עירוב אין וויליאמסבורג, בהכשר הרבנים?
אין די בילדער ווערט געזעין,
כ"ק גאב"ד אודווארי שליט"א
ר' יצחק הרשקוביטש שליט"א, דומ"ץ קלוזנבורג
ר' מאיר מייעס שליט"א, דומ"ץ בעלזא
ר' יעקב זיידה שליט"א, דומ"ץ ויזניץ
בן כ"ק אדמו"ר מספינקא
הרב וועבערמאן
אין ווי איך הער איז גאב"ד האליין הרה"ג ר' פישל הרשקוביטש שליט"א, זיך משתתף אלע יארן, נאר האט זיך נישט באטייליגט דאס יאהר וויבאלד ער האט זיך נישט אזוי גיט געשפירט.
איך האב נישט געוואסט אז אין ספינקא (זאבלטאווב )האלט מען פינעם צווייפלהאפטיגען עירוב ?
לאמיר האפן אז די טעג פון טערארזירן רבנים ענדיגן זיך בקרוב און אלע רבנים מתירים זאלן עמטליך ארויסקומען אפען מיט זייער דעת תורה און פסק הלכה לפי הוראתם אן קיין מורא.
איך וויל דאס זעהן "שריפטליך" ווי אמשנעלסטן.
א סגולה אויב מען איז אין א שלעכטע גיסטע אין מען דארף א שמייכעל, איז צו ריפען דעם חולה נפש אלטר משה,
נעכטען הער איך ווי ער זאגט בשם 'הרב וועבערמאן' אז די "ציונים" אין כל העולם האבען געפעלדשט דעם בילד... ער איז בכלל נישט דארט געווען עפ"י האדמו"ר ר' אלטר משה
נאך א 'קאווער אפ'
אנדערש ווי ביז היינט וואס קיינער פון די דיינים און רבנים האבן זיך נישט אפען ארויסגעשטעלט לטובת די עירוב אויס מורא פארן אייגענעם שאטן און פון די וואויל באקאנטע טעראריסטן, זעה איך יעצט אז עס איז דא א געהעריגער בילד אין "כל העולם כלו" מאגאזין ווי רבנים און דיינים המתירים זיצן צונאזאם.
מיין קשיא איז. פארוואס קומען זיי נישט ארויס שריפטלעך מיט א בריוו? יעדער ווייסט שוין סייווי ווער עס איז אינטער די זאך, קומט ארויס מיט א געהעריגער בריוו להיתר און זאלן די וואס ווייסן נישט וואס צוטוען האבן אויף וועמען זיך צו פארלאזן.
איך האלט אז ווילאנג עס וועלן נישט זיין צוויי דיינים און רבנים וואס קומען ארויס מיט א בריוו אז אויף זייער אחריות איז דער עירוב כשר, וועט זיך עס נישט אויסארבייטן געהעריג.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תשס"ט
[בילד – נישט אפגעהיט]
כבוד הרב זיידע ווי קען דער עירוב כשר זיין אז עס איז גימאכט מיט פאפא - צעהלים מצות וואס דארט ניצט מען נאר אריזאנא ווייץ
איז דאך די מצה ...................
איז דאס גיווען א דיעל מיטן דאראגען אייער וואשער ?
אז ער זאל נישט דרוקען קונטרסים קעגען עירוב ?
און דו וועסט צושטיין מיט די לוזערס קעגען אריזאנע ווייץ
מיט א פלפול עירוב איז תדיר און מצה איז אינו תדיר, תדיר ושאינו תדיר תדיר קודם - א איידעם א שטיק שווער מי יגלה עפר פון ר' בנציון טאבאק צו זעהן נחת פון זיין איידעם