היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע נייעס » מאנרא מוסדות סערווירט נישט אויסער די שטאט

מאנרא מוסדות סערווירט נישט אויסער די שטאט

1 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2388946

ultrayid » 3/4/2008 06:18

די ארוינשע מוסדות און מאנרא האבען פאריגע וואך אויפגעהערט צו סערווירען די משפחות וואס וואוינען אינדרוסען פון שטעטל,
פארשטייט זיך די עלטערען פון די קינדער האבען אנגעהויבען א ויצעקו דא אויף היידפארק אנטקעגן די הנהנלה.
 
אויף די ארוינשע פורם זענען רויב איינשטימיג מיט די וואס וואוינען אינדרויסען פון שטעטל,

זיי האבען אלע  רעכט צו באקומען טראנספארטאציע פונקט ווי יעדער.
און מ'רעדט נישט דא פון אן ארימע מוסד.
די קר''י מוסדות איז איינער פון די רייכסטע מוסדות און אמריקא,
 זיי באקומען מיליאנס פון די שטאט יעדעס יאר.

נעכטען האט שוין איינער געשריבען אז מ'זאל שוין נישט געבען קיין געלט פאר די קר''י מוסדות.

מסמתא ווילען זיי נישט אז די עולם זאל ארויסמופן פון שטעטל, זיי ווילען דאך ווייטער באקומען זייערע טויזענטער'ס ווען מען  בויט א הויז און קר''י און האלטען א אויג אוף יעדעם איינעם

(עס איז דא וואס זאגען אז די קר''י איז די ירושלים דאמריקא, איך מיין  אז עס איז די איראן דאמריקא)

תוקן על ידי ultrayid ב- 03/04/2008 6:19:16