז מען קען "פארשיקן", עס איז נישטא אזא זאך אויף די וועלט, מען קען בויען א נייע שטעטל און זיכער מאכן בשעת מען בויעט נישט אריינצונעמען וועמען מען וויל, אבער די מינוט וואס איינער וואוינט אויף א פלאץ קען מען איך נישט פארשיקן.
מענטשן האבן א טעות און ווילן קאפירן "קרית סקווירא" אז דארט האט מען פארשיקט מענטשן, ס'איז שתי תשובות בדבר, קודם כל איז בימים ההם סקווירא געווען א פיצל פלאץ, און ס'האט טאקע אויך געקאסט א פרייז, אבער ס'איז געלונגען, היינט איז א צווייטע וועלט, אויב זאל חלילה פאסירן א מחלוקה צווישן די סקווירא קינדער וועט מען קיינעם נישט קענען פארשיקן, אדרבא קוקט דורך די מאפע און צייגט מיר אן וואו מ'האט היינטיגע צייטן פארשיקט מענטשן מיט געוואלד?
עס איז צענדליגער חרד'ישע פלעצער אויף די וועלט ווי דער רוב וויל "פטור ווערן" פון א מיעוט, און ס'איז פשוט נישט מעגליך, ס'איז דא לענדער וואס ווילן פטור ווערן פון מינאריטעטן און זיי קענען פשוט נישט. דער חילוק איז אז אין דיקטאטורישע רעזשימען פירט מען מלחמות מיט די מינאריטעטן און דער גאנצער פאלק ליידט דערפון, מען וואקסט אויף מיט שנאה די קינדער זענען געדעמדזשט פון די אלע מלחמות, און דעמקראטישע לענדער פרובירט מען זיי אריינצונעמען אין בילד, און אזוי האט מנוחה ושלוה.
די בני יואל האט מען נישט "פארשיקט" פון מאנרא, מען האט פשוט אפגעמאכט אז מען קוקט מער נישט אויף זייער זייט און מען גייט זיך בויען אליינס, מען פרובירט זיי צו מאכן אביסל צרות, אבער נישט אזעלכע גרויסע אז זיי זאלן ווערן צעווילדעוועט. און פארשידענע זאכן וואס זענען נוגע דעם עקזיסטענץ פון קרית יואל ארבעט מען אפילו צוזאמען אונטערן טיש.
אמת אז פאר פופציג יאר צוריק וואלט מען געקענט ברוח הקודש קאנטראלירן ווער ס'וואלט היינט געווען געטריי פאר ר' אלימלך אבער אזוי ווי מען האט עס נישט געטאן און דער טאהשער רבי האט אהינגערופן די אלע אידן וואס וואוינען דארט היינט, קען מען שוין יעצט גארנישט טאן.
מבני_בניו
איז דאך פון די קלוגסטע שרייבערס דא, ער בארעכטיגט נישט דעם גירוש, ער ברענגט נאר ארויס אז די ווידיא איז א שרעקליכע חילול השם, און מיט דעם בין איך הונדערט פראצענט איינשטימוג.
די שאלה איז נאר וועלכע חלק איז די חילול ה', דאס צונעמען די דירה, דאס מוחה זיין, דאס נישט לאזן די מארשאלס אויספירן די ארבעט.
ווען אין וויליאמסבורג נעמען זיך צוזאמען מאסן מענטשן און מען לאזט נישט צונעמען א דירה פון א איד, איז דאס אויך "חילול השם"? קען זיין מען דארף טאקע פרעגן א דעת תורה.
און יעצט צו עבד עברי וואס "מישט זיך נישט אין טאהש".
עס קען טאקע זיין אז "יעדער האפט אז ר' אלימלך וועט ממילא געווינען די מערכה בזכות אביו הקדוש שליט"א ואבותיו הקדושים נ"ע". אבער ר' אלימלך אליין האפט צו געווינען די מערכה "בזכות המשטרה ובית המשפט דמחוז קוויבק". וואס וועלן נעמען די ארימע מענטשן מיט די ברייטע ביבער הוטן און לאנגע פיאות און זיי שיקן אויף עזאזאל, און אנשטאט זיי וועט מען אריינזעצן מענטשן מיט "שטאפענע היטן מיט קורצע פיאות".
