היינט האט מען נישט אויפגעפיקט אלע קינדער פון מילוועל לעין, און אין סעווען ספרינגס האט מען נאר אויפגעפיקט די קינדער וואס וואוינען ביז אברהם ווידער'ס זונ'ס הויז!
די חוצפה איז געפערליך! מען צווינגט צענדליגער משפחות אז זיי זאלן דינגען טעקסיס צו שיקן די קינדער אין חדר, אדער זאלן זיי אריינלייגן די קינדער אין ויואל משה אדער בני יואל, וואס שטעלן יא צו טראנספארטאציע!
ביי אונז אין מילוועל לעין האבן שוין צען טאטעס געמאלדן אז זיי גייען אריינלייגן די קינדער אין ויואל משה, ווייל זיי האבן נישט קיין געלט צו צאלן פאר קיין טעקסיס, און זיי מוזן אריינפארן צו די ארבעט יעדן פארטאגס, און קענען נישט אויסווארטן ביז ווילאנג די קינדער גייען אין חדר/סקול.
פרעגט זיך די שווערע שאלה. אין א צייט וואס סאטמאר איז צוטיילט אין צוויי און ס'איז דא א קאמפעטישאן, גייט מען און מען טוט בידים מרחק זיין היימישע מענטשן, חסידים פון רבי'ן שליט"א, און פארוואס? ווייל זיי וואוינען אין א געגנט וואס איז נאכנישט געענעקסט געווארן דורכ'ן ווילידזש. (אסאך סעווען ספרינגס איינוואוינער וואוינען שוין דארט לענגער ווי רוב תושבי קרית יואל.)
איז טאקע נישטא קיין איין נארמאלער מענטש אין די מוסדות?