היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » כל העולם כולו » שטוינענד: חסידישער אקטיאר

שטוינענד: חסידישער אקטיאר

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #2377498
בלאט: 1 2

הערשעל » 14/3/2008 17:21

די אידישע גאס טומעלט איבער דעם חסידישען וויליאמסבורגער יונגערמאן/בחור וואס עקט אויף א נייעם פילם מיט א ירושלים אפשטאמענדיגע פרוי.

איז ער פארהייראט? האט ער קינדער? וועלכע מוסד וועט אריינעמען זיינע קינדער אין זייער חדר?

וואס איז געווען זיין חשבון? געלט? פארקויפן די נשמה פאר א פאר דאללער?

איך ווייס נישט אויב עס איז ריכטיג ארויפצולייגן די בילדער און די קליפס פון דעם מאווי, עס האט צורת נשים און ווער ווייסט אויב מען וועט דאס צולאזן...

איינע פון די קאמענטס וואס מען האט דארט צוגעלייגט:

very interesting...

Hasidics are never portrayed in movies. I think it will be interesting especially to see them in a romance film

קומט גוטע צייטן פאר חסידישע ארימעלייט? עפענען זיך פרישע טויערן פון פרנסה אין דעם היינטיגן אפגעשוואכטן ליידיגע מארקעט פאר היימישע אידן?


תוקן על ידי הערשעל ב- 14/03/2008 17:24:56

ניהול_גרופ » 14/3/2008 18:56

פרנסה? רח"ל! וואו נידעריג זענען מיר אונז שוין אנגעקומען?! טון שמוציגע מעשים ברבים, די גרעסטע רבים וואס איז שייך, און נוצן א תירוץ פון "פרנסה"?! הונדערטער טויזנטער אידן האבן פון וואו צו לעבן, און איין איינציגער יונגערמאן מוז זיך טובל'ען אין שמוץ און פארשווארצן דאס פנים פונעם יהדות החרדית פאר אפאר דאלער?!

שומו שמים. (און ווער ס'קען מיך ווייסט איך בין בכלל נישט קיין עקסטרעמיסט).

מיין פערזענליכע מיינונג (איך האב נישט גערעדט מיט די אנדערע חברי הנהלה דערווייל) איז אז מ'דארף דא געהעריג ארויפלייגן זיין נאמען און פיקטשער, זאל ער זיך שעמען ארויסצוגיין אויף די גאס! (און אויב שעמט ער זיך נישט איז דאך זיכער נישט קיין פראבלעם...)

Ziskeit » 14/3/2008 19:03

איך האלט אז דאס ווייזט ווי פארגרעבט מיר פרומע אידן זענען געווארן. דער אינטערנעט האט אונז אראפגעברענגט צו אזא נידעריגן שטאפל, אז ס'זענען דא פארשידענע צווישן אונז וואס כאפן זיך פשוט נישט אויף געוויסע זאכן אז ס'זענען נאך דא מענטשן ביי וועמען דאס איז נאך אן עבירה. (נישט ח"ו אז איך האלט אז דאס איז נישט אן עבירה).

אגב, באדערט מיך איין זאך, אויב שוין יא עקטן אלס א חסיד פארוואס האט ער אונז געמוזט מאכן אויסקוקן אזוי מאדנע, מיט א פארוועטשטן היטל און א מאנטל פון וועלכן ס'פעלט א קנעפל. אויב איז ער שוין יא איבערגעגאנגען אלע גרעניצן און דאס געטאן פארוואס האט ער כאטש נישט געהאט אביסעלע "פּרייד" אין זיך, און עס געטאן ווי עס באדארף צו זיין, פארוואס האט ער געדינט ווי א וואפן אין די הענט פון אנטיסעמיטן וועלכע גלייכן אלעמאל אראפצומאלן די חסידים ווי מאדנע-אויסזעענדע בריאות?


*

בנוגע ארויסלייגן זיין בילד, איך האלט נישט דערפון. איך האלט אז ער האט נישט ריעלייזט וואס ער טוט, און אז ער איז יעצט צעבראכן אויף שטיקער, נאכ'ן כאפן וואסערע שטורעם ער האט אנגעמאכט, און ער האט טיף חרטה - עס קען נישט זיין אנדערש. איך וואלט אפילו געזאגט אז דער אשכול זאל אויסגעמעקט ווערן ביז א טאג צוויי, כדי ס'זאל נישט בלייבן אוועקלייגט פאר דער רעקארד.



תוקן על ידי Ziskeit ב- 14/03/2008 19:09:28

מבני_בניו » 14/3/2008 19:36

איך קען עס נישט פארשטיין, ער איז טאטעלי אראפ פון זינען?

האקאבו » 14/3/2008 19:53

א בילד פין דעם ציפדעלטען יונגערמאן מיט די אקטיארס

http://www.celebrity-gossip.net/celebrities/hollywood/natalie-portman-loves-new-york-203861/

לולא_תורתך » 14/3/2008 21:07

פרישע שמוציגע פירות פון די הייליגע מאנרא ישיבה

יכול » 14/3/2008 21:20

לויט ווי מען שמועסט, האט מען שוין פארשיקט זיינע קינדער פון די קראלי מוסדות ווי זיי האבען געלערענט.
איך מיין אז דאס איז נישט געווען גענצליך אומגעראכטען פאר אים.

