היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » היסטאריע: וויען טוישט נוסח אשכנז צו ספרד

היסטאריע: וויען טוישט נוסח אשכנז צו ספרד

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2407021

רבי_יונה » 7/5/2008 18:59

די וואך שבת בייי פרק פארלערנען האט כ"ק אדמו"ר מוויען שליט"א געמאלדען אז פון היינט און ווייטער גייט מען טוישן די נוסח פון דאס דאווענען אין די קהלה פון נוסף אשכנז צו נוסח ספרד.

ער האט ארום גערעדט איבער די ענין איבער א שעה, און ער מסביר געווען בטוב טעם ודעת פארוואס ער טוט דאס, ווייל רוב עולם פארלאנגט דאס, און ער האט באקומען דערפאר די הסכמה פון מורו ורבו פוסק הדור הרב וואזנער שליט"א.

אויך האט ער גערעדט צו די אלטע יעקערס וואס זענען מסכים דערצו און פארפירן, אז זיי זאלן זיך צושטעלען דערצו.

לעבעדיגער » 7/5/2008 19:27

ס'אז מיר געווען אינטערסאנט די פסח, אחרון של פסח ביי מעריב האט דארט אין וויען'ער ביהמ"ד פארגעדאווענט פארן עמוד דער בדחנא דמלכא ר' מרדכי דוד עסטרייכער און ווי עס איז איינגעפירט דארט (געווען ביז יעצט) האט ער ביי יעדן שטיקל שיין פארגעזינגען די שטיקער מערבית.

איך האב געטראכט ווילאנג דאס וועט נאך אנהאלטן אזוי.

איך מיין אז זיי זענען געווען דער איינציגסטע שול אין וויליאמסבורג ווי מ'האט נאך געדאווענט נוסח אשכנז.

(אפשר אויף בראדוועי ביי ראדני דאווענט מען יא אזוי, נישט זיכער.)

גוטזאגער » 7/5/2008 21:05

א שאד, וויליאמסבורג האט שוין פונלאנג פארלוירן איר אריגינעלקייט. יעצט האט וויען אויפגעגעבן אויף א פּארט פון איר טראדיציע.