יכול
איך זאג נישט אז עס קען נישט מצליח זיין אבער די פראבלעם פין א דעוולאפמעהט וואס ווערט געפירט אדורך א פרייוועט מענטש וואס מיינט נאר געלט קען זיין גאר גרויס,
וואס געשעיט אויב איו א יאהר ארים וועט ער זעין אז עס גייט נישט וויא אזוי ער האט געמיינט, אדער עס וועט אינטערקימען פארשידענע פרבלעימען פין די שכנים אדער TOWN וואס ער האט זיך נישט געראכטען אין פין א ביזנעס פוינט וועט זיך עם מער נישט לוינען וויטער ממשיך צי זיין, אין ער וועט מחליט זיין צי פארקויפען די דיוולאפמענט פאר גוים וכו' (ארטיסטען LOL) אדער ער וועט אויפהערען צי פאנדען די מוסדות אדער פארקויפען די קהל בנינים, אין נאך פארשידענע פרבלעמען, וואס וועט זיין מיט די ערשטע 150 משפחות?? ווער וועט שטיין צי זייער האנט?
מיר קיקט עס אויס אביסל מאדנע די גאנצע זאך,
א. עס האט זיך אנגעהויבן בערך פאר א חודש פאר פסח אין עס איז באשריבען געווארען אין דער בלאט "אז האט זיך געגרינדערט א וועד וואס וויל ארויסהעלפן די דירות מאנגל אין די וועד גיט ארויס אפליקאציע'ס כדאי צי וויסען וואס דער עולם זיכט".
ב. צוויי וואכען דערויף איז באשריבען געווארען אז עס איז ב"ה אריינגעקימען א גרויסע ריספאנס אין די וועד קיקט אדורך די אלע אפליקאציע'ס כדאי צי קענען לערנען וואס דער עולם זיכט וכו' אין לפי וואס דער עולם זיכט גייט די וועד אנהייבן צי זיכן א פאסיגע פלאץ.
ג. ערב פסח איז שוין באריכטעט געווארען אז ב"ה אז די וועד האט שוין געטראפען א פאסיגע פלאץ אין אויך האט שוין די וועד איינגערישט א פילען אפיס אין שוין געפרינטעד שיינע פלענס אין ביכלעך אין מען נעמט שוין דיפאזיטס.
אין מיין שאלה איז,
וויא אזוי ארבעט דאס אזוי שנעל??
וי אזוי איז שוין דא אן אפיס אוועק געשטעלט? וי אזוי איז שוין אזוי שנעל דא פארטיגע פלענס אין ביכלעך?
צי האט מען דען גיט בודק געוועין די אלע ליגאלע פראבלעמען וואס קענען אינטערקימען?
צי האט מען גיט בודק געוועין אויב עס איז נישט דא קיין ENGINEERING פראבלעמען?
1.מען האט קוים געפרעיגט דעם עולם ווייניגער וי א חודש ציריק?
2. מען האט קוים אנגעהויבען צי זיכן א פלאץ?
3. מען האט נאר יעצט געטראפען דאס פלאץ.
אין שוין פארקויפט מען?
אזוי אויך מען רעדט שוין פין דעם 5 וואכען, אין איך האב נאך נישט געזעין קיין איין נאמען פין ווער עס שטייט אינטער דעים, אפי די אינטערוויא אין די בלאט איז אן א נאמען, איז ווער נעמט די דיפאזיטס? ווער פראטעקט דאס?
איך זאג דיר נאר וואס איך טראכט, עס קיקט מיר אויס זייער מאדנע.