פון קראנטע קוועלער בין איך געוואויר געווארן אז מ'האט ליידער געכאפט א היימישער יונגערמאן אינמיטן די ארבעט פון פעלשען פלאמבעס אין איינע פון די גרעסטע סופערמארקעטס אין מאנסי.
בחסדי ה' האט מען באמערקט די שייגעץ שטיק פון דעם יונגערמאן אויף די ווידיא קאמרעס. דער יונגערמאן האט מודה געווען אויף אלעם, בתנאי אז מ'וועט נישט מאכן קיין קלאגעס ביי די פאליציי קעגן אים.
מ'איז געוואויר געווארן שוידערליכע פרטים פון דעם חברה'מאן, און אויך האט מען געפונען ביי אים פלאמבעס, פון מהודר'דיגע שחיטות כדי צו מאכן א שלעכטן נאמען אויף זייער שחיטה וד"ל.
אין זיין אויטא האט מען געפונען עופות פון טריפה'נע קאמפאניס רח"ל, און ער האט מודה געווען אז ער האט באקומען דערפאר גרויס געלט.
איך קען נאך נישט שרייבן קיין פרטים, איינס ווייל ס'איז נאך אינמיטן די אויספארשונג און צוויי, ווייל איך מוז נאך הערן מער קראנטע פרטים איידער איך שרייב מער דיטעילס.
איך האף צו קענען שרייבן מער פרטים.
הויפט זייט » כל העולם כולו » שוידער: אינגערמאן געכאפט פעלשן פלאמבעס אין מאנסי
שוידער: אינגערמאן געכאפט פעלשן פלאמבעס אין מאנסי
7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2378509
פין וועלכע סופערמארקעט רעדט מען דא?
דעס דארף מען זאגן מען זאל דארט נישט איינקויפן
דעס דארף מען זאגן מען זאל דארט נישט איינקויפן
חלילה.
די סופערמארקעט האט אים געכאפט ביי די מעשה, און עס ב"ה אפגעשטעלט באצייטענס.
איך שרייב נישט די נאמען, ווייל די סופערמארקעט זענען נישט שולדיג אז א פארברעכער וויל חלילה עפעס אנמאכן.
שולדיג זענען די וואס האבן יענעם געהייערט, און דער באנדיט זעלבסט.

צופיל מעשיות פאר איין וואך. אפשר קען מען מאכן א שטיקל ניוס סלאודאון? איך פארנעם עס נישט.
שוין ווייטער מאנסי
געב ביטע פרטים
זיסקייט מ'מוז מאכען א WEEK IN REVIEW
איך זע אז שומרשמיטה מאכט א קאווער אפ