טאג און נאכט ביזסטו ביזי מכלומר'שט צו פייטן "מעשה אלמות", אבער דו אליין פארשטייסט אז מען דארף ארויסווארפן אידן אויף די גאס פון זייערע דירות דורך פאליציי, און דאס איז נישט מעשה אלמות...
און להוי ידוע. אז כבר היה לעולמים אזעלכע זאכען זענען שוין פארגעקומן אין יודישע שטעט אין מיטל אלטער צייטן, אז רשעים האבן זיך פארגלוסט אויף יענעמ'ס דירה און זענען געלאפן צום פריץ וועלכער האט ארויס געווארפן מאשקע'ן אויף די גאס מיט זיין ווייב און קינדער.
די מעשה וואס דו ברענגסט פון וויזניץ איז זייער אינטרעסאנט, אבער פאר דיין אינפארמאציע וויל איך אז די זאלסט וויסן אז זייט מען האט איינגעפירט אין וויזניץ בני ברק דעם ענין פון "שונאים ליסטעס" און ווארפן מענטשן, איז שוין אדורך קרוב צו פערציג יאר פול מיט מלחמות, מען האט קיינמאל נישט געהאט קיין מנוחה, עד היום הזה.
משא"כ ביי די קהלות וואס מען מאכט נישט קיין שונאים ליסטעס, מען מאכט שלום מיט'ן מצב אז נישט יעדער מעמבער איז די זעלבע מדריגה חסיד, האט מען במשך די זעלבע צייט געהאט שלום ושלוה, יא ס'איז אסאך מאל שווער אנגעקומען צו ליידן פון עקסטרעמיסן וואס מאכן זיך אין יעדע קהלה, אבער מען האט זיך געביסן די ליפן, אדער זיי נאכגעגעבן אביסל לפי הענין, נישט געגאנגען מיט אן אייזערנע פויסט, און בשכר זאת האט מען גענאסן פון מנוחה ושמחה. מען האט געהאט ווייניגער מענטשן ביים טיש, קלענערע פארענטשעס, אבער בשכר זאת זענען די קינדער געוואקסן אן שנאה און האס.
געשמאק שרייבט:
די זעלבע מטורפים און משוגעים וואס האבן איבערגעקערט דא אין קרית יואל קערן יעצט איבער דארט אין טאהש.
פארגעס אבער נישט צוצושרייבן, אז ווילאנג מען האט זיך געשלאגן מיט בני יואל, זענען זיי געוואקסן און געהאט די וועלטס געלט, מענטשן האבן א געפיל זיך אנצונעמען פאר גע'רודפ'טע און שוואכערע, און די מינוט וואס מען האט זיך אויפגעהערט מיט זיי צו שלאגן, האבן זיי פארלוירן רוב שטיצערס.
עסקן
פארשטייט אויך אז אין 08 קען מען נישט ארויסווארפן אזוי ברוטאל א אידישע משפחה פון זייער דירה, נאר ער שלאגט פאר מען זאל מאכן דעם רשעות קלוג.
דוד46
כ"ק מהר"א שליט"א, האט קיינמאל נישט געהייסן ארויסווארפן א בחור נאקעט פון די מקוה, פארקערט, מען האט שטרענג גע'קנס'ט דעם בחור וואס האט דאס געטאן אויף די אייגענע האנט. עס איז קלאר אז ער וואלט קיינמאל נישט געהייסן ארויסווארפן פרויען מיט קינדער פון זייערע הייזער. והא ראי' מען האט עס קיינמאל נישט געטאן.
