היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » רייסט איין: הנגיד ר' חיים לאקס לרפו"ש

רייסט איין: הנגיד ר' חיים לאקס לרפו"ש

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2401817

רבי_יונה » 28/4/2008 21:18

התפללו והרבו תחנה לפני מלך מלכי מלכים הקב"ה לרפואת הרב החסיד הנגיד המרומם ר' חיים לאקס ני"ו לרפואה שלימה, וואס געפינט זיך איצט און א גאר קריטשער צושטאנד ל"ע ה"י.

ר' חיים איז באוויסט פאר זיינע ריזיגע צדקות וואס ער טיילט אויס, און בפרט פאר זיינע ריזיגע לייסטוגען פאר מוסדות סאטמאר, ר' חיים האט לעצטענס מנדב געווען איבערצובויען דעם ריזיגען תלמוד תורה סאטמאר אין בני ברק, ווי ער האט געבען איבער א מיליאן דאלער.

אזוי אויך האט ער מנדב געווען דעם מעכטיגן היכל תהלת יוסף בבימ"ד הגדול דקהל יטב לב דסאטמאר ווילי.

איצט ווען ער ברויך אנקומען צו אונזער הילף דארפן מיר ארויס נעמען די תהלים'לעך און איין רייסן פארן רבוש"ע פאר זיין רפואה שלימה.

הערשעל » 29/4/2008 18:51

וואס מאכט ער?

איך האב באקומען אזעלכע הארצרייסענדע טעקסט מעסזשעס נעכטן אז די בלוט איז מיר ארויפגעקועמן. איך האף ער שפירט שוין בעסער. און זאל ער האבן א גאנצע רפואה.

אגב, ער געט פאר ביידע זייטן פון סאטמאר גרויס געלט.

ביבער- וואס איז שלעכט מיט דעם אשכול?

ביבער » 30/4/2008 01:54

1) משום כבודו
2) משום כבוד המשפחה
3) מענטשן האלטן אין איין ארויס לאזן שקרים איבער זיין צישטאנד
4) ספאסט פשוט נישט דן צי זיין ר' חיים'ס געזינט ציטאנד  אויפן פארום

רבי_יונה » 30/4/2008 08:24

קיינער איז נישט דן דא גארנישט, מען בעט נאר אז מען זאל מתפלל זיין פאר ר' חיים ני"ו לרפואה שלימה.

רבינו שליט"א איז געווען היינט מבקר חולה זיין ר' חיים ני"ו.