ארגינעלער » 14/3/2008 21:21

טאמיר איינעם איז נישט גענוג געווען דער שיינער מאווי ווי די קווינסער באיעס
שערן זיך די בערד

וויל איך דיר איינמעלדן אז מען די וואך געוויאר געווארן אז סענז סטריט תלמידים
האלטן ליידער אסאך ווייטער
             ואין כאן מקומו להאריך

יכול » 14/3/2008 21:29

ארגינעלער, ביטע זיי מסביר דיינע ווערטער.

ארגינעלער » 14/3/2008 21:31

ווער האט געדאוונעט אין ראדני שחרית שבת חנוכה תש"ס פארן עמוד

קאמאנטארן זענען איבריג

יכול » 14/3/2008 21:41

איך ווייס נישט פארוואס מען דארף אריינמישען די שמוץ אין איעדען מעשה, אבער איך געדענק ניטאמאל ווער עס האט געדאווענט היינט צופרי פארן עמוד. און אוודאי נישט אכט יאר צוריק.

האקאבו » 14/3/2008 21:45

ווער רעדט דא פין שמוץ




תוקן על ידי האקאבו ב- 14/03/2008 21:46:42

ארגינעלער » 14/3/2008 21:56

יכועלע ביסט גערעכט אין נישט דער איינציגסטער
וואס ווען מען רעדט פין סענס סטריט טראכטן זיי פין שמוץ
איך בלויעם זיי נישט

יכול » 14/3/2008 22:04

ארגינעלער,
שמוץ האב איך געמיינט די סאטמארע מחלוקה.
איך האב פשוט געוואלט וויסען וואס די צילסט מיט די ווערטער "וויל איך דיר איינמעלדן אז מען די וואך געוויאר געווארן אז סענז סטריט תלמידים האלטן ליידער אסאך ווייטער ואין כאן מקומו להאריך"

ביבער » 15/3/2008 00:12

ארגינעלער איך מיין די ביסט דיך טועה מיט תשנ"ט
ווייל יענע וואך תש"ס איז געווען מרז"לס הכתרה 2000

געדאנקען » 16/3/2008 03:59

איך פארשטיי אינגאנצען נישט דעם אויפברויז, און אויב עס איז אמת אז מען האט ארויס געווארפן זיינע קינדער איז עס א גרויסער עולה.
 
ער האט נישט אנגעכאפט אירע הענט, איך זאג נישט אז ער האט געטון דער קלוגסטער שריט, אבער ארויס ווארפן זיינע קינדער?

מען וואלט פונקט געקענט מאכן אזא נייעס

חסידישער אינגערמאן מאכט א קידוש השם
א חסידישער אינגערמאן האט געמאכט א קידוש השם ווען ער האט נישט געוואלט אנכאפן די הענט פון א אקטיאר'סטע, דער אינגערמאן האט געשפילט אויף א גרויסע מאווי צוזאמען מיט א שטארק פאופלערע אקטיאר'סטע, און ער איז בייגעשטאנען דעם שטארקן נסיון פון געלד כבוד אין נישט אנגעכאפט די אקטיאר'סטע.

יעצט שרייבט די דעילי ניוס אז ער האט צוריק געצויגן צוליב גרויס פרעשור, עטליכע צייטונגען האבן שוין אויפגעפיקט די נייעס, איך בין זיכער אז די מעשה וועט מאכן נאצינאלע העדליינס בקרוב, די פרעסע וועט בקרוב באפאלען ווילמסבורג, הכנו.

http://www.nydailynews.com/entertainment/movies/2008/03/15/2008-03-15_hasidic_actor_walks_off_portman_movie.html

מבקש_האמת » 16/3/2008 04:19

איך האב מורא דו דארפסט ערנסט איבערטשעקן דיינע באגריפן פון "קידוש השם" און "חילול השם". די עצם איידיע פון א היימישן יונגערמאן שפילן אויף א מואווי איז א שרעקליכער סטעפ אויף אראפ פארן היימישן ציבור, וואס קומסטו דרייען א קאפ פון "קידוש השם". געוואלדיג, ער האט נישט געוואלט אנכאפן איר הענט, לייג אויך צו אז ער האט איר נישט געוואלט קושן אינמיטן גאס, אויף וואס נאך קומט אים "קרעדיט"?!

די חוצפה אז א "חסידישער" יונגערמאן זאל זיך פארקויפן די נשמה פאר צוואנציג טויזנט דאלער איז אין לשער.

פלעכטעל » 16/3/2008 04:23

מנהלים איך האלט מען דארף פארמאכן דעם אשכול סאיז שפיכות דמים
אויפן העכסטענס קלימאט סאיז נישט יושר מענטשן האבן משפחות מיט קינדער
סאיז גענוג ביטער ווי אזוי סאיז
אין קומט אזא פערד ווי געדאנגען אין מאכט א ליצי ליצנות פין אזא סענסעטיווע אישו

ניהול_גרופ » 16/3/2008 04:28

אזויווי דער אינגערמאן האט צוריקגעצויגן, א זאך אויף וואס ס'קומט אים קלאר קרעדיט, ווערט דער אשכול אפגעשפארט. לאמיר האפן אז ס'וועט נישט צוקומען צו אזוינע זאכן מער אינעם צוקונפט.

