כבוד הרב עבד עברי ני"ו
אחדשה"ט, אזוי איך האב אי"ה אין פלאן דארט צו זיין אויף דעם שבת פון ל"ג בעומר און איך האב געליינט דיינע אויפריכטיגע ווערטער און זארגן, האב איך זיך פארבינדן מיט איינע פון די עסקנים פון די "וועד" ווי איך האב אום פארגעלייגט אלע אייערע טענות און געבעטן אויב ער קען מיר ענטפערן דעראויף.
ער האט מיר אויף אלעם גענטפערט און איך וויל עס דערפאר ארויפלייגן דא אז איר און אלע אנדערע וואס האבן אין פלאן צו פארן זאלן וויסן וואס די פלענער זענען און ווי שטארק אויסגעהאלטן דאס איז.
איר האט געשריבן ווי פאלגענד:
איך האב ב"ה גרויס הנאה צו הערן און צו זעהן אז מען האט בעזהי"ת צוגעשטעלט א פלאץ וויא מען זאל קענען זיין בשבת אחים גם יחד אבער אלי' וקוץ בה(ר"ה י"ז ע"א) איך וויל דא מעורר זיין עטליכע יסודותדיגע פונקטן.
1 כנענן ספא חאטשיג עס האט עפעס א מין הכשר פון איינעם . איז דאס בכלל נישט כשר לחלוטין און א וודאי נישט פאר שנת השמיטה וואס אפילו א רויע פרי אבער גרינצייג טאר מען דארט נישט עסן. און ממילא אזוי וויא עס פארשטייט זיך אז מען וועט אלעס אי"ה צושטעלען הייימיש על צד היותר טוב . דארף מען די גאנצע קאך דארט כשרן , עטליכע זאכען בליבון חמור כדת וכדין, און עטליכע זאכען בהגעלה אדער בליבון קל . און פארשטייט זיך אז טאמער מען דארף כשרן בהגעלה דארף די קאך זיין זויבער אינגאנצען 24 שעה פריער כדי עס זאל אינו בן יומו ביים כשרן.
עס איז באשטעלט געווארן איינע פון די גרעסטע בעלי מכשירים אין אר"י וואס וועט אי"ה כשר'ן די גאנצע קאך מיט אלע כלים, אזוי אויך וועלן געניצט ווערן פראדוקטן 'בלויז' מיטן הכשר הבד"ץ שע"י העדה החרידת.
2 עס מוז דארט איינס אדער צוויי משגחים א גאנצע צייט וואס זיי זענען גאר גרויסע מבינים און מומחים אז מען זאל ח"ו נישט אריינברענגן עסן אדער אפילו פירות פון זייער אוצר (רעזערוו)
כנ"ל, עס וועלן זיין צוויי משגיחים תמידים אויפן פלאץ די גאנצע צייט.
3 עס איז דא דארט פראבלעמען מיט די שליסלן און מיט די טירען פון די צימערן ווייל אלעס ארבעט עלעקטראניקלי( דיזשיטעל) און מען דארף זעהן וואס מען קען טון וועגן שבת קודש וואס לויט רוב אחרונים זענען די זאכען א איסור דאורייתא חילול שבת ממש רח"ל און לכל הדיעות עכ"פ א איסור דרבנן.איך ווייס צו מען קען בכלל עפענען די טירן מיט שליסלעך.
די האטעל האט צוויי ערליי שליסלעך, עס וועלן אי"ה געניצט ווערן די געהעריגע שליסלעך, נישט די קארטלעך.
4 עס איז נישטא דארט קיין מקוה .מילא אויף אינדערוואכן קען מען צופארן צו די אונטער שטאט צפת. אבער ש"ק אינדערפרי וואס עפ"י האר"י איז עס א חיוב טבילה בכלל און עפ"י חסידות וואלט כדאי געווען צו גיין יותר מפרסה אויב מען וואלט געמעגט . ווייס איך נישט וואס מען קען טון.
א גאס ארויפציער איז דא א חשובער ישיבה מיט א מהודר'דיגע מקוה וואס מ'האט אפגעדינגען אויף די דריי טאג פאר די אויסלענדישע געסט.
