ענדליך נאך לאנגע יארן
וועט פארקומען עכטע וואלן אין די קהלה אין קרית יואל
עס איז דא דריי ליסטעס
היינט איז די לעצטע טאג אריינצוגעבן א ליסטע
קומענדיגע וואך זינטאג וועט פארקומען די וואלן
ווער ס'האט די ליסטעס זאל עס ביטע ארויפלייגן
ארגינעלער;
דאס אז עס איז אזוי געווען דער סיסטעם אין סאטמאר די לעצטע 60 יאר ווייסן מיר, אבער מיר ווייסן אויך אז מיר האבן טאקע באצאלט דערפאר מיט מיליאנען דאללארן אין בנינים, מלחמות און הארץ עסענישן. נו אפשר איז טאקע צייט צו טוישן דעם וועג, אז ס'איז דא א געלעגנהייט דארף מען כאטשיג פרובירן.
דער רבי שליט"א אליינס איז דער וואס האט דאס מערסטע דערלייגט און דאס מערסטע געליטן אויף דעם פארפוילטן סיסטעם, ער איז דער וואס האט די מערסטע געכאפט דערפאר, און איך גלייב און האף אז ער וועט דאס אין קענטעניס נעמען בעפארן מאכן באשלוסן איבער אקצעפטירן יושר'דיגע וואלן.
געדענק אז מיר באצאלן מעמבערשיפ, מיר זענען א טייל פון די קהילה, מיר זענען מעמבערס, און עס איז נישט מער ווי יושר און רעכט אז עס זאל פארקומען נארמאלע וואלן און מיר זאלן האבן א ווארט איבער ווער עס זאל אונז פארטרעטן.
עס איז צייט איינמאל פאר אלעמאל 'יא' צו מאכן קהל'ישע וואלן און אויפהערן פארדרייען א קאפ פאר מענטשן מיט נארישע תירוצים וויאזוי עס איז אלעמאל געווען.
ס'איז צייט אז עס זאל זיין א יושר'דיגע סיסטעם און אזוי און נאר אזוי וועלן נישט זיין 'אזויפיל' פארווייטאגטע אידן!