Ziskeit » 16/3/2008 07:31

מנהלים, איך האלט אז מען דארף ארויסווארפן געדאנקען, פאר'ן האבן די גרויליגע חוצפה פון בארעכטיגן אזא שאנדפולן פארברעכן, וואס ממש קיינער בארעכטיגט נישט.

אזא צדיק הדור, ממש! ער האט נישט אנגעכאפט די גויטע. איך האלט אז משיח דארף שוין קומען.

לאמיך רעדן גראב פאר די סעיק אוו קאנווערסעישאן!

ס'איז פונקט ווי איינער זאל אריינגיין אין א טמאנער פלאץ (וד"ל) און נאכדעם זאגן וואספארא מקדש שם שמים ער איז געווען אז ער האט נאר געקוקט און נישט געטאן למעשה.

דער יונגערמאן האט געטאן צוויי ריזיגע פארברעכנס, איינס כלפי שמים און די אנדערע כלפי אונז חסידישע אידן.

כלפי שמים:
ער האט געשפילט אויף א ראמענס פילם. דאס מיינט די לאועסט פון די לאועסט. א פילם פון לויטער טומאה.

כלפי אונז אלע:
ער האט מסכים געווען אונז אלע אראפצומאלן, ווי די אנטיסעמיטן האבן אונז אלעמאל ליב אראפצומאלן, ווי שמוציגע מענטשן.

פאר דעם ערשטן פארברעכן דארף ער איבערבעטן דעם רבונו של עולם. פאר'ן צווייטן דארף ער אונז אלע איבערבעטן, און כ'בין נישט זיכער אז יעדער איז שוין מסכים אים איבערצובעטן.

אפשר זאל מען גאר אריינלייגן ריזיגע מודעות "אשריך" אז ער האט געמאכט א קידוש השם? דאס אידישע פאלק וועט צוגרונד גיין מיט אזעלכע סארט קידוש השמס.

חיים_נחום » 16/3/2008 07:53

זיסקייט, כל דבריך דברים של טעם. כשמו כן הוא.

עס איז ליידער א גרויל אין א עקל.

זיך אזוי צו פארקויפן די נשמה פאר אפאר דאללער?!.

עס איז א שאנדע, אין א ווייטאג, אז עס איז צוגעקומען צו אזא מצב רח"ל.

אין אז עס קען נאך קומען איינער אין בארעכטיגן אזא געוואגטן אין נידעריגן שריט, ווייזט עס נאר ווי טיף מיר זענען ליידער פארזינקען.

כ'בין מתפלל מקרב הלב, ילמדו תועים בינה, אין מיר זאלן שוין אלע אויפגעראכטן ווערן מיט די ריכטיגע ישועה, ומלאה הארץ דעה את השם, ופדויי השם ישובון, ובאו ציון ברנה.

techjew » 16/3/2008 08:52

די חורבן יעצט איז נאך ערגער.
יעצט אז ער האט ארויסגעבעקט שוין נאכען מאכען די מאווי, מאכט אונז אלע אויסקוקען ווי היפריקיטס.
3 חדשים זיך צוגרייטען און מאכען די מאווי (מיט פרעמדע גויטעס)   איז כשר געווען.
 מ'סטראשעט עיהם מיט ארויסווארפען די קינדער דעלמאטס בעקט ער ארויס?
וואס טראכט די גוי? די פרומקייט איז ביי אינז מיינט גארנישט?
נאר די פרעשור העלפט?
ווי מען קען זעהן אויף די דעלי נויס ווי זיי אלע פרעגן די קשיה.
די חילול השם איז אוים ונורא.
אז ער האלט שוין דא ביים סוף, זאל ער זיך נעמען זיין  50 טויזענט דאלאר און גיין פון דארט.
נישט אז די גאנצע מידיא זאל שרייבען און רעדען פון דעם,
עס קוקט אויס ווי די מעשה מיט פארדארבענע פיש געגעסן, געכאפט שלעק, און ארויסגעווארפען פון שטאט,

בשמחה_תמיד » 16/3/2008 13:45

ארגינעלער:

פלעכטעל שרייבט:
מנהלים איך האלט מען דארף פארמאכן דעם אשכול סאיז שפיכות דמים
אויפן העכסטענס קלימאט סאיז נישט יושר מענטשן האבן משפחות מיט קינדער
סאיז גענוג ביטער ווי אזוי סאיז
אין קומט אזא פערד ווי געדאנגען אין מאכט א ליצי ליצנות פין אזא סענסעטיווע אישו

יעצט הער מיך זייער גוט אויס פלעכטעל פאר דריי וואכן צוריק ווען סהאט זיך אפגעשפילט א פרשה
ביסטו גראד געשפרינגען צי קאנגלאשנאס אין די האסט זייער מיאוס אראפ געריסן ר' ד.ע. פין קרית יואל
אן אויס הערן א צווייטע צד האסט גארנישט חושש אויף שפיכות דמים
יעצט ווען אין ווילאמסורג קומען פאר מעשיות וואס מען דארך נישט זיין קיין גרויסער קארפען קאפ
צי פארשטיין, סליגט אין די גוישע פרעסע שקצריי וואס קומט יעצט פאר ביי זקנים אין נערים ל"ע אין וויליאמסבורג
זעט יעדער איין ספעלט זיך אויס אזא כח ווי ר' ד.ע.  אין זיי מוחל פלעכטעל בעט אים איבער

האקאבו » 16/3/2008 15:57

געדאנקען אז די רעדסט פין א קידוש בשם וויל איך דיר איינמעלדען וואס הייסט א קידוש השם

Hasidic community activist Isaac Weinberger said Karpen should have known better.