איןבעיה:
אן אריינגיין אין קיין ישראלישע פאליטיק, איז דאס גאנצע אויפשטעלן ישובים אין גוש קטיף געווען א עקסטרעמיסטישע מתנחל'ישע זאך, און ווען די רעגירונג האט איינגעזען אז ס'איז נישט מעגליך זיי צו באשיצן פון די אראבערס, האט מען אפגעשפארט די ישובים.
איך וויל נישט מלמד זכות זיין אויף די ציונים, אבער זיי האבן זיך אויפגעפירט אסאך איידעלער און מיט רחמנות ווי די טאהש'ע, זיי האבן צוגעשטעלט פאר די ארויסגעווארפענע נייע דירות מיט געלט, מען האט זיי געגעבן צייט אפאר חדשים זיך צוגרייטן, און מען האט זיי פארזיכערט אז מען האט נישט קיין ברירה און אף על פי כן איז דאס געווען טאקע זייער שווער פאר זיי.
אדרבה קוק וויאזוי מען האט זיי ארויסגעווארפן:
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
[בילד – נישט אפגעהיט]
איך פארשטיי פארוואס מען האט זיי געמוזט אוועקנעמען פון דעם מקום סכנה וואס זיי האבן געוואוינט, אבער קוקט אן מיט וואס פאר א ווייטאג מען האט דאס געטאן.
לאמיר טראכטן א מינוט די אלע אידן זענען געקומען וואוינען אין טאהש ווייל טאהשער רבי שליט"א האט זיך געבעטן מען זאל קומען, ער האט געוואלט אויפשטעלן אן ערליך שטעטל פאר אידישע קינדער.
און פארוואס פארטרייבט מען זיי, ווייל זיי גייען מיט "ברייטע ביבער היטן"?.
לעבעדיגער
איך האב קלארע א אגענדע דא, מען זאל נישט ארויסווארפן אידן פון זייערע דירות!
איך האב געזען פאריגע וואך דעם אשכול פון "ס'איז לעבעדיג אין טאהש" איך האב עס אפילו נישט געעפנט, וואס גייט מיך אן אז אין טאהש איז לעבעדיג.
אבער אז איך האב געזען דעם קליפ, וויאזוי דער שטארקער רודפ'ט דעם שוואכן, ביז יעצט ווען זיי האבן זיך געשלאגן מיט לאווען האבן זיי זיך נישט געוואגט צו גיין אזוי ווייט, ווייל זיי האבן פון אים געציטערט, אבער יעצט אז זיי האבן געסעטלט פאר אפאר מיליאן דאלער, האבן זיי זיך גענומען צו אפאר שוואכע ארימעלייט, מוז יעדער צולייגן א פלייצע זיי צו ראטעווען.
און צום שלוס:
זייטס מיך נישט חושד אז איך האב אזוי ליב די "ברייטע ביבער היטן", אדער איך סימפאטיר מיט בני יואל / נטורי קרתא / קאשוי וכו'. איך דאס בעסטע ליב מיין קרייז, וואס גייען אנגעטוען פונקט ווי איך, און זיי האלטן די זעלבע מיינונגען ווי איך, פרומער פון דעם איז שוין עקסטרעם, ווייניגער פון דעם איז שוין מאדערן. אבער נאכדעם קומט גאנץ כלל ישראל, יעדער איד איז מיין ברודער, זאל ער זיין א בעלזער, א סקווערער, א קלויזנבורעגער א וויזניצער, א קאשויער א בני יואל'ניק, א אגודיסט, א מזרחי'סט, און אפילו א ליובאוויטשער משיחיסט, יעדער שומר תורה ומצות, וואס האלט שבת איז מיין ברודער, און איך וויל נישט מען זאל פארגיסן זיין בלוט.
מיינער א גוטער ידיד איז א וואלונטיר אין "גמח הצלה" פון קרית יואל, ער זאגט מיר אז ס'איז מעשים בכל יום וואס מען העלפט ארויס בני יואל אידן, ווען זיי דארפן הילף ענטפערט מען נישט "ווער געהארגערט".
