היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » הגר"ש וואזנער: הכשר אויף קליידער געשעפטן

הגר"ש וואזנער: הכשר אויף קליידער געשעפטן

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2395447

מבקש_האמת » 14/4/2008 19:03

ביי זיין שבת הגדול דרשה האט דער פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי שליט"א געלאזט פאלן שארפע ווערטער שלא כהרגילו קעגן די קליידער געשעפטן אין בני ברק וועלכע זענען נישט גרייט צו נעמען אויף זיך א הכשר און פארקויפן נישט אויסגעהאלטענע קליידער. גלייכצייטיג האט ער געגעבן א שפע ברכות פאר די געשעפטן וואס האבן יא מקבל געווען אויף זיך דעם הכשר.

הלואי אויף אונז געזאגט, די ווייבער שול געט איבער אז אין די 'היימישע' געשעפטן איז כמעט נישטא צו טרעפן קיין עכט צניעות'דיגע מלבושים. וואו נעמט מען עסקנים זאלן זיך אריינלייגן דערין?