"We don't watch television. We don't go to the movies, so to be in a movie is the worst thing. It's a shame for any Hasid," he said.

האקאבו » 16/3/2008 16:07

ליצנות געלייגט אין א זייט
זאגט מיר איינער, אז נאך א מזל סאיז געווען אזוי פיל נייעס יענע וואך
ווען נישט וואלט די גאנצע גאס גערעדט אז א. אייזנבאך האט זיך געבענדט (געסטפעלט)

נישט שלעכט

abi_gezint » 16/3/2008 17:55

Its really frightening
Just look about the Anti-Semitism that was provoked because of this

http://www.nydailynews.com/forums/thread.jspa?threadID=14130&start=0&tstart=0

מבקש_האמת » 16/3/2008 18:09

די א.ג. "אנטיסעמיטיזם" איז א גרויס חלק אדאנק זיין נישט וועלן האלטן איר האנט. האלטסט ער וואלט עס יא געדארפט טון וועגן "אנטיסעמיטיזם"? וואס נאך דארף ער טון וועגן "אנטיסעמיטיזם" (לייען: זיין פעי-טשעק)?!

יעדער גוי האט אונז במילא פיינט. צי אונז וועל מיר זיין אידן צו גויים וועלן זיי אונז פיינט האבן. מעג מען חלילה טון די מינדסטע זאך וועגן "אפהאלטן אנטיסעמיטיזם"?

אויב וויל ער אפהאלטן אנטיסעמיטיזם האט ער געדארפט טראכטן פאר ער האט געטון אזא תועבה'דיגן שריט, רח"ל.

allgood1s » 16/3/2008 18:14

לאו עכברא גנב אלא חורא

די פראבלעם דא איז אסאך טיפער, וויאזוי איז די פיש אנגעקומען איבערען וואסער?

איך בין שוין נישט אזוי זיכער אז די סטאדיא אין די נעווי יארד קען נישט ווערען א גרויסע סכנה,

ווער האט אמאל געחלוימט אז מען קען אנקומען צו אזא נידריגען מצב אן קיין בושה, און ס'איז נאך דא ליידער אזעלכע וואס בארעכטיגען דאס, סווערט נאך עבירה "לשמה",

פלעכטעל » 16/3/2008 18:16

לויט געדאנדקען איז עס גאר קידוש השם !!!

אין אז מען רעדט שוין פין רב אייזנבאך דארף מען שוין דערמאנען זיין הילכיגען
סטעיטמענט וואס ער האט געפרעגט אמאל ביי א מיטניג מיט קהל וואס איז דער פלאן
ודפח"ח

פלעכטעל » 16/3/2008 18:23

א



תוקן על ידי פלעכטעל ב- 16/03/2008 18:24:26

געדאנקען » 16/3/2008 19:40

טייערע אידן בארוהיג זיך,

איך האב נישט געשריבן אז עס איז קידוש השם, איך האב געמאכט א קעפל וויאזוי "דער בלאט" וואלט עס געקענט שפינען אלס קידוש השם.

זיכער האט דער אינגערמאן געטון א נארישקייט, וואס ער האט זיך מן הסתם נישט געכאפט וואס ער טוט, אבער צו זאגן אז ער האט זיך פארקויפט זיין נשמה צום שטן, איז נאך דא א לאנגע וועג צו גיין.

איך ווינדער מיך אז אונז אידן וואס תשובה און לימוד זכות איז דער יסוד, זאל קיינער נישט טרעפן א גוט ווארט פארדעם אינגערמאן, איך האב מורא אז עס הערשט אויכט אביסל "קנאה" צו די "קנאות".

האקאבו » 16/3/2008 19:57

געדאנקען זעט סאיז צרות לייגט ער עס אן אויפן בלאט
ביסט א פעק פאני פראד
אין פלוצלינג ווינדער ער זיך פאר וואס קיינער איז נישט מלמד זכות,דעס מיינסטו אויך דע בלאט

זיכער האט דער אינגערמאן געטון א נארישקייט, וואס ער האט זיך מן הסתם נישט געכאפט וואס ער טוט
איך האב מורא אז געדאנקען איז דער יונגערמאן דער אקטיאר  אליינס

קען זיין די ביסט אים מקנא אבער קיין שום רעכטדענקערישער מענטש איז אים נישט מקנא

ספיק פאר יור סעלף



 

געדאנקען » 16/3/2008 20:20

סארי האקאבו, איך האב נישט געמיינט דוקא די בלאט איך האב עס נאר אנגכאפט פאר א משל.