עס מוז זיין גרעניצן וואס דאס טאר מען נישט אריבערגיין, אידן זענען רחמנים בני רחמנים, און
ארויסווארפן א איד פון זיין דירה איז אכזריות!
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי אידישבלוט ב- 13/05/2008 7:46:54
יהודי לא מגרש יהודי!
ווילאנג מ'זעמיר אין גלות תחת עול הגוים והגליות, וועט ליידער גארנישט און די וועלט קענען אפהאלטן אז קרית טאהש זאל נישט ווערן אזוי ווי קרית יואל, ווי די שטאט איז געווארן א שטח הפקר אזוי ווי מאנסי, צישטערנדיג די גאנצע ציל פונעם מייסד רביה"ק זצוק"ל, פון א האבן אן אייגענע קאנטראלירטע שטעטל וואס זאל פארסירן די ערליכע סאטמארע השקפות, און דאס קומט זיך טאקע צו פארדאנקען פאר די א.ג. היראס יאסל וואלדמאן און זיינע בני יואל שותפים, זיי האבן אויסגעטרויטן דעם וועג אז מ'קען רעוואלטירן קעגן א רבי אין א קהלה דורך פאליציי אין ערכאות אונטערן שלייער פון פרומקייט, און נאך זאגן מיט א העזה אז דאס איז גאר וואס דער רבי האט געוואלט, קרית טאהש האט טאקע דער רבי געבויט, אבער ליידער באלאנגט עס פאר די גאווערמענט פון קוויבעק און ס'איז אונטערגעווארפן אונטער זייערע געזעצן, די יהדות החרדית עסט נאך ליידער עד היום די ביטערע פירות פון די בני יואל עזות פנים'ער, יעצט פארשטייט שוין די וועלט פארוואס די רבי ז"ל מיט די עדה החרדית זענען אזוי ארויס בחרב ובחנות קעגן די בני יואל, זיי האבן פאראויס געזען די שרעקליכע חורבן דאס גייט ברענגען פאר די דורות הבאים.
אבער איין זאך וויל איך בעטין. מעשה אלימות מאכט נאך שטערקער דעם נרדף . יעצט טאמער זיי רעוואלטירען קעגן הגה"צ רבי אלימלך שליט"א דעמאלס ווערט זיין צד שטערקער. און טאמער זיי ווערן נרדפים ווערן זיי געמוטיגט דורך גאס מענטשען.
די בני יואל האבען זיך אהערגעשטעלט אלס נרדפים דערווייל זענען זיי געווען די גרעסטע רודפים. סיי אויף די דרויסענדיגע צדיקים וגאונים. און סיי אויפן רבין ברך משה זעלבסט מיט כל מיני בזיונות און רדיפות. און נאכדעם האבען זיי זיך נאך אהערגעשטעלט אלץ נרדפים . און המון עם ווערט צומישט בין רודף לנרדף. אלה בנצחנימו ואלה ברצחנימו.
יעצט לעניננו . אזוי וויא הרב משה בער בעק קומט אויף שבת אויף טאש . ער איז מחזק לכאורה די רודפים וואס מאכען זיך נרדפים. וואס ווילן ארויפצווינגן זייער דעת יחידאה אויף יעדען .
וואס כידוע לכל איז דער הייליגער טאשער רבי שליט"א א אמתדיגער איד וואס האלט פון יעדען ערליכן יוד. ער קען האלטן פון סאטמאר אויך פון סקווער אויך פון גור אהנע פאליטיק אזוי וויא דער ראחמסטריווקא רבי. אדער דער סקולענער רבי וכדומה. און אויף דעם אופן וויל ער האבען דאס שטעטל. אזוי וויא רוב רעביס פון דער אלטער היים הרה"ק רבי ישעיעלע קערעסטירער זי"ע הרה"ק רבי הערשעלע ליסקער. וואס האט געקענט פארן קיין צאנז. און בתוך המחלוקה האט ער געקענט פארן קיין סאדיגורא (וואס דער הייליגער דברי חיים זי"ע האט עהם אנגערופן אפיקורס רח"ל. ) הרה"ק רבי מרדכעלע נאדבורנער זי"ע. הרה"ק רבי אייזיקל זידיטשויבער זי"ע וואס האט זיך בכלל נישט געוואלט אריינמישן אין די פייערדיגע צאנזע-סאדיגורא מחלוקה (עיין סוף שו"ת בית יצחק או"ח)
ממילא זאל מען זיך נישט לאזען פראוואצירן. און נישט שטערן דעם הרב בעק ווייל דאס וויל ער דאך ער זאל ווערן א נרדף און דורך דעם וועט ער ווערן שטערקער .
