היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » הגר"ח קניבסקי שליט"א אויף ר' בן ציון דוננער ז"ל

הגר"ח קניבסקי שליט"א אויף ר' בן ציון דוננער ז"ל

1 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 2 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #2389577

רובין1975 » 4/4/2008 07:26

דער גאון הדור רבי חיים קניבסקי שליט"א האט במשך די שבעה טעג עטליכע מאהל געזאגט:
אז דער נפטר ר' בן ציון דוננער ז"ל האט געזאלט נפטר ווערן פאר צוואנציג יאר צוריק, אבער פון הימל האט מען אים געשענקט 20 יאר ער זאל טיילען די גרויסע צדקות.

ולפלא
עס דערציילט די אלמנה תחי':
אז פאר צוואנציג יאר צוריק, דעמאלטס נאך א יונג פארפאלק, זענען זיי געפארן אויף דעם זעלבע ראוד קיין בערמאנטה, און עס האט דארט פאסירט מיט זיי א עקסידענט, ביי וואס ר' בן ציון ז"ל איז דעמאלטס ארויס מיט גרויסע ניסים, און ער האט דערנאך גומל געבענטש.

נסתרים דרכי ה'!!

הגאון ר' חיים שליט"א האט געזאגט פאר הרב במ... אז עס איז נישט קיין נחמה רייד, עס איז א מציאות...