ששש..... זאג נישט אויס פאר קיינעם איך בין דער אינגערמאן. האלט עס פאר א סוד, די ביזט צו קלוג איך זאל עס באהאלטן פון דיר, אבער זאג נישט ביטע אויס פאר קיינעם ח"ו.

האקאבו » 16/3/2008 22:26

געדאנקען ארלעדיגט איך וועל ומי"ש נישט פארציילן
אבער אזוי קאנפיוסטערהייט איז עס א קידוש השם אדער נישט
יעצט מאך שויך נישט קיין משלים יעצט זאג די נמשל
 

מרוח_אשך » 17/3/2008 02:14

למעשה וואס איז די עוולה פון דעם אינגערמאן'ס עקטען אויף א גוישע פילם? איז דאס אן עבירה פאר עם אליין צו איז דאס אן עבירה אויף אונז אלע?

אויב נאר גוים וועלן זעהן דעם פילם וועט זיי נישט קיין סאך אויסמאכן אז דאס געשפילט געווארן דורך אן עכטער חסיד און נישט קיין גוישע אקטיאר.

אויב היימישע אידן וועלן קוקן דעם פילם, וואס איז די גרעסערע עבירה קוקן דערויף אדער שפיעלן דערויף?
איז פארוואס מאכט מען אזא איבערקערעניש.

און צום עכטן פינטעל, וואס איז די נפקא מינא פון עקטען אויף א פילם אדער עקטען אין בית המדרש? 
יעדער שרייבער און ליינער דא (ואני בתוכם) איז אן אקטיאר, אין בית המדרש איז מען דער פיינער ערליכער אינגערמאן און אין אפיס אדער גאר אינדערהיים זיצט מען און מען בטל'ט אויף דעם קאמפיוטער און אויף דעם אינטערנעט, וואס לפחות איז עס א קלארע ביטול תורה, לשון הרע און רכילות און ליצנות. און רח"ל ביי טייל איז דאס אויך עבודה זרה און גילו עריות, יעדער ווייסט דעם אמת פאר זיך.

איז מיט וואס איז דער אינגערמאן'ס עקטען ערגער, ווייל דאס איז אפגעכאפט אויף א פילם??

ארגינעלער » 17/3/2008 02:19

מרוח אשך
שמך נאה לך ואתה נאה לשמך

allgood1s » 17/3/2008 02:33

אז ער האט געהאט א הו"א אז עס וועט אריבערגיין שטיל, איז עס א עבירה פאר אונז אלע!

ארענדאר » 17/3/2008 05:16


ס'איז שווער צו פארשטיין וואס דער יונגערמאן האט געטראכט לכתחלה מיט'ן עקטן אויף די פילם.

אגב, קארפען איז נישט דער ערשטער חסידישער עקטאר. דא זעט איר אן עד פון איי-פאון וואו א חסידישער יונגערמאן פון וויליאמסבורג עקט.

<object width="425" height="355"><param name="movie" value="http://www.youtube.com/v/zcGTWCYBRlU&hl=en"></param><param name="wmode" value="transparent"></param><embed src="http://www.youtube.com/v/zcGTWCYBRlU&hl=en" type="application/x-shockwave-flash" wmode="transparent" width="425" height="355"></embed></object>

פארשטייט זיך איך וויל נישט מדמה זיין מילתא למילתא. יענע עד איז געווען מער אויסגעהאלטן. איך ברענג עס סתם פאר היסטארישע אינטערעסאנטקייט.

אכטונג: נשים.

ארענדאר » 17/3/2008 05:22


ס'איז שווער צו פארשטיין וואס דער יונגערמאן האט געטראכט לכתחלה מיט'ן עקטן אויף די פילם.

אגב, דער יונגערמאן איז נישט דער ערשטער חסידישער עקטאר. דא זעט איר אן עד פון איי-פאון וואו א חסידישער יונגערמאן פון וויליאמסבורג עקט.

http://www.youtube.com/watch?v=zcGTWCYBRlU

פארשטייט זיך איך וויל נישט מדמה זיין מילתא למילתא. יענע עד איז געווען מער אויסגעהאלטן. איך ברענג עס סתם פאר היסטארישע אינטערעסאנטקייט.

אכטונג: נשים.

תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 17/03/2008 5:36:09

מלוה_מלכה » 17/3/2008 08:09

שלום עליכם טייערע חברים, לאנג טיים נאו סי.

לדעתי איז דאס נישט קיין עוולה פאר אונז און זיכער נישט קיין עבירה. עס איז אן עוולה בינו ולבין עצמו. די צוריקגעצויגנקייט וואס כארעקטעריזירט א איד וואלט אים געדארפט צוריק האלטן פון טון א שריט וואס ווארפט א פראגע צייכן אויף אים, אויף זיין ווייב און אויף זיין משפחה.  קדושים תהיו, הרחק עצמך.  

לו יהא, ער עקט אלס א חסידישער גראסערי מאן און די אקטיארקע קומט איינקויפן דארט, דיינו. אבער עקטן אלס די זאך אליין, אנרירנדיג די טיפסטע נקודה וואס טיילט אפ א איד פון גוי, איז א קלארער באווייז וואו מיר האלטן היינט אין דור שפל.

לו יהא, ער טוט דאס אין האנאלולו, קיינער זעהט נישט קיינער הערט נישט, דער פילם קומט ארויס אין א צייט ארום וואס די האַסיד'ס וועלן עס יא אדער נישט זעהן, דיינו. אבער בריש גלי אין ברוקלין צווישן המון עם וואס איז א פתח פתוח פאר צענדליגער אנדערע וואס וואלטן זיך געוואונטשן אנצוקומען אהין ל"ע, איז שוין עטוואס טיפער. 

אויב דאס אלעס איז נאך אלס נישט קיין עוולה, האבן שוין חז"ל מיט זייער הימלישער שכל דאס מגדיר געווען אין דריי טיפזיניגע ווערטער וואס זאגט אלעס : "אין אפוטרופוס לעריות".

איך זאג נישט גארנישט בנוגע דעם אינגערמאן זעלבסט, ער האט דאס זיכער געטאן שלא מדעת, קען זיין ער איז געווען געדריקט אין געלט. איך ווייס נישט צי איך וואלט אפילו עומד געווען בנסיון. אבער זיכער אז ער האט טיף חרטה אויף דעם טאהט און מיר אלע טארן אים נישט מרחק זיין ער זאל ווערן מיואש וואס קען אים צוברענגען צו ערגערס, נישט חלילה מצער זיין. ארויסווארפן זיינע קינדער למעשה האט נישט קיין זין, אבער אים אפשרעקן איז זיכער געווען אז עס פעלט אויס צייטווייליג למען ישמעו ויראו און דער שכן זאל אים נישט נאכטון.

ויקוים הפסוק וזרקתי עליכם מים טהורים.

מה_טובו » 17/3/2008 15:23

לדעתי. איז דאס אליינס אז ס'איז ארויס אין די גאס גענוג א גרויסע שטראף פאר די אינגערמאן.

מ'רעדט דאך נישט דא פון א להכעיס'דיגע אינגערמאן וואס איז ארויס לתרבות רעה און וויל אפטון גאנץ אידישקייט אין אונז פארשווארצען אונזער פנים ביים גוי,
ער איז דאך בסך הכל א "יונגער" אינגערמאן, מיט די קינדישע שיך, און איז דורכגעפאלען מיט א זאך וואס ער האט נישט גע'חלומ'ט אז ער וועט זיין די טאלק אף טאון....

מיין זייט אויס איז ער שוין אפגעקומען כלפי שמי' מיט די בושות וואס ער גייט דורך,
אויב איז די באשעפער אים שוין מוחל פארוואס זאל מיר אונז נאך רעדן דערפון און פארגיסען אידיש בלוט??..

איך מיין אז ס'איז צייט צוריקצוגיין צו דער ארבעט און פארמאכען דעם אשכול

מבקש_האמת » 17/3/2008 15:43

איך האלט אז מה טובו איז גערעכט, דער יונגערמאן האט זיך האפענטליך געלערנט א לעקציע און וועט שוין נישט טון אזוינע זאכן וואס פארשווארצן דעם פנים פון יהדות החרדית.

מרוח, נאר א ווארט. ס'איז דא א באקאנט ווארט פון גדולי ישראל אז "לעיני כל ישראל" איז "סוף כל התורה". די הויפט עולה פון דעם יונגערמאן, וואס איז ערגער פון די אלע זאכן וואס דו פרובירסט אויסצורעכענען, איז די חוצפה און עזות ארויסצוגיין בריש גלי פאר די אויגן פון מיליאנען מענטשן מיט א פרעמדע פרוי. אפגעזען פון וואס ער האט יא אדער נישט געטון. על אחת כמה וכמה פון וואס די סצענע גייט זיך רעדן.

יא, ס'איז אויסדריקליך א עון פלילי און א חטא בל יכופר. לאמיר האפן אז דער יונגערמאן איז אפגעקומען גענוג מיט די בושות אויף דער וועלט.

האקאבו » 17/3/2008 18:18

דערווייל איז געדאנקען דער איינציגסטער וואס האלט ער האט געטוען א קידוש השם
סאיז א שאנדע אין חרפה אז א סאטמארער יונגערמאן זאל אזוי האלטן
אין דער צייט וואס דער קארפען ציט שוין צוריק
וויל נאך געדאנקען נישט צוריק ציען, מנהלים איך האלט מען דארף אים חותם זיין  
רשעים אפילו פתחו של ...............................

techjew » 18/3/2008 08:26

האקאבו, וואס ביסטו אזוי ביזי אז מען זאל חוסם זיין געדאנקען???
יעדער מעג האבען זיין מיינוג. ווייל די האלסט נישט ווי עיהם מיינט נאך נישט אז זיין מיינוג איז טמא.
כ'האלט נישט אז ער האט געמאכט א קידוש השם. פונקט פארקערט ער האט געמאכט א חילול השם.
אבער א מסירות נפש אקט האט ער יא געטוהן!
זיך אפצוזאגען פון א קאנטראקט פון אפאר הונדערט טויזענט דאללאר איז נישט א קלייניקייט.
און כלש''כ ווען ער איז נישט די גרעסטע צדיק.
 און דאס מיינט אויכט אז ער קען פארגעסען פון ווערען א גרויסען אקטר, וואס דאס מיינט מיליאנס א יאר!!
זאיס זייער גרינג צו זאגען אז זאיס א שייציג שטיק. אבער ווען איינער האט א געלעניגהייט פון מאכען מיליאנס א יאר זאגט זיך נישט אזוי שנעל אפ.
און נאך דערצו וואס מען קען נאך זאגען אז מען טוט דאס ע''פ הלכה, ווי נישט אנירירען פרעמדע פרויען וכו'
און מיין נישט, זאיס דא ליידער גענוג אידען וואס וועלען רואיג מסכים זיין צו ווערען אן אקטר און מאכען שווערע געלטער.

מבקש_האמת » 18/3/2008 14:30

טעק זשו, טאקע אזעלכע ווי דו, ביי וועמען זייער גאנצע אידישקייט איז נישט מער ווי "טעקניקעל" מיט אזוינע געמיינע השקפות און "אומשולדיגע" טענות זענען גורם אז די בזיונות פאר דעם יונגערמאן זאלן ווייטער אנהאלטן. דו ערווארטסט טאקע אז דו זאלסט קומען דא רעדן ווי א אידישער רעפארמער און עמיצער וואס האט נאך אין זיך א ברעקל ערנסטקייט זאל בלייבן שטיל?!

קודם כל בארואיג דיינע קנאה געפילן, איך ווייס נישט וואס דער יעניגער האט דיר פארקויפט, אבער ס'איז נישטא קיין שאנס אז ער וואלט געמאכט הונדערטער טויזנטער דאלער ביים ערשטן מאל עקטן, און פאר א סצענע פון פינף מינוט.

צווייטנס, אפילו אויב ער וואלט געמאכט דרייסיג מיליאן דאלער, איז עס א חוצפה און רשעות שאין כמוהו אז עמיצער וואס שטעלט זיך אהער אלס ערליכער חרדי'שער איד זאל זיך וואגן צו גיין שפילן אויף א געמיינע מואווי בכלל, און אזא געמיינע סצענע בפרט. וועמען ווילסטו פארקויפן אז "מען טוט דאס על פי הלכה"?! איז אפילו מעגליך צו זען, הערן, רעדן, און טראכטן פון וואס מ'טוט דארט און וויאזוי מ'טוט דאס "על פי הלכה"?! און דו קומסט טאקע דא עמיצן איינרעדן אז ער וואלט געהאט א שאנס צו זיין א גרויסער עקטאר און מאכן מיליאנען מיט זאכן וואס "מען טוט על פי הלכה"?!

האק דיין באבנ'ס קאפ אין טשייניק. איך ווייס נישט אויב דו ביסט דער באטרעפנדער אליינס, אבער ס'איז זיכער אז דיין תאות הממון און אפשר אויך תאות הכבוד מאכט דיר בלינד און טויב. פארן עצם קומען דא פארטיידיגן אזא געמיינעם אקט וועסטו נאך דארפן אסאך תשובה טון, לאמיר האפן אז נישט ערגער.

ודי בזה.

נ.ב.
איך בין מסכים מיט די אויבנדערמאנטע רופן פאר די הנהלה אפצושפארן דעם אשכול. דער יונגערמאן האט שוין באקומען זיין לעקציע, און יעצט גרעניצט זיך עס מיט שפיכת דמים.

תוקן על ידי מבקש_האמת ב- 18/03/2008 14:30:49

האקאבו » 18/3/2008 16:49

געדאנקען דארף פארמאכן ! אין הכי נמי יעדער מעג זאגן זיין מיינוג אבער דאס ברויך זיין  אין
איינקלאנג מיט א תורה'דיגען השקפה אבער מסלף צי זיין די תורה אין זאגן אויף א חילול השם אז סאיז א קידוש השם,אזא אינער האט נישט קיין פלאץ ביי אינז
אין מען דארף אים חוסם צי זיין מיט אלע זיינע ניקס

האקאבו » 18/3/2008 16:55

אין די tecjew ביסט א ביליגער שקרן ער האט געמאכט 130 דאללער א טאג
קודם פארענפטעפרט מען פארברעכרס אין נאכדעם זאגט מען ליגענט
 אכלתי ואכלתי עוד

ארגינעלער » 18/3/2008 16:57

איך בין מסכים צו מבקש האמת. דער אשכול וואלט שוין פונלאנג פון זיך אליינס אפגעשטארבן, ווען נישט די פאר יחידים (און מען קען זאגן ממש יחידים) פרובירן צו פארענטפערן דעם שגץ שטיק. זיי מאכן נאר זיכער אז דער שמועס זאל זיך ציען ווייטער, וויבאלד קיין שום נארמאלער מענטש וויל דאך נישט אז ס'זאל זיין מדשתקי שמע מינה דניחה להו.

אויב מיינט איר אז דער וויליאמסבורגער עקטאר איז דער ערשטער בעל מסירת נפש האב איך פאר אייך נייעס: ס'איז געווען אידן וועלכע האבן אים שוין מקדים געווען.

- יאנקל האט זיך גע'שמד'ט און ער האט פארלאנגט אז די מענער און פרויען זאלן זיין אפגעטיילט בשעת די גאנצע צערעמאניע

-  מנחם האט געקענט מאכן א האלב מיליאן דאלאר אויב ביקט ער זיך צום צלם. ער האט זיך שוין אפילו געבוקט איינמאל אבער דאן האט ער צוריקגעצויגן מיט גרויס מסירת נפש ווייל מען האט ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון די מוסדות.

די צוויי מסירת נפש אקטן זענען בימים ההם געווען באריכטעט אין אלע צייטונגען און געמאכט א ריזיגן קידוש השם איבער די גאנצע וועלט.

לעבעדיגער » 18/3/2008 17:55

ארגינעלער, וואס מאכטסטו דיך משוגע, קיינער האט נישט געזאגט אז ער איז א בעל מסירת נפש, קיינער האט נישט געזאגט אז ער האט געטוען א גלייכע אדער אויגעהאלטענע זאך, און קיינער וויל נישט ארויסברענגען אז ער איז גאר א צדיק, פארשטייסט דאס אליין, ביז שוין גענוג גרויס.

וואס איך האב בעיקר ארויסגעברענגט איז אז דער אינגערמאן האט זיך שוין גענוג אפגעליטן, ער איז "נישט" עומד במרדו, ער האט גלייך - נאכן ערשטען טעלעפאון רוף פון די הנהלת המוסדות דארט ווי זיין אינגעל לערנט - צירוקגעצויגן פון די גאנצע מעשה, און זיך אפגעזאגט פון עקטען ווייטער. דאס ווייסט אויף איין זאך: דער אינגערמאן זיכט נישט צו ווערן א פובליק פיגור, ער זיכט נישט צו ווערן אויסגעשלאסן פון אינז און פארשטייט אז ער האט נישט גוט געטוען.

אויב אזוי, צו וואס איז נאך דער אשכול דא? פארוואס ווערט דאס נישט אויסגעמעקט און פארוואס זענען אינגעלייט, ס'רוב דערפון פונקט אזעלעכע צדיקים ווי אום, נאך פארנימען מיטן ארויסברענגען זיינע חטאים ?

זיסקייט, יזכר לך עתה אתמול אשר דברת.
מיט ווואס ביסטו יעצט אנדערש פון די עלטערע פארברעכער ווי דער שטערן און פריעדמאן וואס האבן אנגעפירט מיט א מערכה קעגן ליפא שמעלצער מיטן צוזאמנען אינטערשריפטן קעגן זיין קאנצערט ?

דאן ביסטו געווען פארנימען מיטן אראפברענגען די חברה אז זיי זיכן אינטערצוהאקן א איד, איך גיב זיי נישט קיין גערעכט, אבער זיי האלטן אז ליפא שמעלצער פארדארבט דאס יוגענט, און אפילו נישט אזעלעכע פרימע וועלן מסכים זיין דעראויף, טא, וואס טיסטו יעצט אנדערש ווי זיי ? זיי ווארפן פאשקעווילן אויף די גאסן, עס קומט א ווינט אלעס איז צובלאזן און ס'נישטא קיין זכר דערפון, די וווען די שרייבסט אויף הייד פארק טוט איר אסאך א ערגערע פאברעך ווי די אלע אידישקייט-אויפטוער, טויזענטער אידן זעהן דאס אין אלע עקן פון דער וועלט, אפילו די וואס וואלטן נישט געוויסט דערפון, דורך הייד פארק זעהן זיי דאס, עס פארט נישט אוועק מיטן ווינט, אלעס בלייבט אויף רעקארד.

ווער זענען מיר - הייד פארק שרייבער - צו פירן א מערכה און באשמיצן א פריוואטער אינגערמאן וואס האט אינז קיינעם נישט קיין שלעכטס געטוען, אויב איז דא איינער וואס דארף רעדן דערפוןאיז דא רבנים דערפאר און זיי זיצן דעראויף, עס האט נשט מיט אינז גארניקס.


רבותי, טייערע חברים, קבל את האמת ממי שאומרו. איך בעט אנדערע ניקס וואס פארשטייען וואס איך רעדט זאל זיך צושטעלן צו מיין פארלאנג און בעטן פון די מנהלים אז דער אשכול זאל ווערן פארשפארט און אויסגעמעקט, איך האב נישטא קיין קריטיק צו די מנהלים ח"ו, דער מנהל ברויך נישט פאלגן איין מעמבער, ער מעג... איך וויל אז אנדערע זאלן זיך אנשליסן און אויב די מנהלים זעהן איין אז מיר זענען גערעכט זאלן זיי דאס אפשפארן און אויסמעקן.

יישר כוחכם.

מה_טובו » 18/3/2008 18:15

סטאפ שוין צו רעדן דערפון!!!!

יעדע מענטש מאכט מיסטעיקס אין לעבן, פינטעל.

גענוג וואס ער איז נעבעך געווארען באשמוצט אין די גוי'אישע צייטונגען, מוז מיר אונז צולייגען צום פייער???!!!

בלאט: 1 2