עד כאן מענייני טאש יצ"ו
דער_אמת, צו ביסט יא גערעכט צו נישט, מוז איך דיר געבען אזאנס פאר א שיינעם תגובה.....
תוקן על ידי איןבעיה ב- 14/05/2008 23:59:02
העמיר זען וואס זיי גייען פסק'ענן. [אז ס'האט א קלארע דין ווי בני יואל אדער נישט.]
גם זו לטובה
די ווידיא מאכט זייער נישט קיין גוטן רושם אויף די שונאים פון ר' אלימלך. ס'ווייזט אז ס'האנדלט זיך פון א גרופע מחרחרי ריב וואס זוכן צו מאכן מחלוקת און שנאת חינם.
ווען מען קוקט אויף די באווייזן וואס די שונאי טאהש האבן צוגעשטעלט, דהיינו די מחלל שם שמימ'דיגע ווידיא, נעמט מען ארויס נאר איין זאך. טאהשער קהל פרובירט צו מאכן ארדענונג מיט די מחוצפים, פאראזיטן וואס ווילן נאר לעבן אויפ'ן רייכן פעטער'ס חשבון, און דאס איז אלעס וואס דארט גייט פאר.
יעדער פארשטייט אז טאהשער רבי איז א צדיק, און קיינער פארמאגט נישט אזעלכע מדריגות ווי אים, און מען קען נישט ערווארטן אז אידן וואס האלטן נישט ביים ארבעטן אדער צאלן רענט זאלן בלייבן זיצן אין אומזיסטיגע דירות, ווען דער טאהשער רבי איז מער נישט ביי די כוחות זיי אויסצוהאלטן.
איך ווייס נישט פון קיין איינעם וואס וויל אז טאהש זאל אים אויסהאלטן און האט דעריבער טענות אויף די קהילה
ער ה אט זיך אויפגעטאן אז זיין טאטע האט חרוב געמאכט קרית יואל, און ער וועט חרוס מאכן קרית טאהש.
די אלע זענען פון די זעלבע שלעכטע קרעציקע עקלדיגע רשעים בני יואל בעק יוסף וואלדמאן וכו', יעצט עסט נאר טאהש די פירות פארן זיי אריינעמען און שטיצען אלע יארן, צו פיקסן סאטמאר.
יעצט עסן זיי עס מיט א שעפ לעפעל...
זייער יונגלעך און מיידלעך זענען דאס אפפאל פון כלל ישראל אומעטום. דאס איז די פירות פון זייער השחתה'דיגע ווירטשאפט פון זיין מהרסים.
די בני יואל מיידלעך זענען ליידער דאס געמיינסטע, פירן זיך אויף ווי שיקסעס רח"ל, עס איז ליידער נישט קיין סוד וואס דארט טוט זיך.
ביי די בני יואל מיידלעך הערט מען ליידער אזעלכע זאכן וואס מ'הערט נאר ביי די געמיינסטע "שווארצע", וואס יונגע "TEEN" קינדער שוו... רח"ל.
דאס איז דער חינוך פון "איך בין קליגער... איך דארף נישט קיין רבי" !
א גרויס טייל פון זיי זאגן היינט אפען: מיר דארפען נישט קיין בורא כל עולמים! רחמנא לישזבן פון די משוחתים קהלה.