ר' חיים יושע מאכט א הכנסת ספר תורה קומענדיגע וואך זונטאג און ס'זענען געווען געוויסע אין זיין קהל וואס האבן באשלאסן אז כדי אנצוהאלטן דעם שוואכן נארדערן אלייענס מיט די זאליס דארף מען איינלאדענען רז"ל.
און דא האט אויסגעבראכן א מעידזשאר פייט צווישן די חיימשונים און די זאלונים, וואס האט דערגרייכט ביז פעטש ועד בכלל.
די חיימשונים האבן דערקלערט אז זיי האבן זיך גענוג געבראכן מיט'ן איינלאדענען רז"ל, און דאס איז שוין גענוג, און דער כבוד דארף מען געבן נאר פאר ר' חיים יושע. ווידעראום די זאלונים פארפירן אז מען דארף ארויפלייגן רז"ל'ס נאמען אויף אלע צעטלעך אז ער גייט זיך משתתף זיין.
דערווייל לייגט די קהלה ארויף צעטלעך אן רז"ל'ס נאמען, און די זאליס זיצן און מאכן מיטינגס וויאזוי נקמה צו נעמען. נעכטן האבן זיי געלאזט פרינטן סטיקערס בהשתתפות רז"ל און זיי האבן עס ארויפגעקלעבט אויף די צעטלעך פון קהל, מאכנדיג רז"ל אויסקוקן ווי א גרויסער לוזער. די חיימשונים האבן אראפגעריסן די צעטלעך און ארויפגעלייגט נייע אן דעם נאמען, און אזוי איז עס געגאנגען אהין און צוריק, באגלייט מיט קולות, פעטש און ארויסווארפערייען.
די זאלונים זענען געגאנגען און ארויסגענומען אדווערטייזמענטס אין די אדווערטייזינג בראשורן וואו זיי האבן געוואלט אריינלייגן צעטלעך מיט רז"ל'ס נאמען. א שטורעם האט אויסגעבראכן און קהל האט געמאכט א מיטינג אינאיינעם מיט די נייע קהל מיטגלידער וואס נעמט אריין אפאר זאלי יונגעלייטלעך פון אונטער 25 יאר. ביי די מיטינג איז אנגעקומען דער פושקע גייער פון שול ר' יאנקל גראס, וואס איז זייער א נאנטער מקורב און עצה-געבער פאר ר' חיים יושע, און האט געשריגן אז מען איז זיך מתחצף פאר'ן רב, און ס'באדערט זייער פאר'ן רב וואס מען טוט.
די נייע זאלי קהלס-לייט האבן אנגעפאנגען צו פארפירן אז ר' יאנקל איז נישט קיין ערוועלטער קהל מיטגלידער און האט נישט דארט וואס צו זוכן, און מען האט אים ארויסגעווארפן פון דארט מיט בזיונות. די זאליס האבן אגב אנגעפאנגען צו שרייען, היתכן מען לאזט ר' יאנקל גראס האבן אלע שליסלען פון ביהמ"ד און אנפירן די שול, ווען זיין גאנצע פאזיציע איז נאר צו גיין מיט די פושקע און פארקויפן עליות.
גרייטס ענק אויף אסאך פאן.