5 איך גלייב נישט אז אין האטעל זאלען נישט זיין דארט געסט וואס זענען נישט שומרי תורה ומצוות מממילא החכם עיניו בראשו שבא לתקן ולא תיקן
היות מיר האבן אפגעדינגען דעם "גאנצן" האטעל וועלן אי"ה זיין דארט "בלויז" אנשי שלומינו תלמידי וחסידי סאטמאר.
6 עס וואלט געווען א גלייכע זאך אז מען זאל שטעלען מחיצות אין לאנטש רום פאר די וואס ווילן עסן מיט זייערע פאמיליעס.
עמטליך מטעם הוועד הנסיעה וועט מען אי"ה עסן אפגעזינדערט, עקסטער די מענער און עקסטער די פרויען. פאר די וואס האבן א גרויסער משפחה און ווילן עסן עקסטער די גאנצע משפחה, וועלן אי"ה זיין צוגעשטעלט 'עקסטערע שטובער' "נישט קיין מחיצות" ווי זיי וועלן קענען עסן עקסטער.
7 געווענליך לאזן זיי נישט אריין אינעם האטעל קיין קינדער והמבין יבין.
עס איז א אפגעדינגערנער האטעל, און מיר קענען יעדעם אריינענעמען דארט.
8 אזוי וויא דאס איז דאס ערשטע מאל בכלל אין די געשיכטע אז חסידישע אידען דינגן אפ אזא שיין לוקסוריעזע האטעל דארף מען זעהן אז עס זאל טאקע זיין אויסגעהאלטן לכל הדיעות ווייל אז נישט וועט מען זאגען הותרו פרושים את הדבר(סנהדרין ירו' פ"י) און אנדערע וועלן נאכטון וד"ל.
עס וועט אי"ה זיין דארט אנוועזנד א חשובער רב שליט"א וואס אלעס וועט אי"ה געטוען ווערן ע"פ הוראתו.
9 ווען בעלז האט אין אמעריקא אפגעדינגן דעם גרויסן האמאוואק האטעל אין ספרינג גלען.(תשמ"ב או מ"ג) (עס איז נישט געווען א דמיון צו כנען ספא) חאטשיג אלעס איז געווען על צד היותר טוב. דאך האט דעמאלס סאטמאר געמאכט פון זיי ליצי ליצנות אין אלע צייטונגען און אויסגעטראכט כל דבר אסור אפילו דאס אז עס איז נישט געווען קיין ספר תורה און הונדערטער אידן האבען שבת נישט געהערט קיין קריאת התורה.
ממילא דארף מען יעצט אכטונג געבען אז די שונאים זאלן נישט מאכן קיין לזות שפתים.
די פראבלעם האבן מיר ב"ה נישט....
10 מען דארף קלאר צפרסם מאכען אז נא דעמאלס ווען סאטמאר האט דאס געדינגן דעמאלס איז דאס כשר אבער סתם אינמיטן יאר האט דאס נישט קיין שייכות מען זאל זיך נישט מורה היתר זיין.
פונקט ווי די "שבת הצלה" און די "אלף שמות" און נאך אנדערע צענדליגער חסידות'ער וואס זענען אמאל ארויסגעגאגנען אין אן האטעל, איז נאכנישט בייגעפאלן פאר קיינעם אז דאס איז א כשר'ער האטעל און מ'קען דארט אלעס געהעריג עסן א גאנצער יאר, דאס זעלבע איז דא.
11 עס איז נישטא קיין כשרע סינקס אין די שטובער . דע סינק איז נאר דא אין טוילעט (ביה"כ) און ממילא דארף זיך יעדער ברענגן פאר שבת א גאללאן וואסער צו האבען ביי זיך אין שטוב טאמער ער וויל זיך וואשען נאכען ארויסגיין און זאגן א יודיש ווארט.
אין יעדער שטוב איז דא נעבן די ביה"כ א קליינער סינק (נישט נאר אין דעם האטעל) ווי מ'קען זיך וואשן די הענט און זאגן דערנאך א אידיש ווארט.
תורתן מגן לנו... הוא ימליץ טוב בעדינו... אדונינו בר יוחאי.
_________________