די פייער דעפט. האט מצליח געווען אפצולעשן דעם פייער וואס האט זיך אנגעהויבן אויף די אויבערשטע שטאקן פון די געביידע, ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, ווי איך הער זענען אויך די ספרי תורות געראטעוועט געווארן,
די בנין האט געליטן שווערע שאדענעס פון די רויעך און וואסער
זאל מען שוין הערען נאר בשורות טובות.
לעצטענס ברענט בתי מדרשים דא באלד אזוי ווי אין בני ברק!
וואו איז עברי וועלכער האט ביי די פייער אין יאוואזשנא געוואוסט צו נביאות אז דאס איז אן עונש ווייל מען שרייט דארט קעגן עירוב
זה לשון ידידי עבד עברי שליט"א ביי א אנדערע פייער פון בית המדרש פאריגע וואך:
אין הדליקה מצויה אלא במקום שיש חילול שבת
. דארט וויא וואך נאך וואך גייט ארויס מעולמו דער ריש שין עין דייטש און
לערנט אויס אלע יונגלעך פון יענע שול צו שרייען און מבזה זיין דעם שבת
קודש . און צו שטערן דעם עונג שבת פאר טויזענטער אידען. און מלעיג זיין על
דברי חכמים מיט פינסטערע פאליטיק. דארט פלאקערט יעצט . ויה"ר שלא ישמע עוד
שוד ושבר בגבולנו וכל המעיקים לשכינה תבערם ברול סועה וסער ונשמע ונתבשר
בשורות טובות ומלאה הארץ דעה את השם אמן
ברוך השם ששפך חמתו רק על העצים והאבנים . און ב"ה דאס ביהמ"ד איז
געבליבן גאנץ. און אוודאי די ספרי תורה. ווייל אין בעל הרחמים פוגע
בנפשות תחילה . נאר קודם בא על ביתו והשי"ת יצילנו מכל צרה וצוקה
עכ"ל
פארוואס האט דעמאלסט פאסירט דאס פייער אין באיאן וואו די מחללי שבת דאווענען?
אפשר א נקמה אקציע..?
דזשאסט קידינג