די שאדנס זענען געוואלדיג.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן.
_________________
תוקן על ידי - ארענדאר - 11/03/2008 0:49:44
כאפטס אריין א וואדקע
_________________
תוקן על ידי - ארענדאר - 11/03/2008 0:49:44
כאפטס אריין א וואדקע
דאס איז א נאך א רינגעלע אינעם לאנגען קייט פון טעראר וואס ר' חיים יושע מבאבוב פירט אן קעגן קהילת סאטמאר-מאנסי.
1. ער האט אריבערגערופן דעם ארויסגייענדן בעה"ב פונעם נייעם בנין פון קהיט"ל דסאטמאר און אים פארשאלטן, אז ער איז דעם דברי חיימ'ס אן אייניקל און אויב ער ווארפט נישט ארויס סאטמאר פון זיין בילדינג וועט ער האבן א שווארצן סוף. (פארשטייט זיך אז דער קאלטער ליטוואק האט זיך אויסגעלאכט פון די קללות, אבער איז געווען שאקירט ביז גאר ווי נידעריג און געמיין א מענטש קען פאלן צוליב תאוות השררה.)
2. מסירות טאג טעגליך צו דעם טאון אף רעמעפא אז מען בויט אומלעגאל, פירנדיג צו הונדערטער טויזנטער דאלאר שאדנס.
3. אנרופן שווערס און טאטעס פון יונגעלייט, צוזאמצורעדן כל דבר אסור אויף זייערע קינדער און איידימער, פאר'ן חטא פון זיין חסידי רבינו שליט"א. (דאס איז שוין חוץ די דורכגעפאלענע מערכה וואס זיי האבן געפירט צו פארוואנדלען די חסידים פון רבינו שליט"א אין בני יואל, און ארויסווארפן זיי און זייערע קינדער פון אלע מוסדות און בנינים, וואס דאס האט געפירט צו די גרינדונג פון איינס פון די שענסטע סאטמארע קהלות אויף די וועלט: קהל יטב לב ד'סאטמאר מאנסי.)
4. שיקן זיינע בריונים צו טעראריזירן רבנים וועלכע פלאנען צו קומען צו די ריזיגע מסיבה מוצ"ש.
5. שיקן זיינע בריונים צו טעראריזירן די עסקנים וועלכע גרייטן צו דעם ריזיגן מעמד קידוש השם וואס האט אפגעהילכט מסוף העולם ועד סופו, פאריגן שבת.
6. מאכן פאני קאלס און אנדערע ווילדע טעראר שטיקלעך, פאר מרן הגה"צ המפורסם אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א.
און נאך צענדליגער געמיינע טעראר טאקטיקן, וועלכע האבן נאר בעקפייערט און געהאלפן בויען די הערליכע סאטמארע קהלה אין מאנסי.
איך הער פון איינער נישט קיין סאטמארע און מאנסי וואס ארבעט די נעקסט טיר פון קהלס אפיס אז ס'איז געווען דארט אן איבערקערעניש די גאנצע אפיס איז געווען איבערגדרייט
ער זאגט מיר אויך אז ס'זענען געווען דארט היינט הויכע דעטעקטיוון פון די לאקאלע פאליס, ראקלענד קאונטי שעריף און די סטעיט פאליס. זיי נעמען זייער ערנסט די קעיס
תוקן על ידי drudge08 ב- 11/03/2008 4:41:25
_________________
ווער ס'וויל קען קאלן איינעם וואס לערענט און קלויזעבוירג כולל און מאנסי און אנפרעגן
נ.ב. א צווייטע מימרא "די הונט בילט און די באן פארט